לאז עס אפ, ס'איז מיין חפץ!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פויער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

לאז עס אפ, ס'איז מיין חפץ!!!

שליחה דורך פויער »

ס'איז היינט דינסטאג וישלח 5:33 נאכמיטאג, די הימלען זענען שטארק פארשווארצט און א ווינטל וואס ברענגט מיט זיך גרויסע טראפענעס רעגן וואסער.

נאך א טאג שווערע ארבעט, איך ווארט שוין אויף די מינוט זיך צו טרעפן אין מיין ווארעמע הייזקע וואס איך צאל אזוי סאך דערפאר יעדן ערשטן, די פיס שלעפן שווער מיין גרויס געבוי, איך לויף אריין אינעם לאקאלן קראם אהיימצוטראגן דאס וויכטיגע פארן שטוב, איך לויף צו צום נענטסטן פאסט קעסטל אריינווארפן די עטליכע ענוועלאופ'ס וואס האבן זיך שוין באקוועם געמאכט אין מיין לאנגן בוזעם טאש פאר עטליכע וואכן... און דאן דערמאן איך מיר, אוי! מנחה!! שיעור פארגעסן די הייליגע תפילה צו טאהן!

איך שמייס אריין אינעם נענסטן מנין-צענטער, איך שטופ מיך דורך די פולע מתפללים, זייגער'לעך פארקויפער, צדקה גייערס און סתם ליידיגייערס, און די געיעגטע וואס זאגן שוין השכיבנו, איך הענג מיינע בעגס אויף א הוק מיט נאך מאנטלן, מקוה בעגס, און נאך פארשידענס, איך פארזיגל מיין שירעם מיטן וועלקרא, שפריץ אן די הענט און דריי אן די לענדן, און וידבר, אשרי, וכו' ס'ענדיגט דאס מנין ביזן לעצטען אמן. איך שפאנציר מיר ארויסציר מיט א היפשן רואיגקייט.

און דאן האט דאס פאסירט.

***

כדי צוצוקומען צום ענדע פונעם ערציילונג, ליינט ביטע אפ די פאלגענדע שורות.

***

ר' שלום (פיקטיוו) איז א געהויבענע יונגערמאן. וואס מיינט דערהויבן? איך פרעג די זעלבע שאלה.

ער איז א בנש"ק, ממש געציילטע דורות צום הייליגן בעל שם טוב, און פארשטייט זיך גייט ער מיטן פולן לבוש טראגע מלמעלה עד למטה וגם לרבות, ער איז היינט ארויסגעקראכן פון געלעגער אום 10:59 ווייל אין זיין מקוה ווי ער גייט פארשפארט מען שוין 11:00 און ער האט א קפידה אנצוקומען 10 מינוט דערויף צו קענען זיכער מאכן אז יעדער זעהט אז ער איז שוין אין שוהל. אן ערך פון 1:30 ענדיגט ער דאס תיקון און קען זיך שוין גרייטן צום סדר היום, ס'הייסט? ער איז א כולל יונגערמאן! ער גייט ח"ו נישט ארבעטן אין די טריפה'נע גאס, איי שפייזן די שטוב? נו, דער באשעפער וועט שוין העלפן. אזוי אויף 5:00 ווערט אים דער טאג פערטיג, נאך אסאך גלעזער קאווע און דערנאך צעברעקלט אויף פרישע פערפעל, גייט ער ארויס צו די גאס, און אוי! ס'רעגנט! אך וואס טוט מען? מ'קען דאך נישט ארויסגיין אזוי, די ברייטע פלאטשיגס עטעך חרוב גיין. נישט קיין גרויסע פראבלעם, ויפן כה וכה וירא כי אין איש, און במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, טוט א כאפ טאהן א אומשולדיגע שירעם וואס באלאנגט אינגאנצן נישט צו אים, הייבט אן מיט א לומדות פון יאוש קונה און קריכט ביז מיגו און לבוד און כבתה, און והילד איננו, ער איז נישטא מער, מיט יענעמס א חפץ.

***

וויל איך דיר פרעגן יעצט, די וואס האסט גענומען מיין שירעם, און אלע אנדערע צדיקים וואס טוען דאס זעלביגע מיט אנדערע, וואסערע היתר אויף דער וועלט האסטו צו טוען אזא מיאוסע אקט? איבערצולאזן א צווייטן יוד צובראכן, פאר'כעס'ט און פארהאסט, מיט א גראבע עבירה פון גניבה! לוינט זיך דיר מגולגל צו ווערן פאר 5 דאלער?! האסט נישט מורא?! שעם דיך!

לאז עס אפ, ס'איז מיין חפץ!!!
דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דו ביזט דארט געלאפן א נאסער אויף ליע עוו. ??
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

פארוואס טראכסטו אז דווקא די סארט אידען זענען די וואס נעמען דיין שירעם?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נו, דן לכף זכות, מסתמא איז עס געווען א טעות, ער האט געמיינט סאיז זיינס.
I have a dream
Martin Luther King ~
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מיינע שירעמעס גנב'ט מען אויך צו (איך ווייס, איך פארליר דאך גארנישט).
טאמער נישט א בנש"ק, איז עס א פויער, אמאהל מיין בני בית, און אמאהל מיינע קינדער, אבער קיין אריכות ימים האט נישט א שירעם ביי מיר.
ממילא האב איך א מנהג אז איך פארמאג נישט קיין שירעם לכתחילה, חוץ מזמן לזמן, אויב בין איך סטאק ערגעץ, און עס רעגענט, און מען קען דאך נישט נאס ווערען, מען קען חלילה צוגיין, קויף איך די ביליגסטע וואס איז דא, צו וואס דארף א גנב באקומען א שיינע טייערע שירעם?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

מהאי טעמא נוץ איך אלעמאל מיין ווייבס פינקע אדער מיינע קינדערס שירעם מיט די געלע ספאנדזש באב. דאס גלוסט קיינעם נישט צו גנב'ען, און אז יא זע איך אים פון 3 גאסן אוועק.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

געהערט אמאל פון יענקעל מיללער,

ווען ס'רעגענט זוכט יעדער א שירעם אין ביהמ''ד וואס האט נישט קיין נאמען, ער נעמט דווקא א שירעם מיט א נאמען, ווייל אזוי ווייסט ער זיך צו היטען נאר פון איין מענטש...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

זיך דערמאנט אין א סיפור פון איינשטיין...

Albert Einstein had just finished a lecture in Prague, and was about to venture out when a student called out "Herr Professor, sir, take your umbrella, it's raining out!" Einstein replied: "You know, my good friend, I often forget my umbrella, so I have two of them. One is at the house, the other I keep at the university. Of course I could take it now since, as you say quite correctly, it is raining. But then I would end up with two umbrellas at the house and none here." And with that Einstein went out into the rain, leaving his umbrella behind him.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיך דערמאנט עס פון שלמה יאנקל געלבמאן.

ער שרייבט ארויף אויפן שירעם זיין נאמען, אדרעס, און שרייבט צו:
אויב האט איר גענומען מיין שירעם, שיקט אריין פינף דאלער צו מיין אדרעס.
אויפצומארגנס, דער שירעם איז נישטא, איינער האטעס גע'לקח'נט, אבער א טאג דערויף באקומט ער א פינפער אין די פאסט!

מה עשה הקב"ה, ראובן דער גנב הענגט עס אויף אין זיין ביהמ"ד, אבער שמעון גנב'ט עס אוועק. שמעון זעהט דעם צעטעלע, שיקט ער אויך אריין א פינפער צו געלבמאנען, ער וויל דאך נישט עובר זיין אויף לא תגנוב.

און אזוי גייט עס מיד ליד, און יעדן טאג באקומט ער נאך א פינף דאלער אין פאסט. זעענדיג אז די ביזנעס ארבעט זיך אויף, האט ער אינוועסטירט אין נאך א דאזען שירעמס, און זינט דאן האט ער פרנסה בריוח ב"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט