גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
ווען איך זעה א אינגל ארום גיין אן קיים שום צעטל, שטעל איך עס אויף די חזקה אז ער נעמט דאס געלט פאר זיך, און איך גיב אים א קוואדער, אדער א דיים, אזויפיל קען איך באשטיין צו געבן פארן אינגל פערזענליך. אויב גייט ער שוין פאר א מוסד, דארף איך מחליט זיין צו איך וויל געבן פאר דעם מוסד, אבער פאר דעם אינגל אליינס, פארוואס נישט.
רבותי לאמיר נישט ווערן פארפירט, די בעסטע מיטל צו אנהעצן מענטשן איז אז מען העצט, דו ווייסט, יענער מאכט מעלאנעס, דער קנאי פון לאנדאן וואס איז א קנאי פון געפיל אויס האט געשריבן אז דער פראבלעם פון חינוך העצמאי איז אז די אנשי האגודה שטאפן זיך אן מיט די געלטער פון די רעגירונג, אויך ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט האבען אלע העצערס געהעצט, מען מאכט מיליאנען, מען נוצט עס נישט פאר די קראנקע קינדער, בלא בלא בלא. איך מיין דער עולם דארף אויסהערן דשיגאן וויאזוי ער רעדט זיך אפ אז זיינע חברים זענען אים מקנא און עס קומט צו לאכן ווייל דאס איז די פשוט'ע מציאות וואס פראסקעט אין פנים.
טייערע ניקס, לאמיר זיך פארגינען איינער דעם צווייטען ( אפי א לייק...) יענער האט א שיינע קאר? ער האט געארבעט דערפאר און עס כשר פארדינט, און אפי' דו געפינסט אדער טרעפט א גרויסע מציאה נוץ עס געזונטערהייט! און עס טאר דיר נישט באדערן פ"וו יענער זיצט ביים שיסל און רוקט אריין סחורה, דו וואלסט נישט בעסער געווען, ווייל יעדער איינער ווייסט אז א קעכער וואס איז ביים שיסל איז פעט, און געווענליך ווען איינער האט טענות אז איינער פאקט זיך אן מיט די גרינע און ליארעמעט איבער די שרעקליכע גניבות און אז ס'איז על חשבון הציבור איז זיין טענה הלמאי ער זיצט נישט ביים שיסל, און עס גייט אים גאנץ ווינציג אן די גניבות.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב
איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
היימישער האט געשריבן:געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב
איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
און ביקור חולים דב"פ ווייסט מען יא? חוץ די קאלירפולע בראשורן מיט די פיקטשערס פון אפיסעס מיט פיילינג קעבינעטס גארנישט.
היימישער האט געשריבן:געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב
איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
און אהערצושטעלן די טשיז בלינצעס קאסט נישט קיין געלט? דו האסט נישט געהערט אז די פרייז פון טשיז איז לעצטנס גאר שטארק ארויף? די סיבה איז צווייפאכיג. איינס, ווייל פאר האריקעין סענדי איז געווען א טריקעניש , דראו"ט בלע"ז און מ'האט געדארפט קויפן ארטיפישל גראז פאר די קוען. אוון נאכ'ן האריקעין האט מען נישט געקענט צו קומען צו דעליווערן די גראז.