די וועבערמאן סומאטאכע
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:אבער לוי אראן'ס סענטענס צו תפיסה איז נישט עפ"י תורה. סארי מיר האבן א תורה הקדושה
דו גייסט אראום אין א סוירקל ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.
הער זיך איין. פאר ארגומענט סעיק לאמיר אנעמען אז ביידע זענען דא קלאר שולדיג מיט עדות און אלעס ארום. וואס קומט זיך עפ"י תורה פאר אראן און וואס קומט זיך פאר וו"ב?
ביטע פארקריך נישט, ענטפער ווי א מענטש.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לאמיר מאכן צוויי סינעריאס
נאמבער 1)
סיי אויף וועבערמאן און סיי אויף אראן איז דא עדות און התראה - דין תורה איז טויט פאר אראן, וועבערמאן פיפציג שקלים מיט וואטעווער, און אויך נזק צער ריפוי שבת בושת, מיט נאך ווייסעך וויפיל דאלאר שטראף פאר'ן שעדיגן א מיידעל , און נאך בעטן געלט פון איר.
לויט זר זהב דארף א עהרליכע איד זיין קעגן ביידע פסקים פון געריכט. אראן טאר נישט זיצען און תפיסה פאר פערציג יאר!! מ'דארף אים הרג'ענען!
וועבערמאן טאר נישט גיין אין תפיסה. ער דארף צאלן די אלע שטראפען, און אפשר דארף ער ווערן א עבד עברי צו קענען באצאלן די גראבע חובות.
נאמבער 2)
אויף ביידע איז נישט דא עדות אין התראה - דין תורה גארנישט קיין שטראף פאר קיינעם.
לויט זר זהב דארף א עהרליכע איד זיין קעגן ביידע פסקים פון געריכט. אראן טאר נישט גיין אין תפיסה - ער דארף זיין פריי. וועבערמאן טאר נישט גיין אין תפיסה און דארף נישט צאלן קיין פעני - ער דארף זיין אינגאנצען פריי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
זר'ל
ראשעקאל
פליז ענטפער דער באמבער קשיא, ווי אזוי דארף זיך א מדינה פירען מיט אזעלכע געזעצען?
(איך האב א תירוץ). קודם ענטפער די.
ראשעקאל
פליז ענטפער דער באמבער קשיא, ווי אזוי דארף זיך א מדינה פירען מיט אזעלכע געזעצען?
(איך האב א תירוץ). קודם ענטפער די.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
די מדינה האט נישט קיין גוטע געזעצן. סיי רובאשקין און סיי דער וואס האט געהארגעט אין די לעצטע פאר חדשים 3 אומשולדיגע מענטשן אין זייערע געשעפטן גייען אפזיצן זייער לעבן אין תפיסה אייניג. איז דאס נארמאל? אויב וואלט קעיסי ענטאני געווען א היימישי פרוי וואלט זי היינט געווען אויף דער פריי?
די פוינט איז אז איך גלייב נישט א דזשורי, זיכער נישט ווען דער אויף די באשולדיגונגס באנק איז א היימישער איד. דו ווילסט דווקא יא גלייבן וויל דו פילסטיר קיהל דערמיט אדער ווייסיך וואס.
די פוינט איז אז איך גלייב נישט א דזשורי, זיכער נישט ווען דער אויף די באשולדיגונגס באנק איז א היימישער איד. דו ווילסט דווקא יא גלייבן וויל דו פילסטיר קיהל דערמיט אדער ווייסיך וואס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר זהב האט געשריבן:די מדינה האט נישט קיין גוטע געזעצן. סיי רובאשקין און סיי דער וואס האט געהארגעט אין די לעצטע פאר חדשים 3 אומשולדיגע מענטשן אין זייערע געשעפטן גייען אפזיצן זייער לעבן אין תפיסה אייניג. איז דאס נארמאל?
לאמיר קוקן אין די תורה:
די תורה הייסט פאר גניבה צאלן כפל צו גאר ד' וה' און פאר רעיפ בלויז 50 שקל כסף. די תורה לייגט שווינדלען אויף איין לעוול מיט משכב זכר - ביידע רופט די תורה תועבה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זר'ל טייערע, קוק דיך אין שפיגל, כאפ זיך דעם אטעם, נעם א טרונק קאלט וואסער, וועסטו זען ווי דו דרייעסט מיטן פינקער ווי א בריסקער אין א ר' חיים, דו האסט אנגעהויבן אז פאר ארגיומענטס סעיק, אפילו אויב ער איז יא שולדיג, איז דער וואס סאפפארט די מיידל עתיד ליתן את הדין ווייל ע"פ תורה קומט עם נישט לעבענס לענגליכע תפיסה, אבער ווען מ'פרעגט דיך אפ פון לוי אראן אז עם קומט אויך נישט תפיסה ע"פ תורה, טוישסטו די טענה אז פאקטיש ווייסט מען נישט אויב זיכער... אבער רבי לעבן, מ'גייט דאך דא מיט די הנחה אז מ'ווייסט יא, און אויף דעם האסטו געזאגט אז אפילו אזוי דארף מען עם סאפארטן.
חוצמזה וואס דיין טענה אליינס איז מופרך, חדא אז אויב וואלט געווען עדות דא וואלט עס נישט געווען נאר 50 טאלער קנס, נאר ער וואלט געווען א בועל נדה, וואס איז מחויב כרת, מכת מרדות. שנית, דו קומסט דאך אז די תורה וואלט נישט געהייסן איינשפארן א רעיפיסט, נאר געצאלט קנס, אבער ביי לוי אראן "ווייסט יעדער" אז האט עס געטוהן, און ממילא סאפארטסטו עם נישט, אבער שעפעלע, די תורה אינטערעסירט נישט וואס "יעדער ווייסט" נאר די תורה דארף צוויי עדים מיט התראה.

- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
מען היצט און מען העצט און מען ווייס שוין נישט וואס מען רעדט
למעשה האט זר זהב ארויס געברענגט א גוטע טענה
אז אפי' ווען דער יוסטיץ סיסטעם זאל ווען זיין גוט
איז אבער א איד ידו על התחתונה און ער האט פיל ווייניגער שאנסן ארויס צוגיין זכאי בדין
סאו אפי' ער איז באמת אומשולדיג קען ער נאכאלץ ווערן באשולדיגט און זיצן לעולמי עד
לאמיר הערן א תי' אויף דעם.

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
זר זהב איז גערעכט! אין די פארקרומטע משפטים בל ידעום יוסטיץ סיסטעם, ווי א פרומער איד איז ליידער אויטאמאטיש גילטי, א ריכטיגע 'ואויבינו פלילים', אין א זשורי פון 12 נישט ספעציעלע אידן ליבהאבערס, וואס קען מען ערווארטן? איינער וואס האלט אז ער דארף ארויסגיין גילטי דורך די קארופטירטע סיסטעם, איז הארצלאז אדער פעלט אים קאמאן סענס.
און ס'איז א שאנדע וויפיל חברים דא לאזן זיך פיטערן פון די גוי'שע פרעסע פול מיט האס [שבכל דור ודור] און פון אפגעפארענע אידישע עבריינים וואס ס'רוב פון זיי האבן לכל הדיעות אפגעטון פיל ערגערס ווי מ'באשולדיגט נ.וו., פלוצלינג זענען זיי 'ישרות'דיג' און זוכן גערעכטיגקייט, און פירן א שמוץ קאמפיין צו בארעכטיגן זייערע שקאצעריי און פארשמירן דעם פנים פון חרדי'שע אידן.
בושה תכסה פניכם!.

Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
אויס מענטש האט געשריבן:מען היצט און מען העצט און מען ווייס שוין נישט וואס מען רעדט
למעשה האט זר זהב ארויס געברענגט א גוטע טענה
אז אפי' ווען דער יוסטיץ סיסטעם זאל ווען זיין גוט
איז אבער א איד ידו על התחתונה און ער האט פיל ווייניגער שאנסן ארויס צוגיין זכאי בדין
סאו אפי' ער איז באמת אומשולדיג קען ער נאכאלץ ווערן באשולדיגט און זיצן לעולמי עד
לאמיר הערן א תי' אויף דעם.
נא, פארדעם האב איך געזאגט אז מ'דארף מתפלל זיין אז די אמת זאל ארויסקומען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קפנדריא האט געשריבן:זר זהב איז גערעכט! אין די פארקרומטע משפטים בל ידעום יוסטיץ סיסטעם, ווי א פרומער איד איז ליידער אויטאמאטיש גילטי, א ריכטיגע 'ואויבינו פלילים', אין א זשורי פון 12 נישט ספעציעלע אידן ליבהאבערס, וואס קען מען ערווארטן? איינער וואס האלט אז ער דארף ארויסגיין גילטי דורך די קארופטירטע סיסטעם, איז הארצלאז אדער פעלט אים קאמאן סענס.
און איינער וואס האלט אז, אויב איז ער יא שולדיג, זאל ער ארויסגייען פריי, און זיין קרבן זאל נישט באקומען קיין דזשאסטעס, איז הארצלאז און פעלט עם קאמען סענס.
קפנדריא האט געשריבן:און ס'איז א שאנדע וויפיל חברים דא לאזן זיך פיטערן פון די גוי'שע פרעסע פול מיט האס [שבכל דור ודור] און פון אפגעפארענע אידישע עבריינים וואס ס'רוב פון זיי האבן לכל הדיעות אפגעטון פיל ערגערס ווי מ'באשולדיגט נ.וו., פלוצלינג זענען זיי 'ישרות'דיג' און זוכן גערעכטיגקייט, און פירן א שמוץ קאמפיין צו בארעכטיגן זייערע שקאצעריי און פארשמירן דעם פנים פון חרדי'שע אידן.
בושה תכסה פניכם!.
איך ווייסט נישט אויב דו האסט מיר געמיינט מיט דעם, אבער פליז לייען דורך מיינע תגובות און ווייז מיר ווי כ'האב געזאגט אז ער איז זיכער שולדיג, אלל איים סעינג איז אז ער ס'קען זיין ער איז נישט אומשולדיג, און פירן א שמיץ קאמפיין אקעגן א מעגליכע קרבן איז א רשעות שאין כמוהו.
און דאס אז ס'באשמיצט די פנים פון חרדישע אידן מאכט מען נאר ערגער מיטן זיך ארויסשטעלן אקעגן די מעגליכע קרבן, ס'מאכט אונז אויסזען ווי בארבארישע מאנסטערס.
- גדעון
- היימישער באניצער
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
- האט שוין געלייקט: 284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:נא, פארדעם האב איך געזאגט אז מ'דארף מתפלל זיין אז די אמת זאל ארויסקומען.
אלעס איז פיין אין וואויל ווען איך זאל ווען נישט זיין פארמישט אינעם געפעכט, א דאנק די דעמאנסטראציע פון די ארויסגעפאלענע - וואס פעלט זיי גארנישט אויף די וועלט און זארגען זיך געפערליך א גאנצן ליבן טאג פאר אונזערע קינדער נאך מער ווי אונז זעלבסט - איז פון א אביוז קעיס געווארן א 'צוטיילטע קאמיונעטי סיטואציע' און א פאנדרעיזער אראנזשירט דורך גוטע פריינט פאר א אייגענעם איז פארוואנדעלט געווארן אין א "וויליאמסבורג אינטימאדעיט וויקטעמס!'
מיר איז נישט וויכטיג דעם אמת יעצט ווען איך -וואס איז זיכער אומשילדיג- געפינט זיך אויפן באשילדיגונגס באנק. ווען מ'צולייגט אויף פיצי טעלערלעך אונז חסידים (אנטי סטמורים וואס זענען פליצלינג געווארן קעגן וועבערמאן ווי נאר זיי האבן געהערט אז מרעדט דארט פון סאטמאר: מ'מיינט ענק אויך...) ווי מיר וואלטן געווען ווי מחמד-קינדער-פאנצער'ס, און כאילו מיר זענען פון א אנדערע פלאנעט, כאילו אונזערע קינדער זענען נישט אונזער לעבן.
די מערכה פון די זעלבסט האסנדע עקס חסידים האט קיינמאל נישט פארמיטן די מה יפית'ניקעס, און די אומסימפאטישע מידיע וועט זיי נישט ארויסהייבן אלס אויסנאם.
א געווינס פאר וועבערמאן וועט פארשטאפן די מיילער פון די אלע 'הויעכשטאפעלדע בעלי רחמנות' כאטש פאר א וויילע. און וועט פארקלאפן דעם אפעטיט כאטש צייטווייליג פון די וואס גלייכן אונזער בלוט און נעמען אטווענטיזש פון א איזי טארגעט.
א פארלוסט וועט זיי בלויז דערוועקן דעם זכרון צו אנדערע אביוז קעיסעס וואס האט זיכער קיינמאל פאסירט, און ווער ווייסט ווער סאיז נעקסט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
א חברה איינגערעטע נאראנים וואס מיינען אז יעדער וויל דעם פרומען איד הרגנען,
און יא מען האטאון מען רודעפט איר טאטע.
און יא, וועבערמאן איז גוט משוגע פאר גיין צום פענסטער און איר קוקען אין פנים.
און יא, ווען איינער מאלעסיירט קומט אים תפיסה.
און יא, אונז ווערען באשמוצט דחרך מנוולים, נישט דורעך אנקלאגערס.
און יא מען האטאון מען רודעפט איר טאטע.
און יא, וועבערמאן איז גוט משוגע פאר גיין צום פענסטער און איר קוקען אין פנים.
און יא, ווען איינער מאלעסיירט קומט אים תפיסה.
און יא, אונז ווערען באשמוצט דחרך מנוולים, נישט דורעך אנקלאגערס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
זר זהב האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אזוי ווי גאלד האט געזאגט, ס'דארף זיין א מיטל וועג. דאס וואס די מיידל מיט זיינע שטיצער טוה'ן איז א לייף טיים סענטענס. דאס איז אומדערהעבאר אפילו ער איז באמת גילטי!!!
וואס איז די צווייטע אפשען? אויב ס'איז אמת
ע"פ תורה? 50 דאלער א מיידל. אויב איז עס 6 שטיק איז עס 300 טאלער
מוחה מוחה!!!!!!!!! הכזונה יעשה אחותינו???? ווי שעמט זיך נישט א איד צו שרייבן אזוינע נארישקייטן! און ווען די פראבלעם פון די ווערטער איז נאר נארישקייטן... אידיש בלוט איז ביי דיר אויף איין לעוועל ווי אן הוצאה והכנסה? און אויב ע"פ תורה איז נישטא קיין איסור מאנס צו זיין בכלל א פנויה וואס איז נישט א בתולה, 'עסטו דעם רשע ארויסלאזן פראנק און פריי אן אן עונש? רחמנא ליצלן מהאי דעתא! אויב איז אונס גענוק א הארבע חטא געווען אז די הייליגע ברודער שמעון און לוי האבן פארדעם אויסגעהארגעט א גאנצן שטאט קומט זיך נישט דערפאר א געהעריגן עונש? לא עלינו ולא עליכם!
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
גדעון האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:נא, פארדעם האב איך געזאגט אז מ'דארף מתפלל זיין אז די אמת זאל ארויסקומען.
אלעס איז פיין אין וואויל ווען איך זאל ווען נישט זיין פארמישט אינעם געפעכט, א דאנק די דעמאנסטראציע פון די ארויסגעפאלענע - וואס פעלט זיי גארנישט אויף די וועלט און זארגען זיך געפערליך א גאנצן ליבן טאג פאר אונזערע קינדער נאך מער ווי אונז זעלבסט - איז פון א אביוז קעיס געווארן א 'צוטיילטע קאמיונעטי סיטואציע' און א פאנדרעיזער אראנזשירט דורך גוטע פריינט פאר א אייגענעם איז פארוואנדעלט געווארן אין א "וויליאמסבורג אינטימאדעיט וויקטעמס!'
מיר איז נישט וויכטיג דעם אמת יעצט ווען איך -וואס איז זיכער אומשילדיג- געפינט זיך אויפן באשילדיגונגס באנק. ווען מ'צולייגט אויף פיצי טעלערלעך אונז חסידים (אנטי סטמורים וואס זענען פליצלינג געווארן קעגן וועבערמאן ווי נאר זיי האבן געהערט אז מרעדט דארט פון סאטמאר: מ'מיינט ענק אויך...) ווי מיר וואלטן געווען ווי מחמד-קינדער-פאנצער'ס, און כאילו מיר זענען פון א אנדערע פלאנעט, כאילו אונזערע קינדער זענען נישט אונזער לעבן.
די מערכה פון די זעלבסט האסנדע עקס חסידים האט קיינמאל נישט פארמיטן די מה יפית'ניקעס, און די אומסימפאטישע מידיע וועט זיי נישט ארויסהייבן אלס אויסנאם.
א געווינס פאר וועבערמאן וועט פארשטאפן די מיילער פון די אלע 'הויעכשטאפעלדע בעלי רחמנות' כאטש פאר א וויילע. און וועט פארקלאפן דעם אפעטיט כאטש צייטווייליג פון די וואס גלייכן אונזער בלוט און נעמען אטווענטיזש פון א איזי טארגעט.
א פארלוסט וועט זיי בלויז דערוועקן דעם זכרון צו אנדערע אביוז קעיסעס וואס האט זיכער קיינמאל פאסירט, און ווער ווייסט ווער סאיז נעקסט.
WOW
שרייבסט דאך קלאר און גראב אז ס'אינטרעסירט דיר נישט וועבערמאנ'ס שולד די עיקר אז די קאמיוניטי זאל ארויסקומען שפאגל ריין און דערויף ביסטו גרייט מפקיר צו זיין די געליטענע וויקטימס פון אונזערע חיות און מטורפים. עליך אמר הכתוב:
כא אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה קִרְיָה נֶאֱמָנָה מְלֵאֲתִי מִשְׁפָּט צֶדֶק יָלִין בָּהּ וְעַתָּה מְרַצְּחִים. כב כַּסְפֵּךְ הָיָה לְסִיגִים סָבְאֵךְ מָהוּל בַּמָּיִם. כג שָׂרַיִךְ סוֹרְרִים וְחַבְרֵי גַּנָּבִים כֻּלּוֹ אֹהֵב שֹׁחַד וְרֹדֵף שַׁלְמֹנִים יָתוֹם לֹא יִשְׁפֹּטוּ וְרִיב אַלְמָנָה לֹא יָבוֹא אֲלֵיהֶם.
כד לָכֵן נְאֻם הָאָדוֹן יְהוָה צְבָאוֹת אֲבִיר יִשְׂרָאֵל הוֹי אֶנָּחֵם מִצָּרַי וְאִנָּקְמָה מֵאוֹיְבָי. כה וְאָשִׁיבָה יָדִי עָלַיִךְ וְאֶצְרֹף כַּבֹּר סִיגָיִךְ וְאָסִירָה כָּל בְּדִילָיִךְ. כו וְאָשִׁיבָה שֹׁפְטַיִךְ כְּבָרִאשֹׁנָה וְיֹעֲצַיִךְ כְּבַתְּחִלָּה אַחֲרֵי כֵן יִקָּרֵא לָךְ עִיר הַצֶּדֶק קִרְיָה נֶאֱמָנָה.
- גדעון
- היימישער באניצער
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
- האט שוין געלייקט: 284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
ניין איך זארג מיך נישט פאר די אימעזש פון די קאמיונעטי דא איך רעד בעיקד פון מיר און מיין אנזעהן אין די גאס. אודאי וויל איך אז די קאמיונעטי זאל זיין ריין אבער וואס קען מען טון אז א גילטי וויקדיקט וועט מיר\אונז קאסטן א פרייז אפגעזעהן צו ער איז שילדיג אדער נישט. ממילא פאר מ'דיסקוסירט די דירעקט פארמישטע אין דעם קעיס דארף מען און אכט נעמען אז מיר זענען א טייל דערפון.
און אודאי וויל איך נישט מפקיר זיין וויקטעמס, איך האב ארויסגעברענגט א נקידה אז אפגעזעהן וואס דער אמת איז אויב וועט ער געפינען ווערן שילדיג וועט עס זיין ווייט פון באטעמה'ט פאר אונז
איך ווינטש דאס בעסטע פאר דעם וויקטעם - ווער ס'זאל נאר זיין, וועבערמאן אדער דאס מיידל

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גדעון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.