פארוועמען דארף מען פארציילן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

פארוועמען דארף מען פארציילן?

שליחה דורך מים חיים »

א שווערע שאלה איז מיר נולד געווארן היינט.

ובזה החלי.

מיין אידענע איז היינט געווען אין אן עקסערסייז פלאץ, און כמנהג הנשים האט מען געשמועסט דארט איבער אלעם און אלעמען. בתוך הדברים האט מיין ווייב פארציילט אז זי האלט יעצט אינמיטן טרעינען א קינד. רופט זיך אן א פרוי (להבנת הענין גייט מען איר רופן מרס. בלוי) דארט מיט א מעשה וואס איז געשעהן מיט איר.

מרת בלוי האט געהאט א טאכטער, וואס האט פון געבורט אן, געליטן ביטערליך אויף שלשול ל"ע. וואס זי האט געגעסן איז תיכף ארויס. מען איז געווען ביי אלע סארט דאקטורים אבער קיינער האט נישט געקענט צוטרעפן די ריכטיגע תרופה דערצו. דאס קינד איז געווען אויף מעדעצין וואס איז געמאכט פאר ערוואקסענע אבער ללא הועיל.

דאס קינד איז שוין געווען צוויי א האלב יאר, מען האט נישט געקענט טרעינען בשום אופן, עס איז געווען א רחמנות אויפן קינד, קיין חברטעס האט זיך פארשטייט זיך נישט געהאט. מרת בלוי לייגט אראפ ווי איינמאל אינמיטן זוממער איז זי געגאנגען מיטן קינד צום דאקטער, שיין ריין ציכטיג אנגעטון, און פון איין מינוט צום צווייטן איז זי ל"ע געווארן אינגאנצן פארשמירט.

"איך בין געווען אובד עצות" זאגט זי, "איך האב מיר מיישב געווען אז איך גיי טוהן א דראסטישע שריט, איך האב גערופן תהלים כולל און געגעבן א ריזן סכום"....

(דיסקלעימער, דא ביי דעם חלק האב איך אויסגעשאסן אין א געלעכטער, און מיין ווייב האט מיר קוים געקענט בארואיגן אז איך זאל עס הערן ביזן סוף, אז מרת בלוי האט געזאגט אז זי מיינט גארנישט, זי האט פלעין געוואלט פארציילן די מעשה, דרך אגב, די סכום איז 600 דאללער)

עכ"פ פארציילט מרת בלוי ווייטער, אז א טאג שפעטער באקומט זי א פאון קאל פון אן איזרעלי פרוי, זי האט נישט קיין אנונג ווי זי האט באקומען איר נומער, בכל אופן, דער איזרעלי פרוי וויל אז זי (מרת בלוי) זאל ווערן אן עידזשענט צו פארקויפן סעידזש אמעגא אויל פון א געוויסע קאמפאני וואס מען זעהט ניסים ונפלאות ביי ווער עס נעמט די אויל. ענטפערט איר מרת בלוי, אז זי איז א פארנומענע מאמע פון פינף קינדער און זי קען זיך נישט אונטערנעמען צו פארקויפן אנדערע זאכן אויך.

אבער די פרוי, זייענדיג אן איזרעלי.... האט נישט נאכגעלאזט און געמוטשעט, און פארציילט מיט עקסטאז וואספארא וואונדערליכע זאכן דער אויל טוט אלס אויף, פאר עלערדזשיס, און פאר מענשטן וואס ליידן אויף קראונס האט דאס ממש אויסגעהיילט... האט אויפגעבליצט ביי מרת בלוי, אפשר איז דאס א ישועה פאר מיין טאכטער. זאגט זי פאר דעם איזרעלי פרוי, ווייסטו וואס שיק מיר אזא באטל, איך וויל זעהן אויב עס ווירקט טאקע.

בחינם? אזא באטל קאסט פינף און ניינציג דאללער....

איז מרת בלוי געגאנגען, אנגערופן איר קינדער דאקטער זיכער מאכן אז עס איז סעיף, ער האט באשטעטיגט, אז מען מעג עס נעמען, עס איז טאקע נישט FDA עפראווד, אבער עס איז נישט קיין סכנה, און מען מעג פרובירן עס צו נעמען.

זי האט עס גענומען, און ביז א וואך, איז די פראבלעם נעלם געווארן....

ע"כ המעשה.

מיין שאלה איז פארוועמען פארצייל איך די מעשה, פאר תהלים כולל אדער פאר די קאמפאני וואס פאבריצירט די סעידזש פיש אויל???
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פאר ראשעקאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנהלים, ביטע צאמשטעלן מיט מיין אשכול פון תהילים כולל מאסעס
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מים חיים'ל, תהילים כולל צאלט פער מעשה אדער פער פאראגראף?
(סארי, כ'מיין נישט פערזענליך, כבדהו וחשדהו, דו האסט דאך אויך אויסגעפלאצט).
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

אוי געפילטע, איך פארשטיי דעם כבדהו וחשדהו. אבער ווען דו זאלסט וויסן וויפיל אידן אין שוהל האלטן אז איך בין אן אפיקורס צוליב מיין אפלאכן פון אזעלכע סארט מעשיות וואלסטו מער מכבד געווען ווי חושד געווען.....

ראשעקאל, אויב פעלט עס בכלל אויס, האסטו מיין רשות עס צוזאמצושטעלן...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מים חיים האט געשריבן:אוי געפילטע, איך פארשטיי דעם כבדהו וחשדהו. אבער ווען דו זאלסט וויסן וויפיל אידן אין שוהל האלטן אז איך בין אן אפיקורס צוליב מיין אפלאכן...
וואס טוט מען נישט פאר פרנסה... ;)

איך האף דו פארשטייסט אז איים דזשאסט פולינק יור לעג (נישט ליטעראל, דארפסט נישט רופען נ"ר), נעם מיר נישט אזוי ערענסט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:

אפילו מ'וועט רופן נ"ר איז אויך גארנישט. ער איז שוין האלב געפייגערט. זיין בלאג איז שוין זייער בארינג. אלס וואס ער טוט איז אראפברענגען קאפיס פון צייטונגען אויף ענגליש און עברית פון השחתה איבער גאנץ אמעריקע און ארץ ישראל. חוץ וואס ער און זיין פרענד דער מושחת, וואס איז געווארן א טשילדרענס רייטס אדוואקעיט, האבן זיך פארמאסטן אונטערצוברענגען דעם ברוקלין די.עי. זיי ווייסן נעבעך נישט אז ר'איז א נוקם ונוטר און ער האט א "סורפרייז" פאר זיי. איין טאג וועלן מיר אי"ה הערן די בשורה טובה אז דער די.עי. האט זיי ביידע ארויפגעלייגט זילבערנע קייטעלעך אויף די ידיים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ווער איז זיין פרענד די מושחת?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

פארוועמען דארף מען פארציילן?

שליחה דורך מיקוה נייעס »

אז מיין ווייב ווארט א קינד. טאטע מאמע ?. שווער שוויגער ? שוואגערס שוועגערענס ? חברים ?זיידע באבע ? פעטערס מימעס ? האלטן פאר א סוד ביז נאך די 3 חדשים ?
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די ערשטע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

שליחה דורך מיקוה נייעס »

יא ב"ה
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

איך מיין אז די שאלה 'די ערשטע'? האט געמיינט צו פרעגן וועמען מען זאל פארציילן די ערשטע, נישט צו עס איז די ערשטע קינד.

---
איז די אשכול צוזאמעגעשטעלט געווארן אויטאמאטיש צוליב די זעלבע קעפל פון די צוויי אשכולות? ווייל די תוכן האשכול האט נישט קיין שייכות איינס מיטן אנדערען
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כהאב געליינט אין די ביכל אויף רעבעצין קנייבסקי אז ר' חיים האלט אז ממוז גלייך דערציילען פאר די עלטערן מדין כיבוד אב ומענטשליכקייט. נראה לי אז דאס איז א שטארקע סברא עלטערן זארגען זיך גאר שטארק פאר זייערע קינדער און עס ברענגט א געוואלדיגע צופרידענקייט אז זיי וייסען. לגבי אנדערע מענטשען יש חוששים מעינא בישא אדער סתם שעמן זיך און יעדער זאל זיך פירען ווי ער שפירט זיך גוט לענ"ד.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אויב איז דאס א אמתע שאלה זעה איך אז למעשה האט איר פארציילט די ערשטע פאר חבריך לבית קאווע שטיבל. . א שטארקע קאמפלימענט פאר אונז. [שוין ביסט דאך נאר א ניק, אף על פי כן.. ]
I have a dream
Martin Luther King ~
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

לעיקוואד האט געשריבן:כהאב געליינט אין די ביכל אויף רעבעצין קנייבסקי אז ר' חיים האלט אז ממוז גלייך דערציילען פאר די עלטערן מדין כיבוד אב ומענטשליכקייט. נראה לי אז דאס איז א שטארקע סברא עלטערן זארגען זיך גאר שטארק פאר זייערע קינדער און עס ברענגט א געוואלדיגע צופרידענקייט אז זיי וייסען. לגבי אנדערע מענטשען יש חוששים מעינא בישא אדער סתם שעמן זיך און יעדער זאל זיך פירען ווי ער שפירט זיך גוט לענ"ד.

איך האלט נישט לאנג נאך מײן חתונה (גװעזענע אלטע בחור) אין נאך א פאר חדשים :D
אין נאך עטליכע װאכן איט װאז אװער (לאנג סטארי) װען אינז װאלטן מודיע גיװען אינזערע עלטערען אנשטאט װארטן קען זײן אז ס׳װאלט זעך אנדערש אױסגעלאזט
סא לעניות דעתי בײ די ערשטע קינד איז כדאי צידערצײלן פרי
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ידען האט געשריבן:ווער איז זיין פרענד די מושחת?

איך גיי עס נישט דא ארויסשרייבן . נאר אז דו וועסט קוקן מיט וועם ער פיקטשערט זיך אפ ביי זייערע מסיבות און מיטינגס, עסטע פארשטיין. און ס'איז נישט סתם גערעדט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

petergrifin האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:כהאב געליינט אין די ביכל אויף רעבעצין קנייבסקי אז ר' חיים האלט אז ממוז גלייך דערציילען פאר די עלטערן מדין כיבוד אב ומענטשליכקייט. נראה לי אז דאס איז א שטארקע סברא עלטערן זארגען זיך גאר שטארק פאר זייערע קינדער און עס ברענגט א געוואלדיגע צופרידענקייט אז זיי וייסען. לגבי אנדערע מענטשען יש חוששים מעינא בישא אדער סתם שעמן זיך און יעדער זאל זיך פירען ווי ער שפירט זיך גוט לענ"ד.

איך האלט נישט לאנג נאך מײן חתונה (גװעזענע אלטע בחור) אין נאך א פאר חדשים :D
אין נאך עטליכע װאכן איט װאז אװער (לאנג סטארי) װען אינז װאלטן מודיע גיװען אינזערע עלטערען אנשטאט װארטן קען זײן אז ס׳װאלט זעך אנדערש אױסגעלאזט
סא לעניות דעתי בײ די ערשטע קינד איז כדאי צידערצײלן פרי

לא הבנתי דו האסט חתונה געהאט פאר אפאר חדשים אדער דו גייסט חתונה האבן אין אפאר חדשים?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לעיקוואד האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:כהאב געליינט אין די ביכל אויף רעבעצין קנייבסקי אז ר' חיים האלט אז ממוז גלייך דערציילען פאר די עלטערן מדין כיבוד אב ומענטשליכקייט. נראה לי אז דאס איז א שטארקע סברא עלטערן זארגען זיך גאר שטארק פאר זייערע קינדער און עס ברענגט א געוואלדיגע צופרידענקייט אז זיי וייסען. לגבי אנדערע מענטשען יש חוששים מעינא בישא אדער סתם שעמן זיך און יעדער זאל זיך פירען ווי ער שפירט זיך גוט לענ"ד.

איך האלט נישט לאנג נאך מײן חתונה (גװעזענע אלטע בחור) אין נאך א פאר חדשים :D
אין נאך עטליכע װאכן איט װאז אװער (לאנג סטארי) װען אינז װאלטן מודיע גיװען אינזערע עלטערען אנשטאט װארטן קען זײן אז ס׳װאלט זעך אנדערש אױסגעלאזט
סא לעניות דעתי בײ די ערשטע קינד איז כדאי צידערצײלן פרי

לא הבנתי דו האסט חתונה געהאט פאר אפאר חדשים אדער דו גייסט חתונה האבן אין אפאר חדשים?

ער האלט שוין נאכ'ן געט.
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

שליחה דורך מיקוה נייעס »

ער מיינט נישט מיסקערידזש ?
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
רגיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 27, 2012 5:56 pm

שליחה דורך רגיל »

דו קענסט דערציילן פארוועם דו ווילסט, דיין ווייב וועט עס זיכער פאר קיינעם נישט דערציילן אזוי שנעל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

berlbalaguleh האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:כהאב געליינט אין די ביכל אויף רעבעצין קנייבסקי אז ר' חיים האלט אז ממוז גלייך דערציילען פאר די עלטערן מדין כיבוד אב ומענטשליכקייט. נראה לי אז דאס איז א שטארקע סברא עלטערן זארגען זיך גאר שטארק פאר זייערע קינדער און עס ברענגט א געוואלדיגע צופרידענקייט אז זיי וייסען. לגבי אנדערע מענטשען יש חוששים מעינא בישא אדער סתם שעמן זיך און יעדער זאל זיך פירען ווי ער שפירט זיך גוט לענ"ד.

איך האלט נישט לאנג נאך מײן חתונה (גװעזענע אלטע בחור) אין נאך א פאר חדשים :D
אין נאך עטליכע װאכן איט װאז אװער (לאנג סטארי) װען אינז װאלטן מודיע גיװען אינזערע עלטערען אנשטאט װארטן קען זײן אז ס׳װאלט זעך אנדערש אױסגעלאזט
סא לעניות דעתי בײ די ערשטע קינד איז כדאי צידערצײלן פרי

לא הבנתי דו האסט חתונה געהאט פאר אפאר חדשים אדער דו גייסט חתונה האבן אין אפאר חדשים?

ער האלט שוין נאכ'ן געט.

איך בין ב״ה העפעלי מעריד
מיקוה נייעס האט געשריבן:ער מיינט נישט מיסקערידזש ?

ען עקטאפיק פרעגנענטצי װאס אינז האבן נישט פארשטאנען די װארניג סױנס
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
פארשפארט