אמונה פשוטה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

אמונה פשוטה

שליחה דורך דעתי הענייה »

אני מאמין באמונה שלימה!!!
אני מאמין באמונה שלמה. שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים. והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים:
אני מאמין באמונה שלמה. שהבורא יתברך שמו הוא יחיד ואין יחידות כמוהו בשום פנים. והוא לבדו אלקינו. היה הוה ויהיה:
אני מאמין באמונה שלמה. שהבורא יתברך שמו אינו גוף. ולא ישיגוהו משיגי הגוף. ואין לו שום דמיון כלל; איך דארף ווייטער גיין? איך מיין עס איז גענוג.

איך וואלט געוואלט זיך שטעלן אויף א נקודה, וואס איז אפשר שוין ארויפגעברענגט געווארן דא אין קאווע שטיבעל, אבער וויפיל איך ווייס, נישט גענוג, דאס איז:"אמונה פשוטה" .
און ניין איך וויל נישט דא געבן קיין שיעור אין אמונה, איך מיין לגמרי עפעס אנדערש.

לעצטענס איז מען שטארק פארנומען, בפרט דא בק"ק קאווע שטיבעל, מיט די אלע אזוי גערופענע משכילים אפיקורסים, וכל שם וחניכי דיליה, כאו"א בשמו יבורך (או לא יבורך), יעדער בר בי רב אפילו נישט לחד יומא, עפענט זיך אויף די אויגן, און הייבט שרייען "איך גלייב נישט", ליתר שאת עפענט מען א וועבסייט אדער א בלאג, און די שוואכערע נאר פעיסבוק, והנה הוא בא, א פארטיגע אפיקורס, ער איז שוין אפילו א מעמבער אין איינע פון די פעיסבוק גראפ'ס, און יעצט ה"י קען ער שוין גיין עד שאול תחתייה, עס צוברעכט משפחות, עס צוברעכט שטובער, און עס פאלן שטיקער.
דא, און אזוי אויך אין רוב פרומע מקומות, זאגט מען אין אזא פאל, "נעבעך" נאך א קרבן פון די אינטערנעט אדער די שמוציגע גאסן, און די רבנים קענען שוין טייטל'ן מיט די פינגער, קוק וואס די כלים מאכן אהן, און מען הייבט אהן מער אריינגיין אין די באקס, וכדומה, און איך מיין דער עולם דא פארשטייט בעסער פון מיר וואס דאס מיינט.
איך מיין אבער עס דער פראבלעם איז אינגאנצען עפעס אנדערש.
און יא, איך באשולדיג כל כולו אין דעם די רבנים מחנכים און משפיעים!!!!
וואס איז?

אויף די אלע אזויגערופענע אפיקורסים האב איך נישט קיין טענות, זיי זענען לגמרי אומשולד'יג, ווייל זיי גלייבן טאקע נישט, עס איז גארנישט קיין איינרעדניש, און יא פאר די אלע איז די אינטערנעט א געפערליכע פראבלעם, יעדער ביסל אינפארמאציע איז פאר זיי א סכנה.
אין די סיבה גאר פשוט: "מען האט זיי קיינמאל נישט געלערנט די אלף בית פון אמונה, די אלף בית פון אידישקייט" נא, א וודאי מען זעהט איין שטיקעל פון ריטשארד דואקינס און מען איז א פארטיגע אפיקורס.
און וואס מיינט מען האט קיינמאל נישט געלערנט מיט זיי אמונה? ניין נישט אז מען דארף לערנען מורה נבוכים און שער יחוד האמונה, דאס איז נישט קיין אמונה.איך מיין פשוט "אמונה פשוטה".

וויפל קינדער היינט קענען די י"ג עיקרים על בוריין? וויפל היינט ווייסען די אמת'ער אפטייטש פון אמונה פשוטה?
ניין, אמונה פשוטה מיינט נישט גיין מיטן קאפ אין דער וואנט, אמונה פשוטה מיינט, וויסען מיט א קלארע הוכחה, אז הבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג, און נישט ווייל איך פארשטיי אזוי, נאר ווייל איך ווייס אזוי, ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, אז מעו האט א "ריכטיגער" אמונה פשוטה, איז אפילו כל רוחות שבעולם מנשבין בו לא יכול לו, בידעיי ומכירי קאמינא, מיר אפילו וועסטו מיר ווייזען שחור על גבי לבן, אז אין אלקים, עס מיר קלאר ווייזען אז לא ניתנה תורה מסיני, וועל איך מיר נישט דערשרעקן, די אינטערנעט שטייט מיר נישט אין וועג, איך קען אלעס וויסען, אבער מיין אמונה וועט מיר קיינער נישט צונעמען.

"אמונה וואס די אינטערנעט קען אוועקנעמען איז נישט קיין אמונה" - עס איז "ידיעה". דער בעש"ט האט געזאגט אז עס איז נישטא אזא מושג פון אמונה דורך חקירה, וואס מיינט דאס? אז מען קען נישט גלייבן אויב מען איז חוקר? איך קען הונדערטער מאמינים "חוקרים", דער הייליגער רמב"ם האט חוקר געווען און איז געקומען צום מסקנה, אז משה אמת תורתו אמת ואלקינו אמת, און ביזען היינטיגן דור איז דא אזעלכע מאמינים, נאר וואס דען מיינט אז אמונה דורך חקירה איז נישט קיין אמונה? גאר פשוט, אמונה איז גלייבן, א זאך וואס מען זעהט דארף מען נישט גלייבן דערין, אמונה מיינט איך זעה עס נישט אבער איך גלייב? און איך גלייב אזוי אז דאס איז שטערקער פון א ראייה.

די אלע "נושרים" זענען נישט קיין נושרים, זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט וואס אמונה איז, מען האט זיי דאס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, זיי קוקן אהן אמונה פשוטה די זעלבע ווי נאכגיין בלינדערהייט מסורת אבות, און דאס זעלבע ווי אמונת חכמים, און די צייט וואס אין ספה"ק שטייט קלאר, אז צדיקים דארף מען קודם נאכגיין און זעהן צו זיי זענען טאקע ערליך, און יא, נאכדעם גלייבן און זיי מיט אמונה פשוטה, אבער נישט דעם באשעפער.

למעשה: די אינטערנעט איז נישט קיין פראבלעם, די בלאג'ס איז נישט קיין פראבלעם, און ידיעות חכמות העולם איז נישט דער פראבלעם, דער פראבלעם איז ביי אונז; די פראבלעם איז דאס נישט מחנך זיין די קינדער מיט די "ריכטיגע" אמונה פשוטה, אמונה פשוטה ווייל דאס איז דער מציאות, דאס איז דער פראבלעם.
איי ווי אזוי לייגט מען דאס אריין אין די קינדער? גוט געפרעגט!
קודם כל, דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט: אז מיטן זאגן די אני מאמין קומט מען צו צום שטערקסטען דרגה אין אמונה, און אזוי שטייט פון א סאך, האמנתי כי אדבר, מען קומט צו צו אמונה דורך פשוט רעדן דערפון, איינ'חזר'ען די קינדער פון קליינוויז אהן מיט אמונה, מען קען רעדן פון אבלוציה אהן קיין פראבלעם, נאר האלטן אין איין חזר'ן, און מען זאל זעהן אז מען גלייבט טאקע דערין "אין עוד מלבדו" ווייל דאס איז דער מציאות!!!

אז די רבנים און עסקנים זאלען נעמען די מיליאנען וואס מען האט אריינגעלייגט אין די אינטערנעט אסיפה און עס אריינלייגן אין א "מבצע אני מאמין" באיזה אופן שהוא, חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל אמונה פשוטה אמונה פשוטה אמונה פשוטה, וואלט מען בעסער אנגעקומען!!!

איך האב נישט גענוג ארויסגעברענגט, איך האף אבער אז מען האט געכאפט מיין נקודה.
הכ"ד הכו"ח, דעתי הענייה
נ.ב. יעדער איז מכובד צו צולייגן און אראפנעמען כאוות נפשו....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעתי הענייה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

שלום עליכם אייך.
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

sunbar האט געשריבן:שלום עליכם אייך.

עליכם שלום, איך וואלט נישט געוואלט פארקריכען פון די נושא, אבער נאר אלס הערה, איך בין נישט איינער פארוועם מען דארף האבען דרך ארץ, קענסט מיר זאגען דו....
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

שלום עליכם! ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה!
אמונה פשוטה ווערט היינט בעיקר געפיטערט אויף אמונת החסידות, יעדער חסידות אויף זיין רבי׳. ומכאן ראי׳ ווי שטארק עס וואלט ווען געארבעט ווען מען נוצט עס ווען אויף אמונה בשמו יתברך. קענסט זען כמה פעמים חסידים וואס גלייבן נישט אין גארנישט, זיי קענען מטיח זיין רח״ל דברים כלפי מעלה אן קיין שום בויך וויי, נעם דעם זעלבן מענטש און פראביר נאר רעדן א ווארט קעגן זיין רבי׳ן, דער חסיד איז גרייט יענעם צו פארציקן ווי א חי׳ טורפת. וואס איז דער חילוק? פשוט, אויף דעם רבי׳ן האט מען אריינגעבאקן אין אים א פארקלאפטע באגלייבשאפט וואס אפילו דער שכל קען עס נישט צושטערן (גלייבסט נישט??? כאפ א בליק אין צימעס), משא״כ אמונה אין באשעפער איז שוין נישט אזוי וויכטיג געווען אריינצובאקן אין אים, דער עיקר איז אז ער זאל אייביג בלייבן א געטרייע פארטיי מיטגליד.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דעתי הענייה האט געשריבן:ניין, אמונה פשוטה מיינט נישט קיין מיטן קאפ אין דער וואנט, אמונה פשוטה מיינט, ווייסען מיט א קלארע הוכחה, אז הבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג, און נישט ווייל איך פארשטיי אזוי, נאר ווייל איך ווייס אזוי, ווייל זאוי האט מעו מיר אויסגעלערנט, אז מעו האט א "ריכטיגער" אמונה פשוטה, איז אפילו כל רוחות שבעולם מנשבין בו לא יכול לו, בידעיי ומכירי קאמינא, מיר אפילו וועסטו מיר ווייזען שחור על גבי לבן, אז אין אלקים, עס מיר קלאר ווייזען אז לא ניתנה תורה מסיני, וועל איך מיר נישט דערשרעקן, די אינטערנעט שטייט מיר נישט אין וועג, איך קען אלעס וויסען, אבער מיין אמונה וועט מיר קיינער נישט צונעמען.


זייער קלאר ארויסגעברענגט. יישר כח! נעבעך אויף די אלע קליינע קעפ וואס פארשטייען נישט דעם עומק הדברים און די חכמה וואס ליגט אין אמונה פשוטה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משה געציל האט געשריבן:(גלייבסט נישט??? כאפ א בליק אין צימעס),


אוי געוואלד, ווי הייליג גערעכט!

:שלום:
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יואליש האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:ניין, אמונה פשוטה מיינט נישט קיין מיטן קאפ אין דער וואנט, אמונה פשוטה מיינט, ווייסען מיט א קלארע הוכחה, אז הבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג, און נישט ווייל איך פארשטיי אזוי, נאר ווייל איך ווייס אזוי, ווייל זאוי האט מעו מיר אויסגעלערנט, אז מעו האט א "ריכטיגער" אמונה פשוטה, איז אפילו כל רוחות שבעולם מנשבין בו לא יכול לו, בידעיי ומכירי קאמינא, מיר אפילו וועסטו מיר ווייזען שחור על גבי לבן, אז אין אלקים, עס מיר קלאר ווייזען אז לא ניתנה תורה מסיני, וועל איך מיר נישט דערשרעקן, די אינטערנעט שטייט מיר נישט אין וועג, איך קען אלעס וויסען, אבער מיין אמונה וועט מיר קיינער נישט צונעמען.


זייער קלאר ארויסגעברענגט. יישר כח! נעבעך אויף די אלע קליינע קעפ וואס פארשטייען נישט דעם עומק הדברים און די חכמה וואס ליגט אין אמונה פשוטה.

זענט איר סארקסטיש?
איר ווייזט ארויס די סתירה און זענט משבח.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פארוואס וויל די אייבשטער אז מיר זאלן גלייבן און עם?
איך אויב מען וועט פארשטיין וואס איזדי תכלית פון אמונה, וועט מען קענען גרונגער דערגיין וועלכע סארט אמונה מיר דארפן שטרעבן אויף.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

משה געציל האט געשריבן:שלום עליכם! ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה!
אמונה פשוטה ווערט היינט בעיקר געפיטערט אויף אמונת החסידות, יעדער חסידות אויף זיין רבי׳. ומכאן ראי׳ ווי שטארק עס וואלט ווען געארבעט ווען מען נוצט עס ווען אויף אמונה בשמו יתברך. קענסט זען כמה פעמים חסידים וואס גלייבן נישט אין גארנישט, זיי קענען מטיח זיין רח״ל דברים כלפי מעלה אן קיין שום בויך וויי, נעם דעם זעלבן מענטש און פראביר נאר רעדן א ווארט קעגן זיין רבי׳ן, דער חסיד איז גרייט יענעם צו פארציקן ווי א חי׳ טורפת. וואס איז דער חילוק? פשוט, אויף דעם רבי׳ן האט מען אריינגעבאקן אין אים א פארקלאפטע באגלייבשאפט וואס אפילו דער שכל קען עס נישט צושטערן (גלייבסט נישט??? כאפ א בליק אין צימעס), משא״כ אמונה אין באשעפער איז שוין נישט אזוי וויכטיג געווען אריינצובאקן אין אים, דער עיקר איז אז ער זאל אייביג בלייבן א געטרייע פארטיי מיטגליד.


ליידער האט די אמונה טפילה זיך אריינגעכאפט היינט אויך ביי די ליטווישע.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כהאב דיר געלייקט לאו דווקא וייל איך בין מסכים צו דיר אז אמונה דורך חקירה איז נישט קיין אמונה, נאר ווייל איך בין מסכים צו דיר אז ביי אונז לערנט מען נישט אויס אמונה בכלל, נישט פשוטה און נישט שמורה, סתם גארנישט. און די אלע א"ג נושרים זענען ליידער כשר גערעכט.
I have a dream
Martin Luther King ~
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

הרב דעתי במחילת כבודך , דיין מהלך איז פיל מיט סתורות ,איין מינוט ווילסטו נישט גיין מיט די קאפ און וואנט, א מינוט שפעטער ווילסטו אז איך זאלטון וואס די צאנזע רב האט געהייסען זאגען און זאגען( לכאורה בלי מחשבה) ביז די אינטרנעט וועט מיך נישט קענען אוועק שלעפען , האמממממ עפעס קלעבט נישט דא , אפשר קענסטו זיך אביסעל מסברן 
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

נולד מאוחר האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:ניין, אמונה פשוטה מיינט נישט קיין מיטן קאפ אין דער וואנט, אמונה פשוטה מיינט, ווייסען מיט א קלארע הוכחה, אז הבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג, און נישט ווייל איך פארשטיי אזוי, נאר ווייל איך ווייס אזוי, ווייל זאוי האט מעו מיר אויסגעלערנט, אז מעו האט א "ריכטיגער" אמונה פשוטה, איז אפילו כל רוחות שבעולם מנשבין בו לא יכול לו, בידעיי ומכירי קאמינא, מיר אפילו וועסטו מיר ווייזען שחור על גבי לבן, אז אין אלקים, עס מיר קלאר ווייזען אז לא ניתנה תורה מסיני, וועל איך מיר נישט דערשרעקן, די אינטערנעט שטייט מיר נישט אין וועג, איך קען אלעס וויסען, אבער מיין אמונה וועט מיר קיינער נישט צונעמען.
זייער קלאר ארויסגעברענגט. יישר כח! נעבעך אויף די אלע קליינע קעפ וואס פארשטייען נישט דעם עומק הדברים און די חכמה וואס ליגט אין אמונה פשוטה.
זענט איר סארקסטיש?
איר ווייזט ארויס די סתירה און זענט משבח.
פונקט פארקערט אמונה פשוטה איז לכאו' גאר א טיפע חכמה, ווי דער ראפשיצער רב האט געזאגט פארן רבי'ן פון לובלין, וואס האט עם געפרעגט וואס ער טוט מיטן פסוק תמים תהי' (זייענדיג באוואוסט אלס א גרויסן חכם), וויפיל חכמה ברויך מען צו קענען זיין א תמים...

ר' @משה געציל האט זייער א שטארקע נקודה!
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re:

שליחה דורך כספי »

משה געציל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:00 am שלום עליכם! ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה!
אמונה פשוטה ווערט היינט בעיקר געפיטערט אויף אמונת החסידות, יעדער חסידות אויף זיין רבי׳. ומכאן ראי׳ ווי שטארק עס וואלט ווען געארבעט ווען מען נוצט עס ווען אויף אמונה בשמו יתברך. קענסט זען כמה פעמים חסידים וואס גלייבן נישט אין גארנישט, זיי קענען מטיח זיין רח״ל דברים כלפי מעלה אן קיין שום בויך וויי, נעם דעם זעלבן מענטש און פראביר נאר רעדן א ווארט קעגן זיין רבי׳ן, דער חסיד איז גרייט יענעם צו פארציקן ווי א חי׳ טורפת. וואס איז דער חילוק? פשוט, אויף דעם רבי׳ן האט מען אריינגעבאקן אין אים א פארקלאפטע באגלייבשאפט וואס אפילו דער שכל קען עס נישט צושטערן (גלייבסט נישט??? כאפ א בליק אין צימעס), משא״כ אמונה אין באשעפער איז שוין נישט אזוי וויכטיג געווען אריינצובאקן אין אים, דער עיקר איז אז ער זאל אייביג בלייבן א געטרייע פארטיי מיטגליד.
קוק די דברים המתוקים וואס מורינו הגאון @לעיקוואד שרייבט דא:
לעיקוואד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:05 am אז איך עפן א אשכול וועגן גאט למשל דארף איך זיך סך הכל שלאגען מיט די געציילטע חסידים ומעריצים וואס ער האט דא... אז איך וועל רעדן וועגן סאטמער וועל איך דיך דאך דארפו שלאגען מיט די פילע חסידים זיינע, לאז עפעס איבער פאר כ"א כסלו אדער כ"ו אב..
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט