לאז עס אפ, ס'איז מיין חפץ!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פויער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

לאז עס אפ, ס'איז מיין חפץ!!!

שליחה דורך פויער »

ס'איז היינט דינסטאג וישלח 5:33 נאכמיטאג, די הימלען זענען שטארק פארשווארצט און א ווינטל וואס ברענגט מיט זיך גרויסע טראפענעס רעגן וואסער.

נאך א טאג שווערע ארבעט, איך ווארט שוין אויף די מינוט זיך צו טרעפן אין מיין ווארעמע הייזקע וואס איך צאל אזוי סאך דערפאר יעדן ערשטן, די פיס שלעפן שווער מיין גרויס געבוי, איך לויף אריין אינעם לאקאלן קראם אהיימצוטראגן דאס וויכטיגע פארן שטוב, איך לויף צו צום נענטסטן פאסט קעסטל אריינווארפן די עטליכע ענוועלאופ'ס וואס האבן זיך שוין באקוועם געמאכט אין מיין לאנגן בוזעם טאש פאר עטליכע וואכן... און דאן דערמאן איך מיר, אוי! מנחה!! שיעור פארגעסן די הייליגע תפילה צו טאהן!

איך שמייס אריין אינעם נענסטן מנין-צענטער, איך שטופ מיך דורך די פולע מתפללים, זייגער'לעך פארקויפער, צדקה גייערס און סתם ליידיגייערס, און די געיעגטע וואס זאגן שוין השכיבנו, איך הענג מיינע בעגס אויף א הוק מיט נאך מאנטלן, מקוה בעגס, און נאך פארשידענס, איך פארזיגל מיין שירעם מיטן וועלקרא, שפריץ אן די הענט און דריי אן די לענדן, און וידבר, אשרי, וכו' ס'ענדיגט דאס מנין ביזן לעצטען אמן. איך שפאנציר מיר ארויסציר מיט א היפשן רואיגקייט.

און דאן האט דאס פאסירט.

***

כדי צוצוקומען צום ענדע פונעם ערציילונג, ליינט ביטע אפ די פאלגענדע שורות.

***

ר' שלום (פיקטיוו) איז א געהויבענע יונגערמאן. וואס מיינט דערהויבן? איך פרעג די זעלבע שאלה.

ער איז א בנש"ק, ממש געציילטע דורות צום הייליגן בעל שם טוב, און פארשטייט זיך גייט ער מיטן פולן לבוש טראגע מלמעלה עד למטה וגם לרבות, ער איז היינט ארויסגעקראכן פון געלעגער אום 10:59 ווייל אין זיין מקוה ווי ער גייט פארשפארט מען שוין 11:00 און ער האט א קפידה אנצוקומען 10 מינוט דערויף צו קענען זיכער מאכן אז יעדער זעהט אז ער איז שוין אין שוהל. אן ערך פון 1:30 ענדיגט ער דאס תיקון און קען זיך שוין גרייטן צום סדר היום, ס'הייסט? ער איז א כולל יונגערמאן! ער גייט ח"ו נישט ארבעטן אין די טריפה'נע גאס, איי שפייזן די שטוב? נו, דער באשעפער וועט שוין העלפן. אזוי אויף 5:00 ווערט אים דער טאג פערטיג, נאך אסאך גלעזער קאווע און דערנאך צעברעקלט אויף פרישע פערפעל, גייט ער ארויס צו די גאס, און אוי! ס'רעגנט! אך וואס טוט מען? מ'קען דאך נישט ארויסגיין אזוי, די ברייטע פלאטשיגס עטעך חרוב גיין. נישט קיין גרויסע פראבלעם, ויפן כה וכה וירא כי אין איש, און במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, טוט א כאפ טאהן א אומשולדיגע שירעם וואס באלאנגט אינגאנצן נישט צו אים, הייבט אן מיט א לומדות פון יאוש קונה און קריכט ביז מיגו און לבוד און כבתה, און והילד איננו, ער איז נישטא מער, מיט יענעמס א חפץ.

***

וויל איך דיר פרעגן יעצט, די וואס האסט גענומען מיין שירעם, און אלע אנדערע צדיקים וואס טוען דאס זעלביגע מיט אנדערע, וואסערע היתר אויף דער וועלט האסטו צו טוען אזא מיאוסע אקט? איבערצולאזן א צווייטן יוד צובראכן, פאר'כעס'ט און פארהאסט, מיט א גראבע עבירה פון גניבה! לוינט זיך דיר מגולגל צו ווערן פאר 5 דאלער?! האסט נישט מורא?! שעם דיך!

לאז עס אפ, ס'איז מיין חפץ!!!
דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר