נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.

סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?

שוין גארנישט אזא תמימות'דיגע שאלה. די תירוץ איז אז ניין. איי וויאזוי האבן זיי דאס געטראפן? די תירוץ איז אז זיי האבן גענוצט צוויי באזונדערע טעלעסקאפן דערפאר, און האבן מיט א געוויסעט טאקטיק אויסגעארבעט אז ווייטע שטערנס זאלן דינען ווי פארגרעסערונג גלעזער.

ווי זיי שרייבן אינעם ארטיקל:
NASA האט געשריבן:This find is the latest discovery from a program that uses natural zoom lenses to reveal distant galaxies in the early universe. The Cluster Lensing And Supernova Survey with Hubble (CLASH),an international group led by Marc Postman of the Space Telescope Science Institute in Baltimore, Md., is using massive galaxy clusters as cosmic telescopes to magnify distant galaxies behind them. This effect is called gravitational lensing.

Along the way, 8 billion years into its journey, light from MACS0647-JD took a detour along multiple paths around the massive galaxy cluster MACS J0647+7015. Without the cluster's magnification powers, astronomers would not have seen this remote galaxy.Because of gravitational lensing, the CLASH research team was able to observe three magnified images of MACS0647-JD with the Hubble telescope. The cluster's gravity boosted the light from the faraway galaxy, making the images appear about eight, seven, and two times brighter than they otherwise would that enabled astronomers to detect the galaxy more efficiently and with greater confidence.

"This cluster does what no manmade telescope can do," said Postman. "Without the magnification, it would require a Herculean effort to observe this galaxy."


איך ווייס אז דו גלייכסט נישט קיין וויקיפעדיע, אבער דא איז וויקיפעדיע איבער'ן טאקטיק "גרעוויטעשאנעל לענזינג".

און ספעציעל פאר דיך, צוויי קליפס וועלכע ערקלערן דעם מעטאד:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yamVbK-J69M[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4qoDHdIsIg4[/youtube]
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

עס איז אן אלטע מחלוקות צווישן פילאזאפען, צו דער מענטש איז בעצם שלעכט און סעלפיש, אדער איז ער בעצם גוט און נאכגיביג. א סעריע פון לעצטיגע שטודיעס באשטעטיגט אז מענטשן זענען נישט בעצם סעלפיש. (גאר אינטערעסאנטע ארטיקל, לוינט זיך צו ליינען.) קרעדיט: זר זהב.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

יידל האט געשריבן:א גרופע פארשער פון סטענפארד אוניווערזיטעט האבן אויסגעארבעט א נייעם אלגאריטם צו ערמעגליכן פאר א מענטש צו רוקן די מויזל אויפן סקרין בלויז מיט מחשבה rg]


מיינט דאס פאר אונז עווענטועל א "שבת'דיגע קאמפיוטער"? כ'מיין ס'דאך "הרהורים מותרים"...
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.

סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?


איידער'ן באוואונדערן וויאזוי זיי קענען זען מיט שפאקטיוון 13 ביליאן ליכט-יאר, באוואונדער אז דו קענסט זען ליכטיגקייט פון זאכן וואס זענען הונדערטער טריליאנען מייל אוועק - מיט'ן נאקעטן אויג. און עכט איז עס פיל מער ווי טריליאנען, נאר מסתמא קלינגט דאס בעסער ווי איך זאל זאגן קוואדריליאנען און קווינטיליאנען מייל. אבער דאס זענען זייער גרויסע נומערן. זייער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ואס מיינסטע צו זאגן? אז פון די שטערנ'ס וואס איך זעה מיטן נאקעטן אויג זענען פאראן אזעלכע וואס זענען אזוי ווייט?
כ'גלייב שווער אז ס'קען זיין אמת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קודם כל, שלום עליכם שרגא! שוין נישט געהערט פון כבודו א שטאק מיט צייט.

צום ענין, כ'פארשטיי נישט שמעקעדיג פארוואס דו וואונדערסט זיך אזוי? איין ליכט יאר איז בערך 6 טריליאן מייל. אין די נאכט הימל קענען מיר זען גאלאקסיעס פון שטערנס וואס זענען איבער 3 מיליאן ליכט יארן אוועק פון אונז (לדוגמא די טריאנגולום גאלאקסיע). מאך א חשבון
3 מיליאן (ליכט-יארן) מאל 6 טריליאן (מייל) = 18 קווינטיליאן מייל (די נומער 18 מיט 18 נאכפאלגענדע זעראס, אדער 18,000,000,000,000,000,000).
געפעלט דיר, הא?
(מקור)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך באגרייף עס נישט מיט מיין נאקעטן מוח און מיט מיינע פליישיגע אויגן.
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איז דאס צוליב די אבנארמאלע גרויסקייט? ווי גרויס זענען די גאלאקסיעס?
מה רבו מעשיך ה' איז א אנדערסטעיטמענט! ס'איז אומבאגרייפליך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וויאזוי איז מעגליך וואס? אז דיינע אויגן זעען עס? אדער אז די יקום איז אזוי גרויס?

די אמת איז אז די סיבה פארוואס מיר קענען זען די גאלאקסיעס וואס זענען גאר ווייט איז ווייל מיר זעען טאקע נישט די גאלאקסיעס זעלבסט, מיר זעען די ליכטיגקייט וואס זיי גיבן ארויס. און ווי שטערקער די ליכטיגקייט אלץ בעסער קענען מיר עס זען מיט די פליישיגע אויגן. עס האט נישט צוטון מיט די סייז פון די גאלאקסיע (כאטשיג די וועלכע כ'האב דערמאנט איז טאקע היבש גרויס, עס האט א דיאמעטער פון 50,000 ליכט-יארן, פארגלייך צו אונזער גאלאקסיע "מילקי וועי" וואס האט א דיאמעטער פון 100,000 ליכט יארן).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מ גפני האט געשריבן:ווי לאנג ארום וועט עס נאכאמאל דורכפארן העכער אונז?

די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע וועט אדורכפארן ניו יארק סיטי מארגן פארטאגס 6:29 אינדערפרי. מען וועט עס זען פאר פיר מינוט. עס וועט דערגרייכן ביז א הייעך פון 47 דעגריס, עס וועט ערשיינען צפונית מערבית (NW) און וועט פארשווינדען ווערן אויף מזרחית פון צפונית מזרחית (ENE)

(צו רעכענען דעגריס: 0 דעגריס איז די האריזאנט, 90 דעגרי איז גראד העכער אונזער קאפ. אויב שטרעקסטו אויס דיין ארעם און די לייגסט אראפ דיין פויסט אויפן האריזאנט - אזוי ווי ווען מ'מעסט טפחים - וועט דיין היינט זיין בערך 10 דעגריס.)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

יידל האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך וואס? אז דיינע אויגן זעען עס? אדער אז די יקום איז אזוי גרויס?

די אמת איז אז די סיבה פארוואס מיר קענען זען די גאלאקסיעס וואס זענען גאר ווייט איז ווייל מיר זעען טאקע נישט די גאלאקסיעס זעלבסט, מיר זעען די ליכטיגקייט וואס זיי גיבן ארויס. און ווי שטערקער די ליכטיגקייט אלץ בעסער קענען מיר עס זען מיט די פליישיגע אויגן. עס האט נישט צוטון מיט די סייז פון די גאלאקסיע (כאטשיג די וועלכע כ'האב דערמאנט איז טאקע היבש גרויס, עס האט א דיאמעטער פון 50,000 ליכט-יארן, פארגלייך צו אונזער גאלאקסיע "מילקי וועי" וואס האט א דיאמעטער פון 100,000 ליכט יארן).


איך מיין אז גרויסקייט איז יא א פאקטאר אין די ליכטיגקייט און ווי גרעסער איז אלץ ליכטיגער. אבער מיר פון דא מוזן עס נישט אלץ זען אלס ליכטיגער, ווייל עס ווענדט זיך אויך אין די נאנטקייט און ווי נאנטער איז אויך אלץ ליכטיגער. דעריבער קען זיין א ווייטערע שטערן וואס איז פיל גרעסער, אבער מיר זעען עס שוואכער, און א נאנטערע שטערן וואס איז פיל קלענער ווי אן אנדערן אבער מען זעט אים בעסער צוליב די נאנטקייט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך באגרייף עס נישט מיט מיין נאקעטן מוח און מיט מיינע פליישיגע אויגן.
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איז דאס צוליב די אבנארמאלע גרויסקייט? ווי גרויס זענען די גאלאקסיעס?
מה רבו מעשיך ה' איז א אנדערסטעיטמענט! ס'איז אומבאגרייפליך.



דיר שמעקעדיג, די ליינסט וועגן גאלעקסיס און ס'שרייט ארויס מה רבו מעשיך השם, עפעס א קלייניקייט? קאזמאוס, לייט יעירס, ביליאנע גאלעקסיס, טריליאנע מיילן, אינפינעט שטערן, אן ערך פון 200 לבנה'ס אויף די עפעס צען פלענעטן און אונזער סולער, ביליאנע שטערן אין מילקי וועיס מיט זייער אייגענע סולער סיסטעם טריליאנע זין מיט לבנה'ס, וואוו ממש אינעפעבעל! אלעס האט איין כביכול באשאפען און זעקס טעג און דאס אלעס פאר אונז יידן און אלעס מיט א הכנה צו מתן תורה. ווען נישט די יידעלעך ביים בארג סיני געבן די סיעל אף עפראוועל וואלט אלעס געווען תוהו ובוהו! פאר אנדערע איז עס עפעס א מקור פון פראסטרעישען און קאנפיוזשען.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאסיר אראפאט'ס קערפער וועט אויפן בקשה פון זיין אלמנה ווערן אויפגעגראבן, און רוסישע, פראנצויזישע און שווייצע וויסנשאפטלער וועלן בודק זיין צו ער איז געשטארבן פון א געוויסע גיפט. http://www.newscientist.com/article/dn2 ... oning.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סתם נייגעריג:
איז עס נישט עקלדיג ארויסצונעמען א פארפוילטן סקעלעטאן, אנגעפאשעט פון ווערים, גערוך א קילאמעטער? פעך!
און קען מען דען טעסטן דורך אפאר פארפוילטע ביינער פון וואס דער מענטש איז געשטארבן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וועסט נישט גלייבן וואס מען קען אלץ זען פון אפאר אלטע ביינער. נישט פארפוילט. ווייל ביינער פוילן נישט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

גאר אלטע ביינער - פון אפאר הונדערט יאר - האבן שוין נישט קיין גראך ס'אזוי ווי א שטיקל האלץ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אבער דער מנוול אראפאט איז דאך קוים אפאר קורצע יארן א פגר.
שקויעך טאמבל. (פארוואס קומסטו נישט אפטער? איך בענק זיך)
וירח ה' את ריח הניחוח
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

שמעקעדיג האט געשריבן:.
שקויעך טאמבל. (פארוואס קומסטו נישט אפטער? איך בענק זיך)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

לעצטענס מאכט ער מער טאמבל סאוס'ס, קען ער נישט שרייבן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פערינא האט געשריבן:דיר שמעקעדיג, די ליינסט וועגן גאלעקסיס און ס'שרייט ארויס מה רבו מעשיך השם, עפעס א קלייניקייט? קאזמאוס, לייט יעירס, ביליאנע גאלעקסיס, טריליאנע מיילן, אינפינעט שטערן, אן ערך פון 200 לבנה'ס אויף די עפעס צען פלענעטן און אונזער סולער, ביליאנע שטערן אין מילקי וועיס מיט זייער אייגענע סולער סיסטעם טריליאנע זין מיט לבנה'ס, וואוו ממש אינעפעבעל! אלעס האט איין כביכול באשאפען און זעקס טעג און דאס אלעס פאר אונז יידן און אלעס מיט א הכנה צו מתן תורה. ווען נישט די יידעלעך ביים בארג סיני געבן די סיעל אף עפראוועל וואלט אלעס געווען תוהו ובוהו! פאר אנדערע איז עס עפעס א מקור פון פראסטרעישען און קאנפיוזשען.

און טאמער דער בורא האט עס באשאפן אין זעקס ביליאן יאר, און נישט נאר פאר אונז אידן נאר פאר אלע בריאים וואס דער באשעפער וויל מיט זיי גוטס טון, איז דאס עפעס ווייניגער וואונדערליך? ווייניגער מה רבו מעשיך ה'?
און נאכדעם שרייט מען וועגן ראסיזם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג האט געשריבן:סתם נייגעריג:
איז עס נישט עקלדיג ארויסצונעמען א פארפוילטן סקעלעטאן, אנגעפאשעט פון ווערים, גערוך א קילאמעטער? פעך!
און קען מען דען טעסטן דורך אפאר פארפוילטע ביינער פון וואס דער מענטש איז געשטארבן?

אויף די ערשטע שאלה ווייס איך דיר נישט וואס צו ענטפערן. איך שטעל זיך פאר אז די תירוץ איז אין הכי נמי. די צווייטע שאלה איז די תירוץ ווי פאלגנד. זיי גייען נישט סתם אזוי טעסטן פון וואס ער איז געשטארבן, זיי גייען טעסטן א ספעציפישע סם, צו דאס איז איינגעזאפט אין זיינע ביינער. די סם איז א געוויסע כעמיקאל וואס הייסט פאלאניום-210. יעדע כעמיקאל לאזט איבער א רושם (ראדיאקטיוויטי) און צוביסלעך צוביסלעך ווערט די צייכן פארשווינדען. די ספעציפישע כעמיקאל פאלאניום-210 האט א האלבע לעבן פון 138 טאג. א האלבע לעבן מיינט אז נאך 138 טאג פאלט די רושם פון די כעמיקאל צו האלב. אראפאט איז געשטארבן אכט יאר צוריק, דאס הייסט עס איז שוין דורך זייט דעמאלטס בערך 22 האלבע לעבנס, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז עס איז היינט צו טאגס געבליבן פון דעם כעמיקאל'ס "רושם" איינס פון 2.5 מיליאן. עס איז טאקע זייער ווייניג, אבער אויב האט אראפאט אריינגענומען גענוג פון די פאלאניום-210 אים צו הרג'ענען מיינט דאס אז ער האט אריינגענומען זייער אסאך פון די כעמיקאל און עס איז גאר מעגליך אז עס איז נאך דא א רושם אין זיינע ביינער. אויב וועלן די וויסנשאפטלער טרעפן אן ערנסטע רושם פון די סם אין זיינע ביינער מיינט דאס על כרחך אז ער האט איינגענומען א גרויסע מאס פון דעם סם וואס דאס מיינט על כרחך אז ער איז גע'הרג'ט געווארן פון דעם סם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

סייענטיסטן טוען פרעדיקטן אז מען מען וועט טרעפן דארק מעטטער (dark matter) ביז דריי פיר יאר.
http://www.space.com/18615-dark-matter- ... earch.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

סייענטיסטן וועלכע שטודירן די פארטיקלס פון די לארדזש היידראן קאליידער האבן אנטדעקט אז די קאלליידער האט באשאפן א נייע מין פארטיקל.
http://www.livescience.com/25064-lhc-pa ... atter.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

סייענטיסטן טוען פרעדיקטן אז מען מען וועט טרעפן דארק מעטטער (dark matter) ביז דריי פיר יאר.

וואס מיינט אז מען וועט עס טרעפן, מען וועט עס קענען זען? אויב יא, וויאזוי?
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט