לערנען ענגליש

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

לערנען ענגליש

שליחה דורך גוטזאגער »

אזוי ווי איך האב א שטיקל באקאנטשאפט מיט די ענגלישע שפראך וועל איך פארלייגן פארן ציבור מיינע ידיעות, און אזוי ארום פרובירן אביסל צו לינדערן די שמערצליכע בושות און ווייטאג וואס מען האט ווען מען אנקערט זיך אן אין א שווערע ווארט צו זאץ און מען ווערט צואמפערט און.... שוין.

ליגט א חיוב אויף אונז ארויסהעלפן אחינו בני ישראל הנתונים בגולה, וואס זיי מוזן צוקומען צו די גוי'אישע שפראך, אבער פארשטייט זיך חלילה וחס עס זאל ניטאמאל ארויפקומען אויפן געדאנק צו בועט זיין אין די שפראך וואס האט אונז ביז יעצט אזוי שיין אויפגעצויגן, ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטן מאראליש-ווייז (צווייטענס, אפי' דו ווילסט וועסטו עס נישט קענען מאכן ענגליש פאר דיין שפראך).

איך בין גרייט צו ארויסגעבן מיינע צוויי צענט וואס פאר ווער עס קען דאס נישט וועט עס זיכער זיין א הילף, אבער אזוי ווי איך קען נישט זען מיינע תלמידים, און איך קען נישט זעהן צו א ניק שאקעלט מיט די קאפ אדער ער שלאפט גאר איין ביי מיין שיעור (איין זאך איז זיכער, קיין מאראנצן שאלאכטס וועט מען נישט קענען ווארפן אויף מיר......) וועל איך ווארטן אז אפאר חברה זאלן רעאגירן און פארלאנגען אז זיי ווילן הערן, וועל איך גיין ווייטער מיט "אפעראציע ענגליש", און אויב נישט וועט דער אשכול מיטפארן מיט די אלע טויטע געהענגלען אינעם תהום אריין..

אבער איך וויל דאך אז די וואס פארלאנגען עס זאלן כאטש וויסן אין וואספארא ריזיקע זיי לייגן זיך אריין, וועל איך געבן א שטיקעלע אינטראדאקשען:

א. כללא דמילתא
ווען איך פלעג זען א מודעה אז א טיטשער מיט פולע יארן ערפארונג איז גרייט אויס צו לערנען ענגליש, פלעג איך מיך וואונדערן, וויאזוי לערנט אויס די טיטשער פאר זיינע קונדן די שפראך? ער נעמט א ווערטער בוך און ער חזר'ט איין די ווערטער פאר זיינע תלמידים אזוי ווי מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט די אקדמות? ווער קען געדענקען אזויפיל ווערטער? נאר וואס דען, דער טיטשער שטעלט זיך בכלל נישט אויס צו לערנען די טייטש, ער לערנט אויס די כללים פון די שפראך, און פאר מער א העכערע לעוועל לערנט דער טיטשער די גראמאטיק און די אויסלייג פון די שפראך, און אויטאמאטיש אז מען האט די שליסלען קען מען שוין עפענען די פארשלאסענע טויערן.

ב. מעשה לסתור
אבער מיינטס נישט אז מען ווערט אזוי שנעל באלעבאס אויף די שליסלעך און די כללים פון די שפראך, ווי מער מען טוט אין די יסודות און די כללים פון די שפראך אלץ מער ווערט עס קאמפליצירטער און פארפלאנטערט, אזש עס קען זיך דאכטן אז אראפשרייבן א זאץ אז עס זאל שטימען מיט אלע כללים איז שוין שווערער ווי א שחמאט, און די שוועריגקייטן קומען וויבאלד עס איז דא אסאך כללים, און יעדע איינציגע כלל פארמאגט א יוצא מן הכלל! און בפרט ענגליש וואס שלעפט צוזאם ווערטער און כללים פון אלע שפראכן (אבער ענק דארפן נישט ווערן צובראכן, ווייל קודם וואס וועט שאטען אז מען וועט וויסן אביסעלע מער, און עס קען נאך צוניץ קומען ווייל עס קען אויסקומען אז מען זאל ווערן סטאק ביי איין געוויסע פונקט, און ווי נאר מען כאפט זיך יא, מען האט שוין געליינט דערוועגן וואס עס מיינט, ווערט שוין גלייך פארשטענדליך דאס איבריגע).

ג. מים שאין לו סוף
די מעלה פון ענגליש אז מען ווערט קיינמאל נישט פארטיג..... יעדעס יאר קומט צו פרישע ווערטער, און אפי' די ווערטער וואס זענען שוין לאנג פארענגלישט קען מען נישט אזוי שנעל דעריאגן ווי דער וואס איז אויפגעוואקסן מיט די ענגלישע שפראך, ממילא זאל מען זיך נישט איינרעדן אז מען וועט קענען א פיקס-פארטיגע ענגליש, ווייל אפי' איינער וועט דורכליינען אלע שיעורים פון קאווע שטיבעל האט נאך א לאנגע וועג צו גיין..
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך גוטזאגער »

די ענגלישע שפראך באשטייט פון 26 אלפעבעטן\אותיות\לעטערס ( ווער עס קען עס נישט איז א אנאלפענבעט... )י

די לעטערס ווערן צוטיילט אין צוויי איין חלק איז 21אותיות וואס מען הערט און מען זאגט עס ארויס און דאס ווערט אנגערופען אין ענגליש "קאנסענענט" די צווייטע חלק איז 5 אותיות וואס מען זאגט נישט ארויס און דאס איז ווי נקודות \קולות וואס דאס רופט זיך וואיעלס אזוי ווי אין יודיש איז דא די נקודות אותיות
ווי א,ו,י,ע, איז דא אין ענגליש אויך אותיות וואס זיי פארטרעטן נקודות

A, e, i, o, u,די פינעף וואיעלס זענען

א ווארט קען באשטיין פון א וואיעל אזוי ווי איי. אדער עי.
אבער עס קען נישט זיין א ווארט נאר פון קאנסענענטס

יאך מיין אז עס איז גענוג אויף יעצט אבער כדי אנצוגיין דארף איך צוריק הערן וואס די עולם זאגט צו אין אישי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גוטזאגער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גוטזאגער האט געשריבן:( ווער עס קען עס נישט איז א אלפענבעט... )י

Analphabet
אנאלפאבעט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'איז גראדע אינטערסאנט, כ'וואונדער שוין זיך פון לאנג.
פארוואס רופן די גוים די ABC "אלפא-ביתא"
בשלמא די אידן, א - איז "אלף", ב - איז "בית".
אבער ביי זיי (און אויך ביי שוואכערע אידן, למשל אין פלעטבוש, וואס זייער איינציגע שייכות מיט היימישע אידן איז אז זיי שטיצטען כולל שומרי הכומעס) A איז "עי", B איז "בי", אויב אזוי פארוואס רופן זיי דאס "אלפא ביתא"?
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שכוח, מיינסט צו זאגן אז אמאל האט מען א "A" גערופן "אלפא". מקבל.
אז מ'רעדט שוין, כ'האב אמאל געהערט אז אין ענגליש איז די סדר OPQRS וואס דאס מיינט "אפיקורס",
האסט אמאל געהערט דערפון?
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

וויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אין געוויסע פעלער: it (just) came to me.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שוואכע מאסעס....
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

וויזוי זאגט מען אין ענגליש ''דו האסט מיר געלאזט''
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

you allowed it.
you permitted it to me.
it was with your permission.
נאך?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF

(I remember(ed?
(I recall(ed?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יידל האט געשריבן:you allowed it.
you permitted it to me.
it was with your permission.
נאך?

נישט צופרידן. אויב איך קען ווען צולייגן א ווארט וואלט איך געזאגט: you letted me
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF

(I remember(ed?
(I recall(ed?

אויך עפעס נישט בע'טעמ'ט. כ'ווייס נישט פארוואס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:you allowed it.
you permitted it to me.
it was with your permission.
נאך?

נישט צופרידן. אויב איך קען ווען צולייגן א ווארט וואלט איך געזאגט: you letted me

Let קען ווערן גענוצט אויף לשון עבר אויך.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געב א משל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

.I let you go to the tish last night, but I didn't think you'll come back so late
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קען מען טאקע אזוי זאגן? אקעי. אבער ס'סאונד עפעס נישט אזוי גוט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

געפילטע פיש האט געשריבן:.I let you go to the tish last night, but I didn't think you'll come back that late
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

[left]Actually you can use either one. the word that in this context means to imply a comparison to something, as in "I'm not that stupid" means I'm not as stupid as example, vs. "I'm not so stupid" means I'm not very very stupid
I didn't think you'll come back that late", means I didn't think you'll come back as late as you did, vs. "I didn't think you'll come back so late"" means I didn't think you'll come back very very late
These dots are driving me nuts! I can't make them appear after the sentence.[/left]
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר זהב האט געשריבן:קען מען טאקע אזוי זאגן? אקעי. אבער ס'סאונד עפעס נישט אזוי גוט

העסטעך צוגעוויינען.
כ׳בין פריי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך כ׳בין פריי »

נו ווען גייט פארקומען די ווייטערדיגע שיעורים??
Lashkevitzer
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך Lashkevitzer »

געפילטע פיש האט געשריבן:.I let you go to the tish last night, but I didn't think you'll come back so late


זר זהב האט געשריבן:קען מען טאקע אזוי זאגן? אקעי. אבער ס'סאונד עפעס נישט אזוי גוט


sentence איך מיין אויך אז ס'יז דא א פּראבלעם מיט דעם

tense of "you'll" די פּראָבלעם איז מיט די
.
"you'll" ברענגט צוזאַמען צוויי ווערטער "you will" implying, in the future, meaning after it is spoken. This doesn't make sense because it must have already happened whenever the sentence is spoken.

I prefer: I let you go to the tish last night, but I didn't think you'D come back so late.

"you'd" ברענגט צוזאַמען דריי ווערטער (a contraction) "you would have",מיינט אז דעמאָלט, when I let you go to the tish, I didn't think that you would come home so late.

אזוי מיין איך
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Welcome
It's great having you here
Please help us out, teach us
Under influence
פארשפארט