ווי אזוי שפירט זיך צו האבן פיר ווייבער?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

ווי אזוי שפירט זיך צו האבן פיר ווייבער?

שליחה דורך ניו יארק »

איך האב עס באקומען פון א חבר און איך האב געקלערט אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון:

מיין ווייב פרעגט מיך די וואך ביי די סעודה, בעת כ'האב פארציילט פאר די קינדערלעך די מעשה פון יעקב מיט די פיר ווייבער, וויזוי איז צוגעגאנגען אמאליגע צייטן? מ'האט געהאט עטליכע ווייבער? און ווער האט געפירט די ווערטשאפט? ווער האט געקאכט? אויפגעצויגן בעט געוואנט? געוואשן וועש? געוואשן די טוילעטס?
די אלע זאכן זענען באמת נקודות למחשבה, און מיין צושפילטע פאנטאזיע איז אריין אין גיער, און כאב טאקע מיר אנגעהויבן אויס'משל'ען בערך וויזוי ס'האט אויסגעקוקט דעמאלטס:

גדי בן ופסי, א אנגעזעהענער ביזנעסמאן אין די גלעד געגנט אין עצעסראל, א איד אין די מיטעלע דרייסיגער יארן, א גוט באזיצער, און באלבוס איבער פעלדער וויינגערטנער, אייזלען קעמלען, פי און פאשע. די זון ריכטעט שוין אירע טריט צו מערב זייט, גדי הייבט שוין אן טראכטן וועגן אהיים גיין, ס'מאגן פאדערט ס'זייניגע, ער שיקט ארום שלוחים צו זיינע פיר ווייבער, יהודית פון גליל, נעמי פון צפת, אבגיל פון טברי' און זיין נארוואס צוגעקומענע יעל וואס איז יעצט אין שנה ראשונה מיט אים אין פעלד, די שלוחים פרעגן יעדעם איינעם וואס זיי מאכן היינט אויף סאפער, נאך א שעה קומען טאקע די שנעל רייטער צוריק מיט א פערטיגע מעניו:
*יהודית- טאמאטעס הגליל איינגעווייקט מיט שמן
*נעמי - ברזילא דאורחא מיט מאכל בן דרוסאי פאר צושפייז
*אבגיל - קרציני שיבוטא איבער געצויגן מיט חזרת
*יעל - האט היינס ס'ערשטע מאל אויספראבירט צו קאכן סטייקא דריביא

נו, יעצט הייבצעך אן, ווי גייט מען?
טאמאטעס הגליל אידעך אפגרעדט, סיז אסור למפרע זייט די חכמים גייען אסר'ן, אבער ער ווארט שוין לאנג צו גיין צו יהודית פארברענגן דארט מיט די קינדערלעך.
נעמי, זי אליין האט אים זייער אויפגערעגט פאריגעס מאל, זי האטעם נישט אנגעגרייט קיין וואסער צו וואשען די פיס ביים אריינקומען אין שטוב, אבער ברזילי דאורחא אידעך זיין פעיוועריט עסן.
ווידעראום אבגיל, איי דעי אבגיל, אזא אשת חיל, אזא געטרייע, אבער זי הייבט נישט אן צו קענען קאכן, אבער ער קען שוין קוים ווארטן איר צו זעהן זי וועטאך טון פאר אים וואס נאר ער חלומ'ט.
יעל, מיט איר האט ער גענוג א גאנצן טאג, ער דאף שוין א טשעינדש.

אקיצער, דער גדי האצעך ארויף געזעצט אויפן אייזעלע און ארום געריטן פון איינע צום צווייטע, פארביסן ביי יעדעם אביסעלע פון אלעם (תרתי משמע) און געענדיגט די נאכט ביי חצות צוריק און יעל'ס געצעלט אויפן פעלד, זיך גרייטענדיג צום האן קרייעניש

****************************************

שטעלצענק יעצט פאר וויזוי ס'וואלט אויסגעזעהן היינט שטייצעך, מעכי זארקאלאווסקי, א איד אין די מיטעלע דרייסיגער יארן, א בעלבוס פון א גוט גייענדע ביזנעס, מיט א מעניופעקטשערינג ברענטש אין טשיינע, ער פארמאגט פיר ווייבער, רחלע אין ווילאמסבורג, דאסיז א נארמאלע וומס'ע ווייבל, וואס זוכט נאר אביסל זיך אויפצורייצן פאר יעדעם, נאטינג מער ווי א צווייטן, מיט א שטארקע דיזייער צו ווייזן אז איר מאן איז נאר איר'ס, און האלט א שטיקל קאנטראל ווי ער גייט און קומט (סארי פאר די ווילי פרויען וואס ליינען דא, איך מייניש ענק...). איר נוצט ער פאר זיין סטעדי ווייב. נאכדעם האט ער חני אין קאשוי, דאסיז אויב ס'כאפט אים אן א פרומע מינוט, זי איז א פשוטע פרוי וואס ווייסט נישט פון בעסערס ווי א ספאנדזש טיכל און א פארטוך, היימישע מייאנעיז און בארשט. דערנאך קומט ציבי פון מאנסי, זי אישוין מער אהערגעשטעלט, צו איר מוז ער קומען כאטשיג איינמאל א חודש, זי וואוינט אין א פאלאץ, צו איר קומט ער ווען ער האט א שוואכע מינוט, און אויך האט ער א הויז אין די מאונטענס. הויז האבעך געזאגט? א מענשען! האט ער געהייערט א פרוי - הענע - וואס זאל דארט וואוינען א גאנץ יאר און קעיר נעמען פון ס'ארט, און מיט איר האט ער שפעטער חתונה געהאט.

איין דינסטאג האט ער נישט געוויסט וואו צו גיין עסן היינט נאכט, וויילנדיג דעם טאג אין נארטערן ניו דשערסי ביים ווינקל פון ניו יארק אין פענסילוועניע, האטער ארויסגעשיקט א גרופ טעקסט פאר אלע פרויען, "היי האן, וואט אר יא מעיקינג פאר דינער טונייט?"

ס'גייט ניש דורך 5 מינוט און ער ליינט אלע ריפלייס:

*רחלע - איים מעיקינג פאשיט ענד פאטעיטעס, בד"וו פליז אן יאר וועי האום ברינג מי מעטשינג נעפקינס ענד בעקעלעך פראם דע גראסערי, איי ניד איט פאר שרי'ס בוירטדעי.
*חני - a giten, ich mach heint for super gefilte fish & chulent from shabes, siz zayer fein geven, di kinder huben zich balekt
*ציבי - אה! איי קענט ביליוו איט! יא ריעלי טינקינג אוו קאמינג טונייט? קאז איי אלמאוסד וואנטעד טו גאו אוט וויט עי פרענד, איי וויל ארדער פאר יא פראם חי'ס פיצע עי דעלישעס מיעל! דע קידס וויל בי סאו עקסיידעט, ספעשלי יאסעלע קאז הי נידס טא טעיק טאמאראו 3$ טו חעידער פאר עי טריפ
*הענע - איים מעיקינג טונייט אוועקאדאו אן דע גריל, איי קנאו יא לאוו איט
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

שליחה דורך מיקוה נייעס »

מיר איז גענוג מיט איינס
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אינטערעסאנט אז פונקט דער פרומער ווייב פון קאשוי האט געטייפט אין ענגליש...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

זייער גוט, אבער ער האט דאך אפגעהאקט אינדערמיט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיקוה נייעס האט געשריבן:מיר איז גענוג מיט איינס

מסתפק במועט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

זר זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט אז פונקט דער פרומער ווייב פון קאשוי האט געטייפט אין ענגליש...

נו.... א קשיא אויף א מעשה... אזוי איז די מעשה געווען :lol:
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מסתם איז זי געווען קאמפלעקסד האט זי זיך געוואלט מאכן קיהל פאר'ן מאן..
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

לאמיר זעהן ער זאל וואוינען מיט אלע פיר ווייבער אין איין הויז. וויאזוי וואלט דארט אויסגעזעהן.

די נאמען צרות וואלט געווען פארשטענדליך אן קיין איבריגע הסברים.

רחלה חני ציבי און הענע וואלטן אלע געקאכט סאפפער אינאיינעם. די דור הפלגה וואלט געווען א משל צו די כאאס וואס וואלט געהערט אין יענע קאך. חני קאשויער וואלט געמישט די פרישע אוועקאדאו וואס הענע האט אויפגעשניטן מיט די הענט. ציבי וואלט געשטאנען מיט בייז וואונדער און געקוקט וואס רחלה דארף מעטשינג נעפקינס.

האבן א פרוי בארבע כנפות הארץ איז נישט דומה צו האבן פיר ווייבער איין געצעלט/צימער אוועק פונעם אנדערן.
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

איך ברעך מיר קאפ וויזוי צו טרעפן איינס,
מאכסטו מיר תאוות פאר פיר,
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

אין איך ברעך מיך קאפ מיט דע איין ווייב וואך איך האב
איך האב ווען פיר ווייבער וואלט איך אויכט געהאט 12 הייליגע שבטים ווי יענקב
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

גלייב מיר, נישט יעדער וואס האט פיר ווייבער האט עלעף שבטים.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
SHWONTS
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך SHWONTS »

וואו איז דא היינט אזא מאן וואס פיר ווייבער ווילען איהם?
... א קליינע קאפ, א גרויסע בויך, און א לאנגע SHWONTS
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

בין לאדין האט געהאט פיר פרויען.
דער לעצטער האט ער באקומען במתנה פין תימן, זי איז געוועהן אין דער שטוב ווען מען האט אים דערשאסען.
עס איז דא באשרייביכצער וועגען דער הלוך ילך אין זיין געצעלט.
ווי אויך קען מען נאך זוכען אביסעל ווי אזוי עס זעהט אויס ביי די מארמאנער פאליגימיסטס אין די שטעט פין יוטא און טעקסעס.

פארשטייט זיך אז עס קען נישט האבען ביי אונז קיין קיום.
איך קען מיך נישט דערמאנען עס זאל זיין א מקום וואס מען טוט דאס נאך היינט ביי אידען.
כ'ווייס אז אין תימן איז דאס געוועהן נארמאל צו גט'ן און חתונה האבען מיט אנדערע פרויען כסדר, אזוי ווי יעדער פאר חדשים, עס ווערט באשריבען אין אבן ספיר, ווי ער מאכט שטארק חוזק פין דעם, זייענדיג מער אונזערע סארט ירושלימער איד.
עס איז געוועהן איינער אין ארץ ישראל וואס האט געהאט מערערע ווייבער אין זיין הויז, עס איז געוועהן א שוי אויף די טי ווי דארט, מיט אינטערוויא'ס מיט אים אין די פרויען, א פרענק פארשטייט זיך, און א מיאוסער פרצוף ווי פארשטענדליך.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך דערמאן מיך הערען אמאהל פין א ספרדי פין טאראנטא, וואס האט א משפחה דארט, און אויך א ווייב אין קינדער אין פראנקרייך, ווי ער גייט יעדעס זומער פאר צוויי חדשים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

איחוד פעלד האט געשריבן:איך דערמאן מיך הערען אמאהל פין א ספרדי פין טאראנטא, וואס האט א משפחה דארט, און אויך א ווייב אין קינדער אין פראנקרייך, ווי ער גייט יעדעס זומער פאר צוויי חדשים.


אין א אנדערע לאנד האב איך אויך...
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אפשר ביסטו דער ספרדי?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איחוד פעלד האט געשריבן:אפשר ביסטו דער ספרדי?

דער ספרדי הייסט גואל רצון ער איז אין תפיסה כרגע אויף משעבד זיין זיינע ווייבער וכו', ליינט דא
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%92%D7% ... 7%95%D7%9F
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

איך א קען א טייערע אינגערמאן, א מעקסיקאנער א גוי ל"ע, וואס אין יעדע פלאץ וואו ער איז געווען האט ער איבערגעלאזט אפדרוקן, ער האט צוויי פרויען אין מעקסיקא, און נאך איינע אין ניו יארק, לויט וואו ער האט מיר געזאגט אמאל, האט ער כמעט חתונה געהאט מיט נאך א שיקסע, אויפן וועג פון מעקסיקא קיין ניו יארק. היינט איז ער לאקאל מ'דארף נישט קריכן ביז א ספרדי אין מעבר לים אדער קאנאדע.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אוי וויי, מען רעדט וועגען א איד, און די קומסט מיט א גוי?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט