רש"י על דברים פרק כא פסוק יג
והסירה את שמלת שביה - לפי שהם נאים שעובדי כוכבים בנותיהם מתקשטות במלחמה בשביל להזנות אחרים
איך האב דאס אלץ פארשטאנען אז דאס איז נישט דווקא געווען עפעס א סגולה וואס זיי האבען געהאלטען אז דורך דעם וועט דער אייבישטער מעניש זיין די יודען וייל אלקיהם של אלו שונא זימה, [הגם סדא א זיס ווערטל בשם הגר"א אז טאקע פאר דעם האט עס דער אייבישטער מתיר געווען ממילא איז עס שוין נישט קיין עבירה..] נאר ענדערש ע"פ פשוטו איז דאס וייל מיטן מעורר זיין דער יצר הרע און אזוי ארום דיסטרעקטן די לוחמים פון האלטען קאפ אויף די מלחמה כידוע אין אדם חוט אלא אם כן נכנס בו רוח שטות און ווער סאיז ביזי נאכלויפען פרויען האלט ער שוואך קאפ נאכלויפען די סאלדאטן פון דער שונא.
דאס האב איך נישט געוואוסט אז מען נוצט די טאקטיק עד היום הזה, לעצטנס זעה איך אז די דברי התורה זענען נצחיים און ממש היינט נוצט מען זיך מיט די רייץ וואס פרויען זענען מעורר אויף כאפען דערמיט דער שונא.
דא ליין איך א באריכט [גענומען פון דא ] אז פרויען וואס ארבעטן אין דער מוסד, דער איזרעאלישער שפיאנאזש אגענטור, נוצען זייער רייץ אויף באקומען צוטריט צו סודות פון דער שונא.
און דא ליין איך גאר אז דער טאליבאן פראבירט אפילו צו לאקערן אויף אמעריקאנער סאלדאטן דורך פעיסבאק און אזוי ארויסבאקומען אינפארמאציע פון זיי.