איבערקערעניש אין מצרים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

איבערקערעניש אין מצרים

שליחה דורך יידל »

אין מצרים איז דא א גאנצע איבערקערניש. פרעזידענט מארסי האט ארויסגעגעבן א גזירה אז די קאורטס זאלן נישט קענען מבטל זיין קיין איינע פון זיינע גזירות. פרעזידענט מארסי האט געזאגט אז די גזירה פעלט זיך אויס כדי צו ברענגן סטאביליטעט צו מצרים. קריטיקירער זאגן אז מארסי האט דאס געטון ווייל ער האט מורא געהאט אז די העכסטע קאורט אין מצרים וועט הייסן די מצרי'שע אסעמבלי אז זיי זאלן נישט שרייבן די קאנסטיטוציע, כדי צו פארמיידן דעם איסלאמישע מערהייט אין אסעמבלי פון אוועקנעמען דעמאקראטישע רעכטן. טויזענטע אפיזיציע מיטגלידער זענען ארויס פראטעסטירן און די גאסן, און די שופטים זענען געגאנגען אויף סטרייק ביז סוף וואך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

די פאטעסטירער רופן אים ''פרעה'',ס'איז א גרויסע טעות פון אמעריקע אים צו מאכען די שלום מאכער פון די MIDDLE EAST , די שנעלע מאכט איז אים געגאנגען צום קאפ.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

האסט א שטארקע טענה אוטספאוקען, אז אמעריקע האט אים געמאכט פאר א גאנצע שוי שפילער אין מיטל מזרח.

די פראבלעם איז קיין שום אנדערע מוסלעמענישע\אראבישע לאנד וואס איז גרויס און שטארק אין מיטל מזרח איז בעסער, איראן איז דאך אפגערעדט סיי אמעריקע סיי די אראבער אויסער כאמאס סיי מדינת ישראל, האבן פיינט די לאנד.

טערקיי האבן גאנץ ענליכע פראבלעמען, די איזראעליס לאזן זיך נישט שפייען אין די קאשע פון די פראוואקאטאר, און די אראבערס קוקן אויף אים וואו איינער וואס לעבט אין בייזע דמיונות.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

outspoken האט געשריבן:די פאטעסטירער רופן אים ''פרעה'',ס'איז א גרויסע טעות פון אמעריקע אים צו מאכען די שלום מאכער פון די MIDDLE EAST , די שנעלע מאכט איז אים געגאנגען צום קאפ.

אבאמא אידיאט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

דא האט איר מר. פרעזידענט אבאמא! דא האט איר אייראפישע וועלט פירער! אייער מיה און אייער מהלך פון שטיצן די אנטי מובארק רעבעלן האט זיך אייך אויסגעצאלט.
אויסדערוועלט א גלויביגע רעגירונג וואס אירע יסודות נעמט אויך אריין דזשהיאד. און דער לאנד פירער פון אזא טעראריסטישע פארטיי, איז גאר דער וואס שטייט און שפיץ פון די פייער אפשטעל פארהאנדלונגן צווישן די פאלעסטינער און די ישראלים. דאס האט ליידער געקאסט פארן פרעזעדענט א שארפע צוריק דריי און זיינע מיטל מזרח פאלעסיס, צוויגענדיג אים איינמאל פאר אלעמאל ארויס צו קומען אין שטיצע פון ישראל, ווייל אויב נישט ער ווער יא? (כנ״ל עמקות הפאליטיק, אויב דו האלסט נישט אזוי האסטו אלע רעכטן מחולק צו זיין).
פארשטייט זיך אליינטס אז, פרעזעדענט מארסי איינמאל ער איז צוגעקומען צום טעם פון הערשאפט זיכט ער וואס מער צו האבן אונטער זיין באזיס. בערך ווי זיין פארגייער מובארק, נאר דאסמאל אונטערן מאנטל פון רעליגיע וואס איז סאך מער מסוכן, ווי מובארקס דיקטאטארישע רעגירונג.
ווי אזוי האט נאר סאדאם כוסעין געזאגט פאר זיין טויט? ״איך האב געקענט מיין פאלק און איך האב געוויסט וואס פאר א סארט פירער זיי ברויכן״... א סטעיטמענט וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין אזוי טייער גערעכט, נא אויב א דיקטאטאר זאל שוין זיין מובארק.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יא אבער כוסעין האט געדארפט פליען, ביטע פארגלייך נישט סאדאם צו מובאראק.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זר זהב האט געשריבן:יא אבער כוסעין האט געדארפט פליען, ביטע פארגלייך נישט סאדאם צו מובאראק.

איך האב פארגליכן די צוויי? איך האב ס״ה געזאגט אז די סטעיטמענט זיינע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

US chooses stability over democracy in Egypt
In backing Egypt’s Muslim Brotherhood, the US has
chosen stability over democracy: but it will get neither


http://www.thecommentator.com/article/2 ... y_in_egypt
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זר, ס'נישט פשוט. די אפאזיציע וואלט ווען געדארפט געווינען די וואלן, נאר בעוונותיהם הרבים זענען זיי צעשפליטערט צווישן די פרא-מובאראק חברה און די ליבערלע סעקולארע חברה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די פראטעסטן ווערן שטערקער און שטערקער, פרעזידענט מארסי האט "פארלאזט" (אנטלאפן פון?) זיין פאלאץ. http://www.reuters.com/article/2012/12/ ... GP20121204
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נאך אן אינטערעסאנטע נייעסל אז מצרים'ס מערסט פאפולערע צייטונג איז נישט ארויסגעקומען היינט, אין פראטעסט קעגן מארסי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ניו יארק טיימס שרייבט אז נישט איין נאר עלף צייטונגען זענען נישט ארויסגעקומען היינט, אלס פראטעסט אנטקעגן די דרעפט קאנסטיטוציע. http://www.nytimes.com/2012/12/05/world ... ml?hp&_r=0
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט