'תפארת ישראל' שוהל אין ירושלים וועט איבערגעבויעט ווערן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 682 מאל

'תפארת ישראל' שוהל אין ירושלים וועט איבערגעבויעט ווערן

שליחה דורך סופר ומונה »

די ירושלים-מוניציפאליטעט האט געשאנקען באשטעטיקונג איבערצובויען די היסטארישע שוהל 'תפארת ישראל' אין אלט-שטאט ירושלים. די שוהל, אויך באקאנט ווי 'ניסן ב"ק'ס שוהל', איז געבויעט געווארן דורך חסידים אין אלט-שטאט ירושלים אין די 1860-יארן (שנות תר"כ), און איז גערופן געווארן אויף דעם נאמען פון רבי ישראל פריעדמאן, באקאנט ווי 'דער ריזשינער'. לויט א חסידישער לעגענדע, האט דער ריזשינער אין איילעניש מנדב געווען דאס געלט פאר דער שוהל, וויבאלד די רוסיש-פראוואסלאנישער קירכע האט געוואלט דארטן בויען א קירכע. די מעשה גייט ווייטער אז דער צאר ניקאלאי וועלכער איז געשטאנען אונטער דעם פלאן אפצוקויפן דעם שטח האט געשוימט פאר כעס הערנדיק אז דער ריזשינער האט אים געפעדערט, און האט אויסגערופן "נאכאמאל בין איך באזיגט געווארן דורך דעם איד ישראל פריעדמאן".

בילד
'תפארת ישראל' שוהל

למעשה האבן די רוסיש פראוואסלאנער אפגעקויפט א שטח אינדרויסן פון דער חומה, וואו זיי האבן אויפגעשטעלט דעם 'דרייאייניקייט קאטעדראל'.

בילד
דער 'דרייאייניקייט קאטעדראל' וואס האט געזאלט שטיין אויף דעם ארט פון 'תפארת ישראל'

דער וואס האט בעיקר זיך באשעפטיקט מיטן אויפשטעלן די שוהל איז געווען ניסן ב"ק, וועלכער איז געווען דער גבאי פון דער שוהל ביז זיין טויט אין יאר תר"נ. די ארכיטעקטור פון דעם בנין איז געווען שטארק באאיינפלוסט פון דער ארכיטעקטור פון דער 'בית הכנסת החורבה', און איז באצירט געווארן מיט א פראכטפולן קופאל. א לעגענדע דערציילט אז דער קייזער פראנץ יאזעף האט באזוכט אין דער שוהל און האט זיך געוואונדערט פארוואס די געביידע פארמאגט נישט קיין קופאל. מ'האט אים געענטפערט: "אייער מאיעסטעט, די שוהל האט אויסגעטאן איר היטל פאר אייער כבוד". דער קייזער האט געכאפט אויפן ווינק, האט האט געשאנקען טויזנט פראנצויזישער פראנק כדי צו ענדיקן דעם שוהל.

בשעת דער זעלבסטשטענדיקייט קריג פון מדינת ישראל, נאכדעם וואס די ירדנער האבן איינגענומען אלט-שטאט, האבן זיי צעווארפן דעם בית-הכנסת, און בלויז א חלק פון דער געביידע איז געבליבן, און שטייט נאך היינט אויף 'רחוב הקראים'.

בילד
דער חורבן

בילד
נאכגעמאכטער געשטאלט פון דער געביידע

(באארבעט לויט וויקיפעדיע און אנדערע מקורות.)

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר