אמונה פשוטה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

אמונה פשוטה

שליחה דורך דעתי הענייה »

אני מאמין באמונה שלימה!!!
אני מאמין באמונה שלמה. שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים. והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים:
אני מאמין באמונה שלמה. שהבורא יתברך שמו הוא יחיד ואין יחידות כמוהו בשום פנים. והוא לבדו אלקינו. היה הוה ויהיה:
אני מאמין באמונה שלמה. שהבורא יתברך שמו אינו גוף. ולא ישיגוהו משיגי הגוף. ואין לו שום דמיון כלל; איך דארף ווייטער גיין? איך מיין עס איז גענוג.

איך וואלט געוואלט זיך שטעלן אויף א נקודה, וואס איז אפשר שוין ארויפגעברענגט געווארן דא אין קאווע שטיבעל, אבער וויפיל איך ווייס, נישט גענוג, דאס איז:"אמונה פשוטה" .
און ניין איך וויל נישט דא געבן קיין שיעור אין אמונה, איך מיין לגמרי עפעס אנדערש.

לעצטענס איז מען שטארק פארנומען, בפרט דא בק"ק קאווע שטיבעל, מיט די אלע אזוי גערופענע משכילים אפיקורסים, וכל שם וחניכי דיליה, כאו"א בשמו יבורך (או לא יבורך), יעדער בר בי רב אפילו נישט לחד יומא, עפענט זיך אויף די אויגן, און הייבט שרייען "איך גלייב נישט", ליתר שאת עפענט מען א וועבסייט אדער א בלאג, און די שוואכערע נאר פעיסבוק, והנה הוא בא, א פארטיגע אפיקורס, ער איז שוין אפילו א מעמבער אין איינע פון די פעיסבוק גראפ'ס, און יעצט ה"י קען ער שוין גיין עד שאול תחתייה, עס צוברעכט משפחות, עס צוברעכט שטובער, און עס פאלן שטיקער.
דא, און אזוי אויך אין רוב פרומע מקומות, זאגט מען אין אזא פאל, "נעבעך" נאך א קרבן פון די אינטערנעט אדער די שמוציגע גאסן, און די רבנים קענען שוין טייטל'ן מיט די פינגער, קוק וואס די כלים מאכן אהן, און מען הייבט אהן מער אריינגיין אין די באקס, וכדומה, און איך מיין דער עולם דא פארשטייט בעסער פון מיר וואס דאס מיינט.
איך מיין אבער עס דער פראבלעם איז אינגאנצען עפעס אנדערש.
און יא, איך באשולדיג כל כולו אין דעם די רבנים מחנכים און משפיעים!!!!
וואס איז?

אויף די אלע אזויגערופענע אפיקורסים האב איך נישט קיין טענות, זיי זענען לגמרי אומשולד'יג, ווייל זיי גלייבן טאקע נישט, עס איז גארנישט קיין איינרעדניש, און יא פאר די אלע איז די אינטערנעט א געפערליכע פראבלעם, יעדער ביסל אינפארמאציע איז פאר זיי א סכנה.
אין די סיבה גאר פשוט: "מען האט זיי קיינמאל נישט געלערנט די אלף בית פון אמונה, די אלף בית פון אידישקייט" נא, א וודאי מען זעהט איין שטיקעל פון ריטשארד דואקינס און מען איז א פארטיגע אפיקורס.
און וואס מיינט מען האט קיינמאל נישט געלערנט מיט זיי אמונה? ניין נישט אז מען דארף לערנען מורה נבוכים און שער יחוד האמונה, דאס איז נישט קיין אמונה.איך מיין פשוט "אמונה פשוטה".

וויפל קינדער היינט קענען די י"ג עיקרים על בוריין? וויפל היינט ווייסען די אמת'ער אפטייטש פון אמונה פשוטה?
ניין, אמונה פשוטה מיינט נישט גיין מיטן קאפ אין דער וואנט, אמונה פשוטה מיינט, וויסען מיט א קלארע הוכחה, אז הבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג, און נישט ווייל איך פארשטיי אזוי, נאר ווייל איך ווייס אזוי, ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, אז מעו האט א "ריכטיגער" אמונה פשוטה, איז אפילו כל רוחות שבעולם מנשבין בו לא יכול לו, בידעיי ומכירי קאמינא, מיר אפילו וועסטו מיר ווייזען שחור על גבי לבן, אז אין אלקים, עס מיר קלאר ווייזען אז לא ניתנה תורה מסיני, וועל איך מיר נישט דערשרעקן, די אינטערנעט שטייט מיר נישט אין וועג, איך קען אלעס וויסען, אבער מיין אמונה וועט מיר קיינער נישט צונעמען.

"אמונה וואס די אינטערנעט קען אוועקנעמען איז נישט קיין אמונה" - עס איז "ידיעה". דער בעש"ט האט געזאגט אז עס איז נישטא אזא מושג פון אמונה דורך חקירה, וואס מיינט דאס? אז מען קען נישט גלייבן אויב מען איז חוקר? איך קען הונדערטער מאמינים "חוקרים", דער הייליגער רמב"ם האט חוקר געווען און איז געקומען צום מסקנה, אז משה אמת תורתו אמת ואלקינו אמת, און ביזען היינטיגן דור איז דא אזעלכע מאמינים, נאר וואס דען מיינט אז אמונה דורך חקירה איז נישט קיין אמונה? גאר פשוט, אמונה איז גלייבן, א זאך וואס מען זעהט דארף מען נישט גלייבן דערין, אמונה מיינט איך זעה עס נישט אבער איך גלייב? און איך גלייב אזוי אז דאס איז שטערקער פון א ראייה.

די אלע "נושרים" זענען נישט קיין נושרים, זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט וואס אמונה איז, מען האט זיי דאס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, זיי קוקן אהן אמונה פשוטה די זעלבע ווי נאכגיין בלינדערהייט מסורת אבות, און דאס זעלבע ווי אמונת חכמים, און די צייט וואס אין ספה"ק שטייט קלאר, אז צדיקים דארף מען קודם נאכגיין און זעהן צו זיי זענען טאקע ערליך, און יא, נאכדעם גלייבן און זיי מיט אמונה פשוטה, אבער נישט דעם באשעפער.

למעשה: די אינטערנעט איז נישט קיין פראבלעם, די בלאג'ס איז נישט קיין פראבלעם, און ידיעות חכמות העולם איז נישט דער פראבלעם, דער פראבלעם איז ביי אונז; די פראבלעם איז דאס נישט מחנך זיין די קינדער מיט די "ריכטיגע" אמונה פשוטה, אמונה פשוטה ווייל דאס איז דער מציאות, דאס איז דער פראבלעם.
איי ווי אזוי לייגט מען דאס אריין אין די קינדער? גוט געפרעגט!
קודם כל, דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט: אז מיטן זאגן די אני מאמין קומט מען צו צום שטערקסטען דרגה אין אמונה, און אזוי שטייט פון א סאך, האמנתי כי אדבר, מען קומט צו צו אמונה דורך פשוט רעדן דערפון, איינ'חזר'ען די קינדער פון קליינוויז אהן מיט אמונה, מען קען רעדן פון אבלוציה אהן קיין פראבלעם, נאר האלטן אין איין חזר'ן, און מען זאל זעהן אז מען גלייבט טאקע דערין "אין עוד מלבדו" ווייל דאס איז דער מציאות!!!

אז די רבנים און עסקנים זאלען נעמען די מיליאנען וואס מען האט אריינגעלייגט אין די אינטערנעט אסיפה און עס אריינלייגן אין א "מבצע אני מאמין" באיזה אופן שהוא, חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל אמונה פשוטה אמונה פשוטה אמונה פשוטה, וואלט מען בעסער אנגעקומען!!!

איך האב נישט גענוג ארויסגעברענגט, איך האף אבער אז מען האט געכאפט מיין נקודה.
הכ"ד הכו"ח, דעתי הענייה
נ.ב. יעדער איז מכובד צו צולייגן און אראפנעמען כאוות נפשו....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעתי הענייה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר