'תפארת ישראל' שוהל אין ירושלים וועט איבערגעבויעט ווערן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
סופר, האסט מיר ממש מחי' געווען מיט די גוטע נייעס. מיין זיידע ז"ל איז אויפגעוואקסן אין דעם שול, דארט האט ער געדאוונט אלס קינד אלע תפילות שבת ביז אלטשטאט איז געפאלן צו די אראבער. ער פלעגט שטענדיג רעדן מיט נאסטאלגיע פון דער פראכטפולער שול און אירע אומשאצבארע כלי קודש וואס ר' ניסן בק אליין האט מנדב געווען. ווען איך בין געווען באזוכן אין אלט שטאט האט מיר אנגעכאפט א ווייטאג צו זען ווי אזוי אלע שולן זענען שיין צוריקגעבויט און נאר דער ריזשינער שול שטייט אזוי פאר'יתומ'ט מיט די צובראכענע שניצונגען אלס זכר לחורבן. איך געדענק אז דער טור גייד האט זיך געוויצלט אז די חסידים זענען שטענדיג פארשלעפט... יעצט פריי איך זיך זייער צו הערן אז מען וועט צוריקשטעלן עטרה ליושנה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
נו שוין, יעצט איז נאר געבליבן נאך איין אלטע שוהל וועלכע איז אמאל געשטאנען אין ירושלים, צוריק צובויען. עס איז חרוב געווארן דורך די אקופירער, נאך מיט א תקופה פאר די אראבער, און איז נאך אויך ליידער נישט צוריק געבויעט געווארן, מיר האפן און ווארטן אויף איר צוריק אויפבוי, און נישט דורך די שטאט ראט פון דשערוזאלעם.