"אוצרות" מדי חודש בחודשו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

משה געציל האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:
קלארק האט געשריבן:בלא בלא בלא. עטץ קענטץ שעלטן. די פאקט איז אוצרות הייסט גאר א פיינער אויסגאבע סגייט גאר גוט נישט נאר אין סאטמאר נאר איבעראל. ס'איז א רייכער שעפערישער צייטונג על טהרות הקודש, רבינו אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט א נחת רוח דערפון לויט ווי איך הער.

האסט פארגעסן ביזט נישט אין צימעס

זאג נאר, דו באקימסט א לינק פון יעדע צימעס סטייל תגובה וואס איז בטעות נישט אנגעקומען אין צימעס?

ניין, פין זר'ס קאנטער ניקס
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מיין פראגע צו יידל: עס קוקט מיר אויס ווי דו נעמסט צו גרינג אן הרב טעלער'ס אויבערפלעכליכע מסקנא אז ווען דער אר"י רעדט פון דעם "קו שוה היום" רעדט פון דאס וואס מיר רופן היינט "קו המשווה", באזירט אויף וויסנשאפטליכע רעכענונגען. מ'דארף ווען אויספארשן וואס דער אר"י האט געמיינט, און וואס די וויסנשאפטלער האבן בימיו אנגענומען ווי דעם "קו שוה".

דער געדאנק אז דער גן עדן געפינט זיך ביים קו המשוה טרעפט מען שוין אין אבן עזרא, וז"ל: ידענו כי גן עדן תחת קו השוה שלא יוסיף היום ולא יחסר כל ימות השנה.
יאיר האט געשריבן:יידל, האסט געטון אן אויסגעצייכנטן ארבעט. עס בלייבט מיר נאר איבער צו פרעגן, וואס טוט דער שרייבער מיט די צוויי טייכן חדקל וואס גייט אויף מזרח זייט פון אשור און פרת, וואס דאס ווייזט דאך קלאר אז מען רעדט פון מעסאפאטעמיע און נישט פון אפריקע?
וְשֵׁם הַנָּהָר הַשְּׁלִישִׁי חִדֶּקֶל, הוּא הַהֹלֵךְ קִדְמַת אַשּׁוּר; וְהַנָּהָר הָרְבִיעִי, הוּא פְרָת. (בראשית ב ח).

איך זע אז נאר פון מיין קלאץ קשיא האסטו פארגעסן. :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:

סליחה. דער שרייבער פונעם ארטיקל הרב טעלער דרייט זיך ארויס פון דעם קשיא. ער שרייבט אז צוויי פון די פיר טייכן וואס קומען ארויס פון וויקטאריע פאלס קומען אן ביז אזיע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ווי אזוי קומט אן א טייך פון אפריקע קיין אזיע, עס שווימט אריבער אויפ'ן אקעאן?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אזוי וועט מען מוזן זאגן. הרב טעלער, ווי געשריבן אין מיין אריגינעלעם תגובה, שרייבט: "מיר זעהן א מערקעוודיגע זאך ווי דער גרויסער טייך ווערט צוטיילט אויף פיר! איינס דערפון גייט אראפ קיין עטאפיע (כוש). דאס איז מעגליך דער 'גיחון' וועלכע נעמט ארום דאס לאנד כוש, ווי עס שטייט אין פסוק. איינס דערפון גייט אראפ קיין עטאפיע (כוש). דאס איז מעגליך דער 'גיחון' וועלכע נעמט ארום דאס לאנד כוש, ווי עס שטייט אין פסוק. די אנדערע ווערן צושפרייט אינעם גרויסן מדבר, ווען א חלק ציען קיין אזיע, אינעם ווייטן מדבר."
איך האב אויף דעם קאמענטירט אז דער פאראגראף איז פיל מיט טעותים. צום ליסט פון טעותים קען מען אויך צולייגן דאס וואס דו שרייבסט אז קיין טייך פון אפריקע קומט אן קיין אזיע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הערליכע ארטיקל, און א יישר כח פאר אנאליזירער פארן מיר אהערשיקן, משום איזה סיבה האב איך דאס פארזעהן, איין שאלה נאר.
יידל האט געשריבן:צום לעצט האט מיר אויפגעברויזט די פאלגענדע פאראגראפן וועלכע געפינט זיך כמעט ביים סוף פון ארטיקל:
די סיבה פון דעם פארהוילעניש, אויך פארוואס דאס איז פארהוילן פון די סאטעלייט אויגן און אנדערע פארשער, איז ווי געזאגט, ווייל "אין עצה ואיו תבונה נגד ה'". אז דער באשעפער האט עס באהאלטן און פארדעקט פון אונזערע אויגן וועט מען עס נישט געפינען. און פונקט ווי קיינער ווייסט נישט פון קיין הרי חושך, קיין סמבטיון, שדיים, א.א.וו., כאטש מיר ווייסן און גלייבן אז די אלע זאכן עקזעסטירן אויף דער וועלט.

שדיים האט ער געשריבן? אדער דאס האסטו צוגעלייגט נופח (no pun intended) משלך? ווייל דאס איז אמת, אז שדיים האט דער אייבישטער "באהאלטן און פארדעקט פון אונזערע אויגן" און אפילו מיר קענען דאס נישט זען, גלייבן מיר אז די זאכן עקזעסטירן...

און כדי צו ווייזן די ארבע נחלים וואס גייען ארויס פון וויקטאריע פאללס זייטס גוט מעיין אין דעם בילד, אויב זעט איר נישט קיין פיר טייכן מוז זיין אז איר האט נישט קיין הייליגע אויגן.
בילד
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ביי דע וועי, אויף וועלכע שפראך מיינט נהר א וואסערפאל? אין אונזער מסורה איז זיכער נישט געווען אזוי מקובל.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א וואסער פאל טרעפט מען געווענליך אינמיטן א פליסיגע טייך, א נהר.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:הערליכע ארטיקל, און א יישר כח פאר אנאליזירער פארן מיר אהערשיקן, משום איזה סיבה האב איך דאס פארזעהן, איין שאלה נאר.
יידל האט געשריבן:צום לעצט האט מיר אויפגעברויזט די פאלגענדע פאראגראפן וועלכע געפינט זיך כמעט ביים סוף פון ארטיקל:
די סיבה פון דעם פארהוילעניש, אויך פארוואס דאס איז פארהוילן פון די סאטעלייט אויגן און אנדערע פארשער, איז ווי געזאגט, ווייל "אין עצה ואיו תבונה נגד ה'". אז דער באשעפער האט עס באהאלטן און פארדעקט פון אונזערע אויגן וועט מען עס נישט געפינען. און פונקט ווי קיינער ווייסט נישט פון קיין הרי חושך, קיין סמבטיון, שדיים, א.א.וו., כאטש מיר ווייסן און גלייבן אז די אלע זאכן עקזעסטירן אויף דער וועלט.

שדיים האט ער געשריבן? אדער דאס האסטו צוגעלייגט נופח (no pun intended) משלך? ווייל דאס איז אמת, אז שדיים האט דער אייבישטער "באהאלטן און פארדעקט פון אונזערע אויגן" און אפילו מיר קענען דאס נישט זען, גלייבן מיר אז די זאכן עקזעסטירן...

ניין, סארי ס'איז מיין טעות הדפוס. ער האט געשריבן כשדיים. :)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ניי אוצרות איז ארויס, ב"ה זיי האבן עלימינירט דעם "פאעט" (אבער נישט חלילה געטוישט צו פאעזיע, דאס שמעקט שבת-בלעטל'יש, נאר געלאזט אן קיין דעסקריפציע). די ארטיקל(ן) פון הרב זאב אהרן טעללער איבער די מספר השנים פון די קריסטן האט מיר ווידער אמאל אויפגעברויזט, אז כ'וועל האבן צייט וועל איך עס רעצענזירן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

חודש שבט
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

פאמילע אוצרות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קלאר. נאך א מזל דיינע זכויות זענען שמורות (משעת קצירה).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:ניי אוצרות איז ארויס, ב"ה זיי האבן עלימינירט דעם "פאעט" (אבער נישט חלילה געטוישט צו פאעזיע, דאס שמעקט שבת-בלעטל'יש, נאר געלאזט אן קיין דעסקריפציע). די ארטיקל(ן) פון הרב זאב אהרן טעללער איבער די מספר השנים פון די קריסטן האט מיר ווידער אמאל אויפגעברויזט, אז כ'וועל האבן צייט וועל איך עס רעצענזירן.

כ'ווארט צו הערן דערוועגן. וואס שרייבט ער, אז ישו האט זיכער נישט געלעבט לויט די אנגעבליכע צייט ווייל זיי האבן מכלומר'שט באשטימט זייער לוח מיט פינף הונדערט יאר שפעטער, ווי דער תולדות עם עולם שרייבט, און איז א שקר גמור?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ווען די טאג איז נאר מיט איין שעה לענגער וואלט איך שוין לאנג געשריבן דערוועגן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

כ'האב מיך איינגעהאנדלט די נייע אוצרות פון חודש טבת, גאר א שיינע ארבעט, בפרט די קאווער ארטיקל איבער די שארית הפליטה אין די די. פי. לאגערן פון א נייער שטערן אין די אידיש שרייבענדע וועלט יואל הירש. דער ארטיקל איז באגלייט מיט הערליכע בילדער און אינדעטיפיקאציעס וועם מ'זעט אויף די בילדער. א ציון לשבח מוז ווערן אפגעגעבן פאר די רעדאקציע פון אוצרות אויף דעם פאלגענדעם הערה צום סוף פון הירש'ס ארטיקל:

די בילדער אינעם ארטיקל זענען אין טייל גענומען געווארן פון די ארכיוון פונעם האלקעאוסט(!) מוזעאום אין וואשינגטאן, די ייוו"א ביבליאטיק, דאס אידישע ווארט און דאס אידישע וועלט.

כה לחי! מהם ילמדו וכן יעשו.

כ'האף נאך צוריק צו קומען צו הרב זאב אהרן טעללער'ס ארטיקלן פון פאריגע חודש. די ארטיקל זיינעם אין דעם יעצטיגן אויסגאבע זעט אויס שיין און צום זאך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יא, יואל הירש׳ס ארטיקל איז ווערט א ווארימע באגריסונג צוליב עטליכע טעמים

איינס וואס יידל מערקט שוין אן ווי נארמאל ער באדאנקט זיך פאר די בילדער פאר ייווא און אידישע וועלט ליין; אידישע וועלט.קאם

דערנאך, דאס וואס ער רעדט פון די דיפי לאגערן, און גיבט געהעריג אפ פארן אדמו״ר מ׳קלויזענבורג זיין פארדינטן כבוד

נישט ווי די מעלות עטליכע יאר צוריק וואס האט באשריבן פערנוואלד און אויסגעלאזט אינגאנצן
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:יא, יואל הירש׳ס ארטיקל איז ווערט א ווארימע באגריסונג צוליב עטליכע טעמים

דאס איז שוין עפעס! אוצרות איז די אויסגאבע פון די פרומע / קנאים פראקציע אין סאטמאר (מהר"א), אויב כ'מאך נישט קיין טעות.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

נאך א בא'טעם'טע זאך איז אז די שרייבער ניצן עכטע נעמען. מער דעוויד ברוקס ווי אליעזר עפשטיין.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

וואס איז באמת פשט אז רוב שרייבער באהאלטן זייער נעמען? שטעל דיך פאר מיין דאקטער וועט זיך רופן רב ששת אין מיין פלאמבער מ א סופר, פארוואס פינקט שרייבער האבען מורא צו באהאלטן זייער נאמען?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

יואליש האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יא, יואל הירש׳ס ארטיקל איז ווערט א ווארימע באגריסונג צוליב עטליכע טעמים

איינס וואס יידל מערקט שוין אן ווי נארמאל ער באדאנקט זיך פאר די בילדער פאר ייווא און אידישע וועלט ליין; אידישע וועלט.קאם

דערנאך, דאס וואס ער רעדט פון די דיפי לאגערן, און גיבט געהעריג אפ פארן אדמו״ר מ׳קלויזענבורג זיין פארדינטן כבוד

נישט ווי די מעלות עטליכע יאר צוריק וואס האט באשריבן פערנוואלד און אויסגעלאזט אינגאנצן

דאס איז שוין עפעס! אוצרות איז די אויסגאבע פון די פרומע / קנאים פראקציע אין סאטמאר (מהר"א), אויב כ'מאך נישט קיין טעות.

קען איינער לייגען א קאפי דערפון? איך קען נישט גלייבען אז א סאטמערע גליון זאל געבען קרעדיט פאר אדמו״ר מ׳קלויזענבורג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויף אייוועלט האט מיללער קאמענטירט איבער אוצרות חודש שבט און בין היתר געשריבן ווי פאלגנד.

מיללער האט געשריבן:דער ארטיקל פון הרב דאסקאל איבער רבי לייבעלע אייגער האט מיך נישט געכאפט, פון איין זייט פעלט די עיקר היסטאריע דערפון, און אויב ווילסטו עס פארהוילן (וואס איז נישט קיין חסרון) דאן שרייב נישט האלבעטע זאכן יא (הענין של הפילוג בקאצק)

די אפטיילונג פון רבי מרדכי יוסף ליינער זצ"ל פון קאצק ווערט אין דעם ארטיקל זייער טרוקן געשילדערט ווי פאלגנד:

הרב יואל דאסקאל אין אוצרות, שבט תשע"ג האט געשריבן:...רבי לייבל... ממשיך געווען צו פארן קיין קאצק ביז יאר תקצ"ט, וואס דאן איז געשען אין קאצק דער גרויסער "טיילונג", ווען הרה"ק רבי מרדכי יוסף מאיזביצא זצוק"ל האט אין סאמע שמחת תורה זיך צוטיילט פון קאצק, און מיטגענומען מיט זיך אסאך חסידים, און צווישן זיי אויך רבי לייבל'ע איגר וועלכער איז געווען מקושר צום איזיבצער נאך ביים קאצקער אין הויף, און פון דעמאלט איז ער בלויז געפארן קיין איזביצא ביז שנת תרי"ד ווען דער איזביצער צדיק איז נסתלק כעווארן.

היינט האט שאץ מאץ געענטפערט אויף דעם טענה ווי פאלגנד:

שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי דעם ארטיקל פון הרב דאסקאל איבער ר' לייבל אייגער, דער שרייבער וואלט געשריבן די גאנצע מעשה איבער דעם פילוג אין קאצק, אבער ס'איז געוועהן גרויס קריטיק ביי עטליכע ת"ח אז ער זאל נישט שרייבן קיין מחלוקה'לעך אינערהאלב חסידות'ער פון אמאל, ווארום די יונגט קען דאס אויסטייטשן שלעכט, אבער דעם טייל ווי ער זעלבסט איז גע'רודפ'ט געווארן פון מתנגדים איבער זיין הנהגה איז א שיינע קאפיטל היסטאריע וואס מסתמא 99.5 ליינער ווייסן בכלל נישט.

הייסט עס אז איבער די רדיפות וואס רבי לייבעלע האט געהאט אויסצושטיין פון רבי יהושע העשיל אשענזי, מרא דאתרא פון לובלין, איבער רבי לייבעלע'ס שפעטע בריתים, איבער דעם איז מותר צו שרייבן און מ'האט נישט מורא אז די יוגנט וועט דאס שלעכט אויסטייטשן, אבער די רייבערייען אינערהאלב קאצק - דאס איז א פראבלעם? מאי חזית?

כ'האב הנאה געהאט אז מיללער האט טאקע געענטפערט פאר שאץ מאץ'ן:
מיללער האט געשריבן:די רדיפות פון די מתנגדים און פון זיין טאטע ר' שלמה אייגער, ווייסט די יוגנט וויאזוי אויסצושטייטשן? דאס זאג איך, אדער שרייב גארנישט (אויך א מהלך) אדער שרייב אינגאנצן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

The love between Miller and Yidel is bridging the gape between KS and IV

:like
פארשפארט