יאיר האט געשריבן:עוד מישהו האט געשריבן:די מינימום שטייט אויף א פראצענט פון 2 און א האלב מאנדאטן, וואס פאקטיש איז דאס דריי, ס'איז א חשבון פון 90,000 שטימען אויב 100% פון די בארעכטיגטע וויילער גייען שטימען, וויבאלד די פראצענט וויילער איז אייביג נידריגער גייט עס אראפ, ביי די פריעדיגע וואלן איז עס געווען בערך 70,000 נישט פונקטליך.
אויף עברית רופט מען עס אחוז החסימה.
דאס מיינט אז נאנט צו אכציג פראצענט גייען שטימען. דאס איז א ריזיגע ציפער אין פארגלייך צו אמעריקע. אפשר איז דאס ווייל דארט איז נישט איינגעפירט דער אומבאלומפערטער עלעקטארעל סיסטעם.
די סיסטעם אין ארץ ישראל איז נישט פשוט, קודם כל די מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו שטימען, איז נישט אזוי הויעך אין פארגלייך צו אמעריקע.
אויסער דעם איז אלע מענטשן וואס וועלן פאר א פארטיי, וואס איז נישט אריבער די אחוז החתימה, גייט זייער שטימע אין מיסט, וואס מאכט גרינגער פאר די אנדערע צו קומען נענטער צום ציל, אנשטאט האבן בערך 70,000 איז געווען גענוג 68,000 לאמיר זאגן.
אויסער דעם, צו קענען אריין אין כנסת, דארף מען האבן צוויי פראצענט פון די באפעלקערונג, צו שטימען פאר די פארטיי. אבער, פון די דריטע מאנדאט צו די פערטע דארף מען נישט האבן 27 טויזענט שטימען ס'וועט אראפ גיין צו 24,000, א.א.וו., נידריגער און נידריגער וואו העכער די פארטיי וועט אנציען או די כנסת.
יעצט צו די פונקטליכע דעטאלן פון די פריעדיגע וואלן. 5,278,985 זענען געווען שטים בארעכטיגטע אין 2009, פון זיי האבן 3,373,490 מענטשן געשטימט, דאס איז %65 פראצענט. נאך 43,097 שטימען זענען געווארן געפסל'ט, 103,904 שטימען איז געגאנגען אין מיסט, ווייל די פארטייען פאר וועמען זיי האבן געשטימט איז נישט אריבער אחוז החסימה. צו קענען אריבער גיין די מינימום צוויי פראצענט, האט א פארטיי געדארפט באקומען 67,470 שטימען, די פונקטליכע צאל שטימען פאר א כנסת דעפוטאט, איז געווען 27,246 שטימען.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.