לעיקוואד האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:לעקוואד, א רב וואס טוט דו זאכן בעוולט דעם ציבר, אז ער זאל זיך דארפ'ן מודה ומתודה זיין פארן פאבליק?
איך פארשטיי נישט פארוואס די גוישע פאלאטישן'ס טוען דאס.
זיי טוען דאס פאר זייער אייגנע אימידזש, נישט אלץ התחיבת צום ציבר.
קודם יא ער בעוולט דער ציבור, דא שטעלט ער זיך זאגען דרשות אויף קדושה וטהרה און אזוי פירט ער זיך אויף? אין לך בעוולט דער ציבור גדול מזה.
נאכמער, זיין אימעידזש באלאנגט נישט פאר עם, א רב איז מייצג דער תורה און דער אייבישטער, ער האט א חיוב צו די ביידע צו וייזען אז ער ווייסט מודה זיין אויף א טעות זיינער. די אימעידזש זיינע איז דער אימעידזש פונ'ם תורה און פון גאט, און ער פארשמירט גאט'ס אימעידזש מיטן נישט מודה זיין. אין לך חילול השם גדול מזה אז ער גייט זיך וייטער כאילו לא היה, טראכט נאר ווען ער איז מגלה אויף א צווייטען אזא זאך צו לאזט ער עס אויך אזוי שטיל אדער רופט ער יענער אריין און געט עם א גוטער פסק. אדער ווען עס געשעהט א צוייטער מכשול שרייט רע אויף די עולם זאל פאסטן אדער וייסט ער אויך צו נעמן אחריות אויף זיך.
דוד המלך איז אויך קיינער גארנישט שולדיג געווען און ער האט מודה געווען בפני כולם. און עס אפילו אריינגעשריבען אין זיין ספר לדורות עולם.
איך ווייס אז דוד המלך'ס עבירות איז געווען העכערע זאכן, אבער לפי פשטות פארן הרגענען א מאן (ואותו הרגת בחרב בני עמון) און נעמען די ווייב דארף מען זיך מתוודה זיין, אבער פאר אביסעלע פלירטן אדער שולח יד זיין, האט מען שוין בא'עוולה'ט די וועלט? איז עס נישט גאנץ א נאטורליכע זאך, טראץ וואס אן איסור?