די פאלעסטינער פאלק און איר היסטאריע
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
מהאט די פלאץ גערופן פאלעסטינע ווייל די רוימער האבן געוואלט אויסמעקן די שייכות פון אידן מיטן פלאץ.
די אמתע אפשטאמונג פון די פאלעסטינער, וועגן דעם האב איך געגעבן א לייק, דאס איז א קשיא וואס מען מיטשעט זיך זייט יאר ת"ש, ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז די באפעלקערונג אין א"י פאלעסטינע געווען זייער א קליינע, די אידישע באפעלקערונג איז געוואקסן נאכדעם א דאנק עליה, אבער די באפעלקערונג פון די אראבער זענען געוואקסן נישט נארמאל, אין א מאס וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז סזאל זיין נאטורליך, די ענגלישע האבן געשריבן אין א באריכט אז אין 1920 זענען געווען ארום א האלב מיליאן אראבער, 25 יאר נאכדם האט זיך זייער באפעלקערונג געדאפלט! איבער א מיליאן אין יאר 1945! מדארף נעמען אין באטראכט אז די רפואה איז נישט געווען מאדערן, אז די באפעלקערונג זאל זיך דאפלען מיט הונדערט פראצענט אין קוים 25 יאר איז נישט מעגליך במציאות, די ענגלישע באצייכענען אין די באריכט אז נאר פיר פראצענט פון די וואוקס איז פון אימיגראציע.
אסאך פארשער וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט דעם האבן געטענהט אז די אימיגראציע איז געווען גאר א הויכער, אין "פאלעסטינער" איז א צעמישעניש פון אראבער, פון אלע לענדער אינעם ראיאן, עגיפטן ירדן סיריע לבנון איראק, און מעגליך נאך, אלע זענען אהערגעקומען זוכן ארבעט, פאלעסטינע פון די בריטישע מאנדאט יארן איז געווען א רייכע לאנד.
דאס אז אסאך פון זיי זענען נישט פאלעסטינער לויט זייערע אייגענע דעקלערונגען, איז נישט קיין ספק, אמאל איז נישט געווען א פאלעסטינער פאלק, מען פלעגט רופן יעדעם לאמיר זאגן אידן פון א"י אידישע פאלעסטינער, מוסלעמענישע פאלעסטינער, קריסטליכע פאלעסטינער.
מיין טעאריע פארוואס זיי זוכן זיך נישט אויס א נייע מדינה, אדער בלייבן זיי פליטים לנצח נצחים וואו אין לבנון, ווייל אזוי זענען זיי א רחמנות, די יו ען, אי יו, אלע אראבישע לענדער, יעדער שיקט זיי געלט און אנדערע זאכן, זיי לעבן אויף צדקה, אבער די מינוט וואס זיי ווערן מענטשן צווישן מענטשן גלייך, ווער וועט זיי שיקן איין דאלער, אויס רחמנות און גיי מענטשעל דיך אויס.
די לענדער וואו פאלעסטינער פליטים וואינען און זענען נישט געווארן בירגער סיריע און לבנון צ.ב., האבן פיינט פאלעסטינער שנאת מוות, אין לבנון איז פארגעקומען א בלוטיגע בירגער קריג צוליב זיי.
ליין דא http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7% ... 7%99%D7%92

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
גאלד האט געשריבן:איז די היינטיגע "עזה פאס" אין די גבולות ארץ ישראל, לגבי מצוות התלויים?
צפון עזה פאס זיכער, דרום איז א שאלה, די גרעניץ פון מערב ארץ ישראל איז די ים התיכון ביז נחל מצרים, וואו נחל מצרים איז איז דא דריי שיטת, איינס רעכנט א טייכל (נחל וואדי) בשור, דעמאלסט איז די דרום טייל אין חו"ל, ווייל די טייכל לויפט אריבער דעם פאס פונקט אינדערמיט.
אנדערע האלטן אז עס איז וואדי על אריש אין סיני, דעמאלסט איז גאנץ עזה אין א"י.
עס איז דא א דריטע שיטה פון די נילוס, אבער רוב האלטן נישט אזוי.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
א אלטע אינטערסאנטע קליפ פון נתניהו אלט זייענדיג 28 יאר אין 1978,
ער רופט זיך נאך דארט בענדשעמין נאתאי
דא זאגט ער קלאר אז ער האלט אז די פאלעסטינער היימלאנד איז ירדן
[youtube]http://youtu.be/lixYEZ9M_dU[/youtube]
http://youtu.be/lixYEZ9M_dU
(פארוואס געלונגט מיר נישט צו עמבעדן די יוטוב קליפ!!! דעמיט!!!)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גאלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
אינטערסאנט וואו די מיינונג פון א מענטש קען זיך טוישן, אין מדינת ישראל איז דא א טערמינאלאגיע פון "טראנספער", ד.מ. אריבער פירן אלע פאלעסטינער צו ירדן, עקסטרעם רעכטע ביז היינט זענען נאך אלס ביי דעם מיינונג, אינטערסאנט אז נתניהו האט אזוי געהאלטן אמאל, און 1996 ביים לויפן צום ערשטן מאל פאר פרעמיער, האט ער געטענהט אז ער וועט אנערקעען אין די אסלא אפמאך, וואס געט רעכט פאר די פאלעסטינער אויטאריטעטן.
זאב זשאבאטינסקי די טאטע פון די רעכטע אין מדינת ישראל (געשטארבן אין יאר ת"ש), האט געהאלטן אז די אידישע מדינה דארף באשטיין פון גאנץ ארץ ישראל אויך די מזרח זייט פון ירדן, דארט וואו די לאנד ירדן איז היינט. אין איינער פון זיינע מערסט באוואוסטע זאכן וואס ער האט געשריבן, שתי גדות לירדן זה שלנו זו גם כן, אין אידיש צוויי ברעגעס צום ירדן טייך, די זייט איז אונזער די אנדערע זייט אויך.
זאב זשאבאטינסקי די טאטע פון די רעכטע אין מדינת ישראל (געשטארבן אין יאר ת"ש), האט געהאלטן אז די אידישע מדינה דארף באשטיין פון גאנץ ארץ ישראל אויך די מזרח זייט פון ירדן, דארט וואו די לאנד ירדן איז היינט. אין איינער פון זיינע מערסט באוואוסטע זאכן וואס ער האט געשריבן, שתי גדות לירדן זה שלנו זו גם כן, אין אידיש צוויי ברעגעס צום ירדן טייך, די זייט איז אונזער די אנדערע זייט אויך.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
כעל גיין א שטאפל ווייטער,
האבן די אראבער אין פאלעסטינע, איידער די אידן פון אייראפע האבן אנגעהויבן שטראמן קיין אר"י, האבן זיי אמאל פארלאנגט אדער זיך געשלאגן קעגן די ענגלענדער אדער די טערקן פאר א זעלבסשטענדיגע אראבישע לאנד,
אדער נאר ווען די אידן זענען געווארן די מושלים האבן זיי אנגעהויבן וויינען און שרייען "מיר דארפן א היים לאנד"
האבן די אראבער אין פאלעסטינע, איידער די אידן פון אייראפע האבן אנגעהויבן שטראמן קיין אר"י, האבן זיי אמאל פארלאנגט אדער זיך געשלאגן קעגן די ענגלענדער אדער די טערקן פאר א זעלבסשטענדיגע אראבישע לאנד,
אדער נאר ווען די אידן זענען געווארן די מושלים האבן זיי אנגעהויבן וויינען און שרייען "מיר דארפן א היים לאנד"
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
די אראבישע נאציאנאליזם איז געקומען בערך אין די זעלבע תקופה פון די אידישע נאציאנאליזם אין אייראפע.
גראדע די קאפשטיק פון אראבישע פאלעסטינע נאציאנאליזם איז בעיקר געגרינדעט געווארן דורך קריסטליכע אראבער.
די תקופה איז הארט איידער די ערשטע וועלט מלחמה. די פאלעסטינע אראבער, האבן קיינמאל נישט געקעמפט קעגן די טערקישע, קעגן די ענגלענדער יא, עס איז געווען א תקופה פון בערך דריי יאר, פון תרצ"ו ביז תרצ"ט, איז פארגעקומען די "גרויסע אראבישע רעוואלט", קעגן די מאנדאט און קעגן אידן.
די ענגלישע האבן געבראכן די אראבישע טעראר באנדעס, און כדי צופרידן צושטעלן די אראבער, האבן זיי באגרעניצט די אידישע עליה קיין ארץ ישראל צו 75,000, דאס איז די יארן פון ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן ביז כמעט די ענדע.