די פאלעסטינער פאלק און איר היסטאריע
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
די פאלעסטינער פאלק און איר היסטאריע
די מדינת ישראל מיליטער האט די נאכט ארעסטירט 55 פאלעסטינע טעראריסטן אין מערב ברעג,
קען איינער מסבר זיין די חילוק צווישן עזה און מערב ברעג?
מערב ברעג האט מדינת ישראל איינגענומען פון ירדן ביי די 6 טעג מלחמה (אוי, ווער געדענקט נאך די נשא בהעלותך תורה גיט מיין טאטע אלטס א קרעכץ) און ס'ווערט געפירט דורך פאלעסטינע פאליציי, אבער מדינת ישראל מליטער זענען דארט בעה''ב, זיי קענען ארעסטירן אראבערס און ס'שטיל.
ווידער עזה האט מדינת ישראל איינגענומען פון מצרים אויך ביי די 6 טעג מלחמה, אבער דארט זענען מדינת ישראל מליטער נישט קיין בעה''ב און קענען נישט דארט אריינטרעטן, אפילו די פלאץ געהערט פאר זיי.
אויך ווען חאמאס שרייט אז זיי ווילען דיPRE 67 BORDERS מיינען זיי אויך די מערב ברעג? אויך, ס'זאל צוריק גיין קיין מצרים אדער ווילן זיי אז ס'זאל זייער אייגענס מיט אייגענע מיליטער.

פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
ביז יאר 1993 האבן אלע שטחים ס'הייסט יהודה שומרון און עזה געווען אונטער קאנטראל פון מדינת ישראל, די דירעקטע אנפירער זענען געווען גענעראלן פון די ארמיי, אונטער די אנפירערשאפט פון זיכערהייטס מיניסטער.
אין 1993 האבן יצחק רבין און יאסער אראפאט אונטערגעשריבן די אסלא אפמאך, די אפמאך איז צעטיילט אין עטליכע חלקים, צווישן אנדערע איז געגעבן געווארן פארשידענע רעכטן פאר די פי על או אויפצושטעלן לאקאלע רעגירונגען, און אנפירן די מוניציפאלע ארבעט אין די שטעט, אין די אפמאך ווערן די פלעצער גערופן שטח A, היינט האבן זיי נישט קיין שום שייכות מיט די מדינה, אלעס ווערט אנגעפירט דורך די פאלעסטינע אויטאריטעטן.
שטח B ווערן אנגערופן אלע דערפער אין די שטחים, זייערע באדערפענישן ווערן צוגעשטעלט דורך די פאלעסטינע אויטאריטעטן, און די זיכערהייט איז דורך צה"ל.
שטח C זענען אלע התנחלויות ווי די מתנחלים וואינען, און נאך אנדערע פאלעסטינע דערפער אין די געגנט פון די מתנחלים, זיי ווערן אינגאנצן אנגעפירט דורך מדינת ישראל אגענטורן.
עזה פלעגט אזוי צו זיין ביז די התנתקות תשס"ה, סזענען געווען אידישע התנחלויות דארט איז די רעגירונג געווען צעטיילט, איינמאל די ארמיי האט זיך ארויסגעצויגן, איז אלעס אין עזה געווארן פאלעסטינער.
היינט ווען מ'ארעסטירט אין פאלעסטינע שטעט וואס זענען אין די מערב ברעג, ווערט עס געווענליך געטוען צוזאמען מיט די פאלעסטינע פאליציי, זיי ארבעטן צוזאמען מיט די שב"כ און מיט די ארמיי.

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
כפארשטיי נישט איין זאך פאר 1948 האט דאך עס אויך נישט געהערט פאר די וואס מ'רופט היינט די פאלעסטינער, PLO צו כאמאס, ס'האט דאך געהערט פאר די ענגלישע מאנדאט,
ווען אין היסטאריע האבן די זיידעס פון די היינטיגע פאלעסטינע אראבער געוועלטיגט אויף ארץ ישראל, כמיין מ'דארף צוריק גייט צו נאפאליאן און די פריע 1800 יארן
ווען אין היסטאריע האבן די זיידעס פון די היינטיגע פאלעסטינע אראבער געוועלטיגט אויף ארץ ישראל, כמיין מ'דארף צוריק גייט צו נאפאליאן און די פריע 1800 יארן
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון. די פאלק וואס רופט זיך "פאלעסטינער", האט קיינמאל טאקע נישט געוועלטיגט אויף די לאנד, אייביג זענען געווען דא אנדערע לענדער, צו טערקיי צו ענגלאנד פאר טערקיי די קרייצצוג אדער מוסלמענער. אין 1947 האט די יו ען צעטיילט די לאנד א טייל פאר אידן און א טייל פאר אראבער, א חלק פון די טייל האט ירדן איינגענומען און אנעקסירט אלס טייל פון זייער לאנד, דאס איז די מערב ברעג אין מזרח ירושלים.
די אנדערע גאר קליינע טייל האט מצרים איינגענומען און דאס איז די עזה פאס.
די מענטשן אין עזה זענען נישט געווארן קיין מצרישע בירגער, זיי האבן גארנישט קיינמאל מיט מצרים געהאט. די פון די מערב ברעג זענען יא געווארן ירדנע בירגער, ביז היינט זענען דא מענטשן פאלעסטינער וואס פארן אויף א ירדנע פאספארט.
אין די אנהייב פון די מדינה זענען רוב אראבער געווען פריי, פאטאך איז א פרייע באוועגונג, אנדערע פאלעסטינע פארטייען זענען קאמוניסטיש, סאציאליסטישע, מארקסיסטיש און אפילו באאט פון סאדאם כוסעינ'ס פארטיי. אלע זענען פרייע פארטייען, די ארגאניזאציע וואס פארבינדט זיי איז plo.
אין די 1980'גע יארן און שוין פריער אביסל, איז אריין א להבדיל הרהור תשובה אין די פאלעסטינע יוגענט, גאר שטארק אין עזה, און אויך אין מערב ברעג אבער נישט מיט אזא שטארקייט, די כאמאס איז איינער פון די פירות דערפון. אין די מערב ברעג זענען מענטשן מער ליבעראל און טאלעראנט ווי אין עזה אגב, דאס איז ווייל די רעגירונג דארט איז שטארק קעגן כאמאס און האקט זיי אונטער אויף טריט און שריט. די רעגירונג אין מערב ברעג איז פאטאך.
די אראבער אין מדינת ישראל לעבן א מאדערנע לעבן שוין באלד פופציג יאר, זיי זענען מער ווייניגער באפרייט פון שבטים הערשאפט אין רוב שטעט. בכלל לעבן זיי מער א מערב וועלט לעבן, זיי האבן צוטריט צו אלעס און קיינער שטערט זיי נישט.
ווידעראום די מענטשן אין מערב ברעג וואס צוביסלעך ווערן זיי מאדערניזירט, האבן נישט קיין געלט, די רעגירונג איז קארופטירט און פארפוילט דורך און דורך, פון איין זייט. קיין איזרעאלי בירגערשאפט האבן זיי נישט באקומען, זיי קענען נישט ארבעטן אין די מדינה, און אין זייערע שטעט איז נישטא קיין ארבעט.
די אנדערע גאר קליינע טייל האט מצרים איינגענומען און דאס איז די עזה פאס.
די מענטשן אין עזה זענען נישט געווארן קיין מצרישע בירגער, זיי האבן גארנישט קיינמאל מיט מצרים געהאט. די פון די מערב ברעג זענען יא געווארן ירדנע בירגער, ביז היינט זענען דא מענטשן פאלעסטינער וואס פארן אויף א ירדנע פאספארט.
אין די אנהייב פון די מדינה זענען רוב אראבער געווען פריי, פאטאך איז א פרייע באוועגונג, אנדערע פאלעסטינע פארטייען זענען קאמוניסטיש, סאציאליסטישע, מארקסיסטיש און אפילו באאט פון סאדאם כוסעינ'ס פארטיי. אלע זענען פרייע פארטייען, די ארגאניזאציע וואס פארבינדט זיי איז plo.
אין די 1980'גע יארן און שוין פריער אביסל, איז אריין א להבדיל הרהור תשובה אין די פאלעסטינע יוגענט, גאר שטארק אין עזה, און אויך אין מערב ברעג אבער נישט מיט אזא שטארקייט, די כאמאס איז איינער פון די פירות דערפון. אין די מערב ברעג זענען מענטשן מער ליבעראל און טאלעראנט ווי אין עזה אגב, דאס איז ווייל די רעגירונג דארט איז שטארק קעגן כאמאס און האקט זיי אונטער אויף טריט און שריט. די רעגירונג אין מערב ברעג איז פאטאך.
די אראבער אין מדינת ישראל לעבן א מאדערנע לעבן שוין באלד פופציג יאר, זיי זענען מער ווייניגער באפרייט פון שבטים הערשאפט אין רוב שטעט. בכלל לעבן זיי מער א מערב וועלט לעבן, זיי האבן צוטריט צו אלעס און קיינער שטערט זיי נישט.
ווידעראום די מענטשן אין מערב ברעג וואס צוביסלעך ווערן זיי מאדערניזירט, האבן נישט קיין געלט, די רעגירונג איז קארופטירט און פארפוילט דורך און דורך, פון איין זייט. קיין איזרעאלי בירגערשאפט האבן זיי נישט באקומען, זיי קענען נישט ארבעטן אין די מדינה, און אין זייערע שטעט איז נישטא קיין ארבעט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
פארוואס האבן די אראבער פון מערב ברעג אין עזה קיינמאל באקומען קיין איזראעלי בירגערשאפט,
ממה נפשך אויב האט איזראעל פארעכנט די אקופירטע געביטן נאך 1967 אלס א חלק פון איזראעל,
דאן מוזטו די בירגער וואס באוואוינען איר אויך פארעכענען אלס בירגער,
זיי זענען נישט ווי די מעקסיקאנער אין אמעריקע וואס ברעכן זיך אריין אומלעגאל,
האסטאך זיין איינגענומען מיט די בירגער אינאיינעם,

- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
גאלד האט געשריבן:פארוואס האבן די אראבער פון מערב ברעג אין עזה קיינמאל באקומען קיין איזראעלי בירגערשאפט,
ממה נפשך אויב האט איזראעל פארעכנט די אקופירטע געביטן נאך 1967 אלס א חלק פון איזראעל,
דאן מוזטו די בירגער וואס באוואוינען איר אויך פארעכענען אלס בירגער,
זיי זענען נישט ווי די מעקסיקאנער אין אמעריקע וואס ברעכן זיך אריין אומלעגאל,
האסטאך זיין איינגענומען מיט די בירגער אינאיינעם,
זיי זענען ווי די אפגעפארענע יודן ( נטורא קרתא) וועלכע ווילן נישט דער פאפירן ווייל זיי אנערקענען נישט אין דער מדינה...
אגב, פון ווי קומט די נאמען פאלעסטיין/פאלעסטינע?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
די נאמען פאלעסטינע שטאמט פון די רוימישע, נאכן חורבן ביהמ"ק און די אונטערברענגען בר כוכבא'ס אויפשטאנד, האבן זיי גערופן גאנץ ארץ ישראל פראווינקיא סיריע פאלעסטינע, אויסצומעקן די נאמען פון די אידן.
די היינטיקע פאלעסטינער זענען א ניי פאלק, די שפעטסטע תקופה אין תנ"ך וואס פלשתים ווערן דערמאנט איז אין די צייט פון יחזקיהו המלך.
צן גאלד ווען איך האב גשריבן פריי האב איך געמיינט סעקולער. צו דיין צווייטע פראגע מדינת ישראל האט קיינמאל נישט אנעקסירט די מערב ברעג אלס טייל פון מדינת ישראל, מדינת ישראל האט אנעקסירט מזרח ירושלים און די גולן בערג, די שטחים און עזה געזעצליך געהערן נישט פאר די מדינה, דעריבער זענען די איינוואינער נישט בארעכטיגט פאר בירגערשאפט.
sunbar דיין קשיא האב איך שוין געענטפערט, אויב מאיז באזארגט פאר זייער שנעלע געוואוקס, סקען זיין אמת אבער סאיז נישט ממש אזוי, זייער ראטע פון האבן אזויפיל קינדער פאלט, דאס איז סיי ביי איזראעלי אראבער, סיי אראבער פון די שטחים. ביי די אראבער אין עזה האלט עס יא אין איין ארויפגיין, ווי אויבנדערמאנט עזה איז די פרומסטע פלאץ, אין פרומע פלעצער איז די געבורט ראטע אייביג העכער, נישט קיין חילוק וועלכע רעליגיע.
די סטאטיסטיקס פון די פאלעסטינער אז זיי וואקסן שנעל איז נישט פון די קראנסטע קוועלער, צ.ב. זיי קענען רעכענען מענטשן וואס וואינען אין ירושלים צוויי מאל איינס אלס פאלעסטינער, און איינס אלס איינוואינער אין מזרח ירושלים, סקען דויערן יארן וואו לאנג טויטע מענטשן גייען אראפ פון זייער רשימות, אויב שרייבן זיי אז אין די שטחים וואינען 4 מיליאן מענטשן, מיט עזה אריינגערעכנט, קען מען רואיג אראפ רעכענען א מיליאן. זיי האבן שוין מער וואו איינמאל איבערצייגט אז זיי זענען אומבאגלייבט.
די פלשתים אין די תורה זענען פון בני חם אזוי ליגט מיר אין קאפ מצרים אויך, אבער די אלע פעלקער זענען צעמישט היינט, סנחריב האט אריינגעארבעט שווערע כוחות. היינט רופט מען סיי פאלעסטינער, (זיכער נישט די פלשתים) סיי די עגיפטער, אראבער, אלע לכאורה שטאמען פון ישמעאל.
די היינטיקע פאלעסטינער זענען א ניי פאלק, די שפעטסטע תקופה אין תנ"ך וואס פלשתים ווערן דערמאנט איז אין די צייט פון יחזקיהו המלך.
צן גאלד ווען איך האב גשריבן פריי האב איך געמיינט סעקולער. צו דיין צווייטע פראגע מדינת ישראל האט קיינמאל נישט אנעקסירט די מערב ברעג אלס טייל פון מדינת ישראל, מדינת ישראל האט אנעקסירט מזרח ירושלים און די גולן בערג, די שטחים און עזה געזעצליך געהערן נישט פאר די מדינה, דעריבער זענען די איינוואינער נישט בארעכטיגט פאר בירגערשאפט.
sunbar דיין קשיא האב איך שוין געענטפערט, אויב מאיז באזארגט פאר זייער שנעלע געוואוקס, סקען זיין אמת אבער סאיז נישט ממש אזוי, זייער ראטע פון האבן אזויפיל קינדער פאלט, דאס איז סיי ביי איזראעלי אראבער, סיי אראבער פון די שטחים. ביי די אראבער אין עזה האלט עס יא אין איין ארויפגיין, ווי אויבנדערמאנט עזה איז די פרומסטע פלאץ, אין פרומע פלעצער איז די געבורט ראטע אייביג העכער, נישט קיין חילוק וועלכע רעליגיע.
די סטאטיסטיקס פון די פאלעסטינער אז זיי וואקסן שנעל איז נישט פון די קראנסטע קוועלער, צ.ב. זיי קענען רעכענען מענטשן וואס וואינען אין ירושלים צוויי מאל איינס אלס פאלעסטינער, און איינס אלס איינוואינער אין מזרח ירושלים, סקען דויערן יארן וואו לאנג טויטע מענטשן גייען אראפ פון זייער רשימות, אויב שרייבן זיי אז אין די שטחים וואינען 4 מיליאן מענטשן, מיט עזה אריינגערעכנט, קען מען רואיג אראפ רעכענען א מיליאן. זיי האבן שוין מער וואו איינמאל איבערצייגט אז זיי זענען אומבאגלייבט.
די פלשתים אין די תורה זענען פון בני חם אזוי ליגט מיר אין קאפ מצרים אויך, אבער די אלע פעלקער זענען צעמישט היינט, סנחריב האט אריינגעארבעט שווערע כוחות. היינט רופט מען סיי פאלעסטינער, (זיכער נישט די פלשתים) סיי די עגיפטער, אראבער, אלע לכאורה שטאמען פון ישמעאל.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
אוואדי רופן זיך נישט די אראבער פון פאלעסטינע, "פאלעסטינער" נישט ווייל זיי זענען אפשטאמיגע פון פלשתים,
די בני ישמעאל האבן גארנישט מיט די ארגינעלע פלשתים, די פלשתים זענעם פון חם,
נאר, ווי איך פארשטיי, און פארעכט מיר אויב איך מאך א טעות,
דער ראיאן ווי ארץ ישראל איז, האט מען פאר די לעצטע 1000 יאר גערופען "פאלעסטינע" ע"ש פלשתים,
פארוואס ווייס איך נישט, אבער אזוי האט זיך שטענדיג גערופען אפציעל דער ארץ ישראל ראיאן,
די מענטשן וואס האבן געוואוינט אין דעם ראיאן, צו אראבער צו אידן, האט מען גערופען "פאלעסטינער",
נישט ווייל דאס איז זייער עטנישקייט, נאר ווייל זיי וואוינען אין "פאלעסטיין"
דאס מיינט ביז 1948 האט יעדער, סיי אראבער סיי אידן, זיך גערופען "פאלעסטינער"
אין 1948 ווען די ציונים האבן געגרינדעט די מאדערנע "איזראעל",
האבן די אראבער וואס זענען נעבעך געווען אזוי דערביטערט אין דערשלאגן אז מ'האט זיי ארויסגעווארפן פון זייער לאנד,
זענען זיי פארבליבן מיט די ארגינעלע נאמען "פאלעסטינער",
יעצט וואס איז זייער אמת'ער שורש ומקור מחצבתם,
אסאך האלטן אז זיי זענען די זעלבע אפשטאמיגע ווי די ירדנ'ער,
אסאך פון די מייסדי המדינה האבן לכתחלה געטענה'ט
אז די היים לאנד פאר די אראבער אין פאלעסטינע איז ירדן,
זיי זענען די זעלבע עטניסיטי און אפשטאם,
איך בין נאר נייגעריק איין זאך וואס איך האב שוין לאנג זיך שטארק געוואונדערט,
לאמיר זאגן לו יצויר ווען די מייסדי המדינה
וואלטן מחמת איזה סיבה נישט קורא שם געווען די נייע מדינה "איזראעל"
נאר געלאזט די אלטע נאמען "פאלעסטינע"
וויזוי וואלטן די אראבער אין פאלעסטינע זיך אידענטיפצירט,
סתם "אראבער"? דאס איז ווייט נישט אזא מאכטפולע טענה פארוואס דאס לאנד געהער פאר זיי,
זיי וואלטן ממש נישט געהאט קיין שום טענה ומענה,
סתם פארן זיי איין אראבער?
די אראבער האבן דאך לענדער 600 מאל אזוי גרויס ווי ארץ ישראל
און די אידן גארנישט,
בשלמא יעצט שרייען זיי דאך "איך בין א פלעסטינער"
און די "פאלעסטינער" דארף א היים-לאנד
אבער אז די אידן הייסן אויך פאלעסטינער,
נו מיט וואס דארפסטו אלס אראבער נאך א היים לאנד ווען די האסט אראבישע לענדער לרוב,

[quote="נאך איינער"]
די פלשתים אין די תורה זענען פון בני חם אזוי ליגט מיר אין קאפ מצרים אויך, אבער די אלע פעלקער זענען צעמישט היינט, סנחריב האט אריינגעארבעט שווערע כוחות. היינט רופט מען סיי פאלעסטינער, (זיכער נישט די פלשתים) סיי די עגיפטער, אראבער, אלע לכאורה שטאמען פון ישמעאל.[/quote
בראשית פרק י וּמִצְרַיִם יָלַד אֶת-לוּדִים וְאֶת-עֲנָמִים, וְאֶת-לְהָבִים--וְאֶת-נַפְתֻּחִים. יד וְאֶת-פַּתְרֻסִים וְאֶת-כַּסְלֻחִים, אֲשֶׁר יָצְאוּ מִשָּׁם פְּלִשְׁתִּים--וְאֶת-כַּפְתֹּרִים
עמוס פרק ט ז' הֲלוֹא אֶת-יִשְׂרָאֵל, הֶעֱלֵיתִי מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, וּפְלִשְׁתִּיִּים מִכַּפְתּוֹר, וַאֲרָם מִקִּיר
ירמיהו פרק מ"ז פסוק ד' עַל-הַיּוֹם, הַבָּא לִשְׁדוֹד אֶת-כָּל-פְּלִשְׁתִּים, לְהַכְרִית לְצֹר וּלְצִידוֹן, כֹּל שָׂרִיד עֹזֵר: כִּי-שֹׁדֵד יְהוָה אֶת-פְּלִשְׁתִּים, שְׁאֵרִית אִי כַפְתּוֹר
א נחת צו האבן ''נאך איינער'' (אחד המיוחד) אין קאווע שטיבל
די פלשתים אין די תורה זענען פון בני חם אזוי ליגט מיר אין קאפ מצרים אויך, אבער די אלע פעלקער זענען צעמישט היינט, סנחריב האט אריינגעארבעט שווערע כוחות. היינט רופט מען סיי פאלעסטינער, (זיכער נישט די פלשתים) סיי די עגיפטער, אראבער, אלע לכאורה שטאמען פון ישמעאל.[/quote
בראשית פרק י וּמִצְרַיִם יָלַד אֶת-לוּדִים וְאֶת-עֲנָמִים, וְאֶת-לְהָבִים--וְאֶת-נַפְתֻּחִים. יד וְאֶת-פַּתְרֻסִים וְאֶת-כַּסְלֻחִים, אֲשֶׁר יָצְאוּ מִשָּׁם פְּלִשְׁתִּים--וְאֶת-כַּפְתֹּרִים
עמוס פרק ט ז' הֲלוֹא אֶת-יִשְׂרָאֵל, הֶעֱלֵיתִי מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, וּפְלִשְׁתִּיִּים מִכַּפְתּוֹר, וַאֲרָם מִקִּיר
ירמיהו פרק מ"ז פסוק ד' עַל-הַיּוֹם, הַבָּא לִשְׁדוֹד אֶת-כָּל-פְּלִשְׁתִּים, לְהַכְרִית לְצֹר וּלְצִידוֹן, כֹּל שָׂרִיד עֹזֵר: כִּי-שֹׁדֵד יְהוָה אֶת-פְּלִשְׁתִּים, שְׁאֵרִית אִי כַפְתּוֹר
א נחת צו האבן ''נאך איינער'' (אחד המיוחד) אין קאווע שטיבל
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
גאלד האט געשריבן:היות דער אשכול ערווארבט זיך צו א שיינע באלערנדע נושא איבער די היסטאריע פון די פאלעסטינער פאלק,
האבך איך מציע געווען די אחראים (אין אישית) צו טוישן די קעפל צו:
"די פאלעסטינער פאלק און איר היסטאריע"
אדער ענליכס
וואס האלט די עדה?
אלץ אנהייבער פונם אשכול, מסכים