זר זהב האט געשריבן:אויב יא?
אויב יא הייב איך הענט, וו'ב זאל צאלן 50 טאלער אבער די גרויסע מצוה פון ולו תהיה לאשה תחת אשר ענה, קען ער ליידער נישט מקיים זיין ווייל זי איז אן אשת איש.
חוץ אויב התאחדות וועט מפקיע זיי די קדושין...
זר זהב האט געשריבן:אויב יא?
זר זהב האט געשריבן:רעדסט נישט צום זאך. ענטפער מיין פריערדיע תגובה.
גאלד האט געשריבן:איך גיי זיין זייער אנעסט לבי נוטה אז רגלים לדבר,
אבער מיטדעם אלעם האלט איך מוז מען ע"פ תורה פארארבעטן אלעס אין די וועלט אז דער גויאישער אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם זאל נישט מצליח זיין צו איהם מיט זיינע משפחה פאר אומגליקליכן לנצח נצחים, דאס איז פונקט ווי ס'זאל איהם ווען דראוען טויט שטראף, אונז האמיר נישט קיין רעכט איהם צו ווארפן אין לייבן גרוב אריין, הי' לא תהי'
און ווער עס שטיצט עס איז א רוצח ועתיד ליתן את הדין
זר זהב האט געשריבן:לוי אראן האט מודה געווען. האט וו"ב אויך?
זר זהב האט געשריבן:אראנ'ס קעגנערס זענען נישט געווען אפגעפארענע אינגעטשן מיט אן אנגעדע, איז דא אויך אזוי?
זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט קיין צייט צו קיין לינקס. מיין שיטה איז אז סתם פאר נקמה טאר מען דאס נישט טון. און לויט ווי ס'קוקט מיר אויס איז ער נישט קיין קראנקער רעפיסט. און די מיידל מיט זיין בויפרענד דארפן רעווענדזש.
אוודאי איז עס נישט 50/50, אין מיינע אויגן איז עס 65/35 - 65% שאנס אז וועבערמאן איז עפעס שולדיג. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל א רעפוטאציע פון אן "אנשטענדיגער מענטש" שטעלט זיך ארויס ווי גארנישט-מיינענד ווען עס קומט צו ענינים פון עריות, ווי חז"ל זאגן שוין. ווידער אז א מיידל זאל באווייזן אנצוהאלטן איר געשיכטע אזויפיל יארן, איינרעדן אירע עלטערן (וועלכע זענען פונקט אזוי באקאנט ווי אנשטענדיגע מענטשן), אירע טעראפיסטן, וכו', איז שטארק רחוק מן השכל - כאטש ס'איז דאך א מעגליכקייט.
אפילו די וואס לייקענען די רעיפ באשולדיגונגען מיין איך אז זיי זענען נישט מחולק אויף דעם אז וועבערמאן האט געהאנדלט היבש אוממאראליש: ער האט זיך מייחד געווען מיט דעם מיידל; ער האט איר געגעבן טעראפיע-סעסעיס פון לאנגע שעות; און ער האט זיך פארגעשטעלט ווי א טעראפיסט אן דער מינימאלער טרענירונג. צו דעם קומט נאך צו נאך פרטים וועלכע זענען נישט קלאר, א שטייגער ווי דער פרייז פון $250 א שעה וואס ער האט אנגעבליך גערעכנט.
און וועגן אנדערע רומערס, הרב הורוויץ פון מאנסי איז אין מיינע אויגן נאך אזא אנשטענדיגער מענטש ווי וועבערמאן, און ער זאגט קלאר אז עטליכע פרויען האבן אים אליין דערציילט נאך אזעלכע געשיכטעס וואס זיי האבן מיטגעמאכט מיט וועבערמאן.