ת"ח שעבר עבירה, אל תהרהר אחריו - סקאנדאלן ביי גדולי ישראל

אין ליכט פון די סקאנדאל וואס עס איז פארגעקומען אין די לעצטע טעג אין לאנדאן ביי א גאר חשובן רב ומורה הוראה, פון די גרעסטע פערזענליכקייטן אין לאנדאן און אין אייראפע בכלל, ווען אזויפיל ווי איבער צען וויבער זענען געקומען מעיד זיין אז ער האט אנגעהויבן מיט זיי, ביים געבן זיי יעוץ אין שלום בית.
איז כדי צו באטראכטן די נושא פון א נייע פרעספעקטיוו, נישט אלס א זאפטיגע רכילות נאר פון א פסיכאלאגישן קוק ווינקל:
א רב וואס איז נכשל געווארן איז נישט א מאנסטער וואס איז שעדליך צו פרויען, א רעיפיסט און א מאנס. ער איז בדרך כלל א ווארעמער מענטש וואס איז געפאנגען אין זיינע אייגענע קייטן, ער לעבט בפרישות, מוז גיין אין גאס מיט שמירת עיניים, געט זיך נישטאמאל צופיל נאך בהיתר מיט מחברתו הטהורה, איז שוין ווארשיינליך שטארק פארמאכט פון אלס בחור, און ער לייגט ממש א שלאס אויף זיינע נאטורליכע תאוות ; לעומת זה איז ער א מענטש מיטן אבר קטן שיש לאדם וואס פאדערט דאס זייניגע אן קיין רבנישע חשבונות. דער שמייסער - ווי באקאנט - ווערט נישט באפרידיגט פונעם אויבנאן.
נישט בלויז דאס, נאר א רב האט אין זיין האנט מאכט, כח און ער איז ביכולת צו משכנע זיין א פרוי.
בנוסף צו דעם אלעס זיצן ביי רבנים אפ די פרויען וואס רעדן זיך אויס זייער אינטימסטע זאכן, און דער רב מוז זיין דער פרומער וואס איז זיי מעורר ומעודד.
די אלע זאכן צוזאמען זענען זייער גוט מסביר ווי אזא רב קען פאלן.
די שאלה הייבט זיך אן וויאזוי מען באהאנדלט אזא רב?
די גמרא אליין האט שוין געהאט די דילעמא און געזאגט "תלמיד חכם שעבר עבירה בלילה, אל תהרהר אחריו ביום..." און אן אנדער גמרא ערקלערט אז "כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו"
אין די אידישע היסטאריע איז דא גאר אסאך פון די סארט מעשיות, אנגעהויבן פון די פסוקים, מען דארף נישט מער ווי די גמרא "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה"
אין חז"ל און מדרשים טרעפט מען אויך די זאכן אבער עס איז צו האקל, לאמיר רעדן פון שפעטערע אידישע היסטאריע
רבי ישראל נגארא - דער גרויסער פייטן, מקובל און מחבר פון "קה רבון" אויף וועמען רבי חיים וויטאל שרייבט אז ער איז געווען פרוץ בעריות. זכותו יגן עלינו
ביי אסאך מאכט זיך שטורעמס וואס זענען באמת נישט באגרינדעט, ווער ווייסט דען אויב איינער מאכט א שם רע. און נישט בלויז דארף מען דן זיין לכף זכות, נאר אסאך מאל איז עס באמת נישט געשטויגן, אבער אלס היסטארישע אנעקדאטן דארף מען עס פאראייביגן:
פון די היינטיגע דורות שרייב איך נאר ראשי תיבות.
הרה"צ רבי י.ה.
הרה"צ רבי ש. וו.
הרה"צ רבי ש. ק.
הרה"צ רבי א. ב.
הרה"צ רבי ש. א. (מזרחי)
הרה"צ רבי מ. א. (מזרחי)
הרה"צ רבי ח.ה.
און די רשימה איז גרויס. מיר טארן עס נישט אנקוקן ווי זאפטיגע רכילות, נאר ווי א מענטשליכע טראגעדיע ווי מענטשן מיט יצרים, אינסטיקטן און יראת שמים האבן צומאל געהאט א גליטש און דערנאך ביטערליך געליטן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דא אין שטיבל פירט מען זיך שמועסן לאו דווקא נושאים וואס זענען להלכה ולמעשה, נאר גלאט אזוי דברים של מה בכך. די נושא איז זייער אן אינטערסאנטע און א דראמאטישע. אבער אין די צייט וואס דער עולם קוקט עס אן ווי בלויז רכילות און שמחה לאיד, איז עס באמת ווייטאגליכע געשעענישן וואס פארקערפערט אין זיך די טראגעדיע פון זיין א גייסטישער פיגור מיט געווענליכע תאוות. והדברים מובנים
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יידל האט געשריבן:די שאלה איז נישט נאר וויאזוי מ'באטראכט די פערזענליכקייטן נאכן דורכפאלן, נאר וויאזוי מען קען אויפבויען א סיסטעם וועלכע זאל צוריקהאלטן אזעלכע דורפעלער פון פאסירן מעיקרא.
עס איז פאראן בלויז איין עצה: זיך נישט מייחד זיין!
א רב אדער שלום בית טוער זאל כסדר האבן א ווידעאו קעמרע וואס טוט רעקארדירן דעם גאנצן סעסיע, און א "צווייטער" זאל האבן עקסעס דערצו.
צוליב פריוואטקייט, זאל דאס רעקארדירן נאר די חלק הראי', און נישט אודיאו, חלק השמיעה. דער פרעמדער טעקנישאן מוז דאך נישט וויסן וואס מען האט געשמועסט.
והיה, אויב עס מאכט זיך אזא הוצאת שם רע, וועט מען קענען איבערקוקן דעם ווידעאו, און דער אמת וועט נתברר ווערן כשמלה.
פארשטייט זיך אז אויב דער רב אדער עסקן און פרוי וועלן וויסן אז "עין רואה", וועט לכתחילה גרינגער זיין נישט צו זינדיגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
די עצה פון שמעקעדיג איז א גוטע טעכנישע לעזונג אויף די מינוט, אבער האט איינער א לעזונג צו די עצם דראמע? א רב וואס האט מימיו נישט טועם געווען קיין זאפטיג שטיקל חטא, עס ברענט אים אין די הויזן, ער האט יעדן טאג ביי זיך אין דיינונג רום לעידיס וואס עפענען זיך די הארץ פאר אים, און ער פגרט....
ער ברעכט שוין פון סידור קידושיןס און אויבנאןס, ער חלשט פאר א שטיקל בשר תאווה וואס ער האט אולי אין זיין גאנץ לעבן נישט רעכט טועם געווען, איינער האט אן עצה?
(ליהווי ידיע איך בין נישט קיין רב, און די שאלה איז נישט אין די "אחיעזר" סעקשאן, ודיבר הכתוב בהווה)
ער ברעכט שוין פון סידור קידושיןס און אויבנאןס, ער חלשט פאר א שטיקל בשר תאווה וואס ער האט אולי אין זיין גאנץ לעבן נישט רעכט טועם געווען, איינער האט אן עצה?
(ליהווי ידיע איך בין נישט קיין רב, און די שאלה איז נישט אין די "אחיעזר" סעקשאן, ודיבר הכתוב בהווה)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר זהב האט געשריבן:און דאס אז איך דריי זיך מיט געווענדליכע תאוות און איך קען גארנישט טון איז א קלענרע טראגעדיע? ניין
ס'איז יא, ווייל דו האסט נישט צענדליגע/הונדערטע/טויזענטע מענטשן וועלכע קוקן ארויף אויף דיר, און שפירן אז דו ביסט די אתפשטותא דמשה אין דעם דור. ווען אן ארויפגעקוקטער איד פאלט דורך איז עס נישט בלויז א פריוואטע טראגעדיע וואס גייט נישט ווייטער פון די נאנטע משפחה, עס איז א קהילה'דיגע טראגעדיע. פיל מער מענטשן ווערן אפעקטירט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר זהב האט געשריבן:אהא. איך בין נישט אזוי פארגלייבט אין קיינעם, מילא קען איך מיר נישט אריינליינגן אין יענעםס שיך.
אקעי, ביזט נישט פארגלייבט אין קיינעם. קוקסטו אבער דען קיינעם נישט ארויף? דו אליין האסט געשריבן איבער די אידן וועם דו רעספעקטירסט אזוי שטארק און דו טראכסט אלץ אז הלואי ווען דו קענסט ווען אויסקוקן ווי זיי. שטעל דיך פאר דו הערסט אזא מעשה אויף זיי, עס קען צוברעכן דיין גאנצע טראסט אין ערליכע אידן, נישט אזוי?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
יידל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אהא. איך בין נישט אזוי פארגלייבט אין קיינעם, מילא קען איך מיר נישט אריינליינגן אין יענעםס שיך.
אקעי, ביזט נישט פארגלייבט אין קיינעם. קוקסטו אבער דען קיינעם נישט ארויף? דו אליין האסט געשריבן איבער די אידן וועם דו רעספעקטירסט אזוי שטארק און דו טראכסט אלץ אז הלואי ווען דו קענסט ווען אויסקוקן ווי זיי. שטעל דיך פאר דו הערסט אזא מעשה אויף זיי, עס קען צוברעכן דיין גאנצע טראסט אין ערליכע אידן, נישט אזוי?
ניין. איך וועל נישט פארלירן טראסט. איך וועל נאר איינזען אז ס'נישט קיין סתירה צו ערליכקייט. קיינער איז נישט פון ראבער. - אודאי איז עס נישט קיין לכתחילה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קופערניקוס, בדרך הטבע איז נישטא קיין עצה.
א מענטש איז א מענטש, און דער יצרא דעריות איז נישט קיין גרינגע מעשה צו באזיגן.
איך ווייס נישט צו איך אין זייערע שיך וואלט יא בייגעשטאנען דעם נסיון,
אבער איך וואלט לכה"פ אנגענומען אלע מיטלען זיכער צו מאכן אז דאס פאסירט נישט, סיי מפני מורא שמים און סיי מפני מורא בשר ודם.
נאכן דורכפאלן איז נישט קיין קונץ צו בלעימען יענעם, אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, אבער אזויפיל, אננעמען מיטלען אויף ווייטער איז וויכטיג (וכדברי יידל שליט"א הנ"ל).
די אלע מעשיות מאכט טאקע פארלירן טראסט אין ערליכע רבנים, אבער אויך פארלירן טראסט צו אמת'ע גוטע טעראפיסטן, וועלכע איז ווי לופט צום אטעמען אין אונזער דור.
פארוואס זאל איינער וועלן ווערן א טעראפיסט, אדער בלויז האנדלען מיט צובראכענע נשמות, אויב איין טאג ווען מען רעגט זיך אויף קען מען ארויסלאזן א שם רע און יעדער וועט גלייבן?
ס'מוז ווערן א גוטער סיסטעם, וועלכע זאל זיין נתקבל על הלב ביי יעדן, כקטן כגדול, פאר די רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע אויטאריטעטן.
און מיין פלאן פון א "עין רואה" פראגראם איז דערווייל דאס בעסטע.
פארשטייט זיך אז מען קען מאכן נאך שינויים לטובה, און אודאי איז נישט בסדר אז א רב רעדט אום 5 פארטאגס צו א פרוי אן דעם וויסן פונעם מאן.
אויב וועט זיין RULES צו פאלגן, וועט מען קענען פארמיידן אסאך מכשולות בעתיד.
צוריק צו קופערניקוס, דיין קשיא ברענט און פלאקערט עד לב השמים. מה יעשה הבן שלא יחטא???
עד שאתה שואל "וואס ווילט איר פנעם בחור?" שאל: "וואס ווילט איר פונעם רב!!"

זר זהב האט געשריבן:יידל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אהא. איך בין נישט אזוי פארגלייבט אין קיינעם, מילא קען איך מיר נישט אריינליינגן אין יענעםס שיך.
אקעי, ביזט נישט פארגלייבט אין קיינעם. קוקסטו אבער דען קיינעם נישט ארויף? דו אליין האסט געשריבן איבער די אידן וועם דו רעספעקטירסט אזוי שטארק און דו טראכסט אלץ אז הלואי ווען דו קענסט ווען אויסקוקן ווי זיי. שטעל דיך פאר דו הערסט אזא מעשה אויף זיי, עס קען צוברעכן דיין גאנצע טראסט אין ערליכע אידן, נישט אזוי?
ניין. איך וועל נישט פארלירן טראסט. איך וועל נאר איינזען אז ס'נישט קיין סתירה צו ערליכקייט. קיינער איז נישט פון ראבער. - אודאי איז עס נישט קיין לכתחילה.
זר, נישט יעדער איז אזוי "אפען מיינדעד" ווי דו.
ס'רוב מענטשן וועלן יא ווערן שאקירט און אנהויבן בריקען אינעם גאנצן סיסטעם און פארלירן טראסט.
וירח ה' את ריח הניחוח
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קופרניקוס שרייבט זייער צו דער זאך. איך וויל נאר קלאר מאכן, עס זענען דא צויי אפגעזונדערטע אספעקטן צו אזא מעשה, וואס איז כמובן נישט קיין נייעס מימות ראובן ודוד וכו' שלא חטאו.
די צוויי אספעקטן זענען איינס דער פערזענליכע דורכפאל/טראגעדיע פון דעם רב, וואס איז סך הכל א מענטש אזוי ווי אלע מענטשן, און האט זיך זיינע יצרים און די פרטיות'דיגער שוועריגקייטן און נסיונות וואס קומט נאר ביים זיין אין אזא פאזיציע ווי קופערניקוס האט ארויסגעברענגט. און לגבי דעם דארף מען עם טאקע פארשטיין און מחזק זיין, פונקט ווי יעדער יוד וואס ווערט נכשל ח"ו דארף מען נישט וועגן דעם אראפקוקן, און ווער ס'פארשטייט פארשטייט אז נאר חיזוק און מיטפארשטיין איז די ריכטיגע וועג.
אין די נקודה איז אונזער סאסייעטי שטארק נישט מוצלח, מיר גלייבן נישט אין אזא זאך ווי תשובה באמת, און דאס ברויך מתוקן ווערן סיי ביי א פשוט'ער יוד וואס האט נישט די בעקינג וואס א איש ציבור באקומט נאטורליך, און אויך ביי פובליק פיגורען. איך זאג נישט אז דאס איז נישט גאר א האקעלע נושא, אבער זיכער אז מיר דארפן א שטיקל שינוי אין דער געביט.
נאך אלץ איז דאס א פערזענליכע נושא צווישן דעם יוד און זיין גאט, אדער אויך צווישן די מענטשן וועלכע זענען נפגע געווארן פון אים, און קיינער האט זיך נישט אריינצומישן. און יא, לא חטא דוד אלא להורות תשובה ליחיד, כפשוטו ממש.
די צוייטע נושא איז אבער דער ציבור'ישע אספעקט פון דער נושא, וואס אזעלכע פרשיות ברענגען ארויף גאר פארווייטאגטע פראבלעמען, קודם כל איז דער משבר אימון וואס דאס מאכט אן ביי דעם עולם איז שרעקליך, מ'פארלירט דעם גאנצן רעספעקט פאר א רב א מורה דרך וכו', און דאס איז א פראבלעם נישט נאר פאר די נעקסטע מאל וואס רבנים ווילן מעורר זיין אויף א פירצה, נאר אסאך טיפער און ווייטער פון דעם, סוף סוף זענען זיי מייצג דעם רבוש"ע דא, און ווען מ'הערט אזא זאך ווערט כמעט די גאנצע אידישקייט אפגעפרעגט.
איך ווייס נישט וואס מען קען טון דא, אבער די ערשטע זאך וואס וואלט געקענט העלפן פאר די פראבלעם איז, אז דער וואס איז דורכגעפאלן זאל זיך שטעלן בפני עם ועדה און אויסרופן חטאתי. יא, איך בין א מענטש, און איך מאך טעותים, איך זינדיג. מיר האבן געזעהן ווי גויים קענען דאס באווייזן, איז נישטא קיין סיבה אז א יוד א מאמין זאל נישט קענען באווייזן. דער מנהג פון ביז היינט אז מ'שרייט חי וקיים להד"ם, קען טאקע זיין אז ס'איז אמת, איך ווייס נישט, אבער דער עולם קויפט עס נישט. ס'וואלט זיך אפילו געלוינט אז איינע פון די נחשדים שלא בצדק זאל מודה זיין אפן נאר אראפצונעמען דעם קאווער אפ וואס ס'טוט זיך. כל שכן אז מסתבר מאוד אז נישט אלע חשדות זענען שקר.
למעשה, סיי ברשות היחיד און סיי ברשות הרבים, מיין איך אז מען דארף מודה זיין אז מיר זענען נישט פערפעקט, און עס איז נישטא קיין וועג וויאזוי צו פארזיכערן אז מיר וועלן זיין פערפעקט. עס קומט ארויס פיל מער שאדן פון דער פראוו אונזערע זיך ארויסשטעלן אלעמאל אלץ צדיקים גמורים אן קיין פלעק, סיי ביחיד און סיי ברבים, בשעת וואס יעדער יונגל זעהט אדורך דעם שקר. מענטשן וועלן פיל מער רעספעקטירן ווען מ'איז זיך מודה קלאר אז גארנישט איז נישט פערפעקט, און פארשטייט זיך אזוי קען אויך ווערן א תיקון.
שטעלט אייך פאר דוד המלך פארטיי'ס צייטונג די וואך וואס נתן הנביא איז געקומען צו עם. גרויסע קידוש לבנה אותיות "נתן הנביא אל המלך: גנבת כבש הרש. תגובת המלך: לך לבדך חטאתי."
פארשטייט זיך היינט וואלט מען בכלל נישט זיך געמאכט וויסענדיג פון די מעשה, וואס הייסט, עס קען שאטען פאר די קינדער. אויב דער יוד און דער בלאט וואלטן זיך געלערנט פון תנ"ך וואס מען טוט ביי אזא פאל וואלטן מיר אנדערש אויסגעזעהן.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
קופערניקוס, איך באוואנדער אזא האקעל'ע נושא אזוי באלאנסירט אראפגעשריבן.
איז עס אנדערש ווי אין די גוי'אישע וועלט מיט טעראפיסטן, פאלן זיי דורך ווייניגער?
איין זאך, אפי' מיר האלטן אז דעיוויד פעטרעיוס קען און זאל בלייבן אויף זיין דזשאב, איז עס אנדערש ווי א רבי.
א פרעזידענט איז נישט אפיציעל צו לערנען קדושה במילא אפי' ער פאלט דורך איז נישט מוכרח אז ער האט א פגם אין זיין פרעזידענסי.
משא''כ א רב איז מער געשטעלט צו לערנען קדושה און רוחניות, ווען ער פאלט דורך איז א שאלה צי ער קען בלייבן אויף זיין פאסטן.
סאיז לא ימלט אז ער קען ווייטער משפיע זיין רוחניות ווי ביז יעצט.
נאך א נקודה. אויפן המון עם האבן זיי אויסגעארבט א סיסטעם עין רואה מיט א פילטער. איין שמירה איז נישט גענוג פאר אינטערנעט.
אויב אזוי, זאלן זיי איינפירן פונקט אזא שטרענגע סיסטעם, וועלכער רב מעג אויפנעמען פרויען, וועלכע שעה פון טאג מעג ער אויפנעמען פרויען.
וועלכע שטוב מעג ער אויפנעמען פרויען? אפיס, זיין הויז, איר הויז? ווער האט א שליסל פון די שטוב?
וועלכע קאמיטע קען א פרוי וואס האט א קאמפלעין אויף א רב רופן?
איז עס אנדערש ווי אין די גוי'אישע וועלט מיט טעראפיסטן, פאלן זיי דורך ווייניגער?
איין זאך, אפי' מיר האלטן אז דעיוויד פעטרעיוס קען און זאל בלייבן אויף זיין דזשאב, איז עס אנדערש ווי א רבי.
א פרעזידענט איז נישט אפיציעל צו לערנען קדושה במילא אפי' ער פאלט דורך איז נישט מוכרח אז ער האט א פגם אין זיין פרעזידענסי.
משא''כ א רב איז מער געשטעלט צו לערנען קדושה און רוחניות, ווען ער פאלט דורך איז א שאלה צי ער קען בלייבן אויף זיין פאסטן.
סאיז לא ימלט אז ער קען ווייטער משפיע זיין רוחניות ווי ביז יעצט.
נאך א נקודה. אויפן המון עם האבן זיי אויסגעארבט א סיסטעם עין רואה מיט א פילטער. איין שמירה איז נישט גענוג פאר אינטערנעט.
אויב אזוי, זאלן זיי איינפירן פונקט אזא שטרענגע סיסטעם, וועלכער רב מעג אויפנעמען פרויען, וועלכע שעה פון טאג מעג ער אויפנעמען פרויען.
וועלכע שטוב מעג ער אויפנעמען פרויען? אפיס, זיין הויז, איר הויז? ווער האט א שליסל פון די שטוב?
וועלכע קאמיטע קען א פרוי וואס האט א קאמפלעין אויף א רב רופן?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נולד מאוחר האט געשריבן:לעקוואד, א רב וואס טוט דו זאכן בעוולט דעם ציבר, אז ער זאל זיך דארפ'ן מודה ומתודה זיין פארן פאבליק?
איך פארשטיי נישט פארוואס די גוישע פאלאטישן'ס טוען דאס.
זיי טוען דאס פאר זייער אייגנע אימידזש, נישט אלץ התחיבת צום ציבר.
קודם יא ער בעוולט דער ציבור, דא שטעלט ער זיך זאגען דרשות אויף קדושה וטהרה און אזוי פירט ער זיך אויף? אין לך בעוולט דער ציבור גדול מזה.
נאכמער, זיין אימעידזש באלאנגט נישט פאר עם, א רב איז מייצג דער תורה און דער אייבישטער, ער האט א חיוב צו די ביידע צו וייזען אז ער ווייסט מודה זיין אויף א טעות זיינער. די אימעידזש זיינע איז דער אימעידזש פונ'ם תורה און פון גאט, און ער פארשמירט גאט'ס אימעידזש מיטן נישט מודה זיין. אין לך חילול השם גדול מזה אז ער גייט זיך וייטער כאילו לא היה, טראכט נאר ווען ער איז מגלה אויף א צווייטען אזא זאך צו לאזט ער עס אויך אזוי שטיל אדער רופט ער יענער אריין און געט עם א גוטער פסק. אדער ווען עס געשעהט א צוייטער מכשול שרייט רע אויף די עולם זאל פאסטן אדער וייסט ער אויך צו נעמן אחריות אויף זיך.
דוד המלך איז אויך קיינער גארנישט שולדיג געווען און ער האט מודה געווען בפני כולם. און עס אפילו אריינגעשריבען אין זיין ספר לדורות עולם.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~