בית מדרש גבוה vs. ישיבה אינוורסיטי.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

בית מדרש גבוה vs. ישיבה אינוורסיטי.

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בית מדרש גבוה / ישיבה אינעוורסיטי.
אין די מינוטן ווערט אין לעיקוואד אפגעהאלטן צערעמאוניעס לרגל די 50'סטע יארצייט פון הגאון רבי אהרן קוטלער.
במשך די וואך-ענדע האב איך זיך אנגעשטויסן אין עפעס אן אויסגאבע לרגל די הילולא (די ליטווישע ווייסן פון די ווארט), די קונטרס איז מונה וסופר אלע מוסדות התורה, חסד און חינוך וואס זענען, אדער
1 - אויפגעשטעלט געווארן דורך תלמידי BMG
2 - די צוות זענען BMG תלמידים
3 - כ'דענק שוין נישט, עפעס אויך א תוצאה פון BMG

די רשימה איז אין סוף, צווישן זיי טרעף איך:
ישיבת נייטרא מאונט-קיסקא (וואס איז נתייסד געווארן נאך פאר לעיקוואד)
ישיבת רחמיסטריווקא אין בארא פארק...
ישיבת קאשוי
ישיבת קראסנא
ישיבת פאפא
ישיבת וויזניץ

ועוד ועוד,
אה, אין אויך "חצר אלכסנדר" - אלץ אדאנק רבי אהרן קאטלער..
אויך איז ער מונה והולך די 10'ליגע מוסדות איבער די וועלט וואס תלמידי BMG זענען משמש ברבנות וכדומה
יא, די ליטאים חבר'ן זיך מיט די חסידים, און "ולמדו ממעשיהם".. די PR איז היבש חסידיש.
ס'כדאי צו דערמאנען א מעשה וואס כ'האב געהערט פון - כמדומה - ר' מתתיהו סאלאמן לרפו"ש
ווען מ'האט געענדיקט בויען די ערשטע בנין פאר די ישיבה אין לעיקוואד, האט די מאללער מצייר געווען ביימער אויף די בילד, וואס זענען למעשה נישט געווען דארט. - ר' אהרן זצ"ל האט דאס געהייסן פארמעקן, וטענתו: ס'איז שקר!!
יעצט גיי ליין איבער דעם אויבן-דערמאנטע קונטרס.

והעיקר לא שכחתי.
כ'מיין ווען מ'מאכט א חשבון עט-על-נייר, וועט מען זעהן אז תלמידי YU זענען משמש ברבנות אין אססססססאאאךךךךךךךך מער מוסדות אין קהילות איבער די US.
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקיצור. דאס אידישקייט אין אמעריקע איז א פעיעל יעיצע פון ב.מ.ג.. ואידך פירושא זיל גמור. איינער 'עט נאך אויפקומען מיט ראיות אז (א טייל פון) די תלמידי הבעש"ט האבן אויך אין די יונגע יארן געלערנט אין בית מדרש גבוה, איידער זיי האבן אנטדעקט דעם דרך הבעש" הק'.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אסאך אמת ליגט זיכער אין דעם, א גרויס חלק פון פרומע אידישקייט אין אמעריקע (און יא, אמעריקע איז עטוואס גרעסער ווי ווילי ,ב.פ, מאנרא און מאנסי) איז צו פארדאנקן ר' אהרן ותלמידיו, פארשטייט זיך אז לויט די סאטמארע פראפאגאנדע איז אלעס נאר בזכותו של רביה"ק און קיין שום רבי/ר"י טארן נישט נעמען קיין קרעדיט, אבער האמת עד לעצמו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך אויך האט געשריבן:אסאך אמת ליגט זיכער אין דעם, א גרויס חלק פון פרומע אידישקייט אין אמעריקע (און יא, אמעריקע איז עטוואס גרעסער ווי ווילי ,ב.פ, מאנרא און מאנסי) איז צו פארדאנקן ר' אהרן ותלמידיו, פארשטייט זיך אז לויט די סאטמארע פראפאגאנדע איז אלעס נאר בזכותו של רביה"ק און קיין שום רבי/ר"י טארן נישט נעמען קיין קרעדיט, אבער האמת עד לעצמו.


לויט ווי דער בעלזער רבי האט געזאגט אפאר יאר צוריק ברבים איז אידישקייט אין אמעריקא צו פארדאנקען פאר ר' אהרן קאטלער און פאר סאטמאר רב. איך קריג זיך אויף אים, איך האלט עס איז צו פארדאנקען ר' שרגא פייוול מענדלאוויטש און דעם קלויזענבורגער רב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינטערסאנט אז ווען די ליטווישע רעדן פון ווער עס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקא וועלן זיי אלעמאל זיכער מאכן אויך צו דערמאנען רביה"ק מסאטמאר זי"ע. אבער וועגן YU , דאס האב איך קיינמאלנ ישט געהערט אז זיי זאלן האבן "אויפגעשטעלט" אידישקייט. אבער WHO KNOWS? אדרבה, קאווע לאמיר הערן פרטים איבער וואס YU האט געטוהן להגדיל תורה ולהדירה
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הדד בן בדד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אסאך אמת ליגט זיכער אין דעם, א גרויס חלק פון פרומע אידישקייט אין אמעריקע (און יא, אמעריקע איז עטוואס גרעסער ווי ווילי ,ב.פ, מאנרא און מאנסי) איז צו פארדאנקן ר' אהרן ותלמידיו, פארשטייט זיך אז לויט די סאטמארע פראפאגאנדע איז אלעס נאר בזכותו של רביה"ק און קיין שום רבי/ר"י טארן נישט נעמען קיין קרעדיט, אבער האמת עד לעצמו.


לויט ווי דער בעלזער רבי האט געזאגט אפאר יאר צוריק ברבים איז אידישקייט אין אמעריקא צו פארדאנקען פאר ר' אהרן קאטלער און פאר סאטמאר רב. איך קריג זיך אויף אים, איך האלט עס איז צו פארדאנקען ר' שרגא פייוול מענדלאוויטש און דעם קלויזענבורגער רב.

אויך גערעכט, אבער עס נעמט גארנישט אוועק פון ר אהרנס זכותים.פאר די פיר (און נאך צענדליגע אנדערע מסי"נ אידען, מפורסמים יותר ומפורסמים פחות) קימט זיך די קרעדיט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:אסאך אמת ליגט זיכער אין דעם, א גרויס חלק פון פרומע אידישקייט אין אמעריקע (און יא, אמעריקע איז עטוואס גרעסער ווי ווילי ,ב.פ, מאנרא און מאנסי) איז צו פארדאנקן ר' אהרן ותלמידיו, פארשטייט זיך אז לויט די סאטמארע פראפאגאנדע איז אלעס נאר בזכותו של רביה"ק און קיין שום רבי/ר"י טארן נישט נעמען קיין קרעדיט, אבער האמת עד לעצמו.

אבער ווען מ'נעמט עס צו ווייט און מ'איז מגזים אויף די אנדערע זייט טויג אויך נישט.
פארשפארט