איך באציה זיך צו וואס סאנבער זז"ג האט דא געשריבן
sunbar האט געשריבן:בערל, וואס איז פשט פון ארויפברענגן אלטע אשכולות? איך פרעג סתם ווייל איך בין באמת נייגעריג...
איך זעה אז דו ביסט נישט דער ערשטער וואס עס באדערט. איך וויל באמת פארשטיין, וואס עס באדערט אז איינער ברענגט ארויף א אלטע אשכול? ס"ה קוקט ער איבער אביסל אלטע אשכולות'ן ווען ער האט נישט וואס צו טוהן, און ווען ער האט עפעס אינטערעסאנט מוסיף צו זיין לייגט ער צו.
איז דא עפעס א עקספייערעישען דעיט אויף א אשכול??? איינמאל מען האט אויפגעהערט פאר א וואך צייט שרייבן טאר קיינער מער נישט מוסיף זיין??? איינער וואס האט נישט מיטגעהאלטן ווען דער אשכול איז נאך געווען בחיים חייתו, טאר קיינמאל מער נישט אריינרעדן אין דעם נושא??? איינער האט געטראפן א אינטערעסאנטע הערה צו צולייגן טאר ער נישט מחיה מתים זיין דעם אשכול??? עס ארבעט עפעס מיט תורת דיחוי, און כיון דאידחי אידחי???
ווילסט זאגן אז ער פירקלט סתם? קודם כל האט ער דא צוגעברענגט א אינטערעסאנטע הערה. און אויב האלטסטו אז עס איז יא סתם געפירקלט, וואס עפעס באדערט דיך עס דוקא אין א אלטע אשכול? מיר באדערט עס אסאך מער ווען איינער טוט דאס אין א לעבעדיגע אשכול. ווען איינער טוט דאס אין א אלטע אשכול, איז דא א גוטע געלעגענהייט אז נייע געשמאקע ניקים, וואס זענען נאכנישט געווען איינגעשריבן דא זאלן קומען מוסיף זיין אינטערעסאנטע ידיעות און הערות. משא"כ ווען עס רעדט זיך פון א נייע אשכול וואס עס לעבט, און יעדער האלט מיט, פארוואס פעלט זיך אויס סתם אריינצוהאקן מיט נארישע קאמענטארן?
און אויב עס באדערט דיך נאך אלץ, האב איך א פשוטע עצה. איידער דו גייסט אריין אינעם אשכול, קוק דער דאטום ווען דער אשכול האט זיך געפענט, אויב אין דיין נאז שמעקט דער דאטום זויער, זאלסטו אנטלויפן דערפון ווי פון פארשימעלטע מילך. אויב יענער גלייכט דייקא יא זויערע מילך לאז אים עס טרינקן עס וועט דיר נישט פארשאפן קיין בויך וויי. כנלע"ד, ווער עס האלט אנדערש איז מכובד צו קומען אויסשמועסן זיין צד.