רבי ברוך ממונקאטש

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: רבי ברוך ממונקאטש

שליחה דורך שמואל הלוי »

בשנותיו האחרונות (קרעדיט: שם)

בילד
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

Re: רבי ברוך ממונקאטש

שליחה דורך הדד בן בדד »

די לעצטע מיט די שווארצע בארד זעהט אויס שוין אביסל שפעטער ווי די פריערדיגע.


אויף איינס פארדדעם ווי ער שטייט מיט נאך איינעם, דער אנדערער איז הרה"ג ר' נטע שלמה שליססעל, דער ראב"ד פון מונקאטש (אדער א זוהן פונעם ראב"ד).
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: רבי ברוך ממונקאטש

שליחה דורך שמואל הלוי »

נאך מעת זקנותו (קרעדיט: שם)

בילד
בינוש לייב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 8:47 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך בינוש לייב »

הדד בן בדד האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז דו רעדטס שוין וועגן דעם אסיפה, בין איך דא מעתיק פון מיינע ארכיווען וואס כ'האב געהערט פון א איש זקן
כ'האב עס פארשריבן בקיצור, ע"כ אין הלשון יפה יפה
"מצב החינוך במאמאראש ירדה מאוד בתקופה שלפני השואה. בחורים ובתולות עזבו בית הוריהם ועברו לעיר הבירה פעסט. הם הסתובבו שם בהפקירות. במו עיני ראיתי בחורים ובתולות הולכים יחד ומדברים אידיש יותר יפה ממה שיכלו לדבר אידיש ב-----נמחק {עיר של סבא}------. רק אז נודעתי שיהודים הם.
פעם היה אסיפת רבנים בפעסט, איך להתמודד עם תפוצות הצעירים בפעסט הקלים והרקים. רבי ברוך'ל ממונקאטש הציע שיעלו דמי השחיטה (צריכים היו לשלם להקהילה ולקבל פתק ולהראותו לשוחט שישחוט). ובדמים יתירים אלו ייסדו עבורם ישיבה בפעסט גופא. הרב מסאטמאר דפק על השלחן והתנגד לרעיון בחוששו שהעם יעשו שחיטה לעצמם בגלל עלות דמי השחיטה, על כן הציע שהוא בעצמו יקבץ מעות עבור זה, וכן עשה."


איך וויל נישט פארקריכן פונעם נושא פונעם אשכול, אבער באלד עט מען זאגן מדשתקי רבנן... איך מוז דא מוחא זיין אויף דעם הרב מסאטמאר, וואס איז דאס א מין דפיקה על השולחן, מיט אזא וואזשנעם איינפאל אז ער וועט גיין נאך געלט אויף צו מאכן א מוסד פאר אזעלכע שקצים. ביי אונז האט מען אנדערש געוויסט, מען האט געהאט אן אלטן אויסגעפרובטן דרך ווי מען האט די חברה באהאנדלט. מען האט זיי נאכגעשריגן, אנגעשפיגן, געווארפן פאשקעווילן, געטיילט פעטש...

איך האלט אז מען זאל נאך היינט אריבערגיין צום ציון פון דעם הרב מסאטמאר, און אים גיבן א לעקציע אין אידישקייט.

נו, צוריק צו ר' ברוך'ן. איך מיין אז שרייבן אויף אין הגה"ק איז א שיין ביסל איבערגעטריבן. ער איז געווען גאנץ ווייט פון א קדוש, כאטש א גאון איז ער יא געווען און א מורא'דיגער קאפ. א איד האט אמאל געטראפן א כתב יד פון א רב וועלכער האט זיך אפגעשריבן א תורה וועלכע ער האט געהערט פון ר' ברוך'ן, דער איד האט אפגעשיקט א קאפי פון דעם כתב יד פאר ר' ברוך'ן, און אין אפאר טעג האט ער באקומען א בריוו פון אים אויף צוריק, און ער שרייבט אים אז ער האלט יעצט אין זיין ספר שוין אסאך ווייטער דעריבער האט ער דעם זעלבן דבר תורה צוגעשטעלט צו א פסוק אין די תורה ווי ער האלט יעצט, און ער האט אים אפגעשריבן פונקטליך וויאזוי ער האט עס אריינגעטייטשט דארט ווי ער האט יעצט געהאלטן.

ער האט געהאט נאך דריי קינדער, הערשעלע, ער איז ל"ע געווען נישט געזונט, ער איז נפט' געווארן עטליכע יאר צוריק נישט איבערלאזנדיג קינדער, דער נעקסטער קינד איז חיים אלעזר, כ'מיין ער לעבט נאך ער איז א גרויסער ביזנעס מאן, וואוינט ערגעץ אין יוראפ (כ'מיין וויען, אבער נישט זיכער) און עס איז דא נאך א טאכטער (געדענק ווידער נישט די משפחה נאמען)


דער חיים אלעזר האט א זון יוסי וואס וואוינט אין פלעטבוש דוכט זיך, ער איז א ידען עצום און א מח עצום, און פערמאגט א הויפן פון גאר אינטערסאנטע און היסטארישע דאקומענטן, ווי אויך שאלות ותשובות בנוגע קאנטראווערסיאלע ענינים וואס ווען ער האלט ווען ביים ארויסגעבן, וואלט עס ענגאמכט א היפשן שטורעם פאר געוויסע קהילות פון היינט וד’ל
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

ביינוש, די בלייב אינדערהיים און שיק יוסי'ן אהער....
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

אפשר האט איינער נאך בילדער ?

ווי אויך איז דא אסאך צורעדין פונעם מוקאטשער זצלל"ה, וואו אויך זיין היסטאריע פון בשעת די מלחמה און פון נאך די מלחמה,

אסאך איז דא צו רעדן, אוי מי יתן תמורתו...
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יאנקל האט געשריבן:
בינוש לייב האט געשריבן: וד’ל

שלום עליכם ר' בינוש לייב. איך האף אז דו געפינסט זיך דא באקוועם.
וואס איז די ר"ת פון "וד"ל"? ודי למבין? ודי לחכימא? ודי ליודעים? און וואס איז מיט די וועלכע זענען נישט קיין מבינים? אדער גענוג חכימא, אדער ווייסן פשוט נישט?


ר' ביינוש לייב, גם אני מצטרף צו ר' יאנקל'ען, מיט ביידע, סיי מיטן שלום עליכם, און אויך מיט דעם אנדערן ענין, איך בין א שטיקל בטלן אזוי צו זאגן, און איך כאפ נישט, אפשר וואלט איר געוואלט מפרש זיין, דא איז דאך אמקום ווי מען קען דירעקט יא אביסל מער מפרש זיין די סארט עניינים...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אין דעם לעצטע YU אויסגאבע "קול המבשר" (ראו מה בין בני לבן חמי, קוק וואס אונז און זיי רופן אן "קול מבשר"), שרייבט דארט א פלימעניק פון רבי ברוכ'ל קורצע שטריכען איבער אים. אנהייבענדיג מיט די באקענטע ווארט אז אין מונקאטש איז דא דריי רביס, זצ"ל ימ"ש און שליט"א.
אויך האב איך לעצטענסט באגעגנט אין ביגלאייזן א נייע ספר פון ר' ברוך'ל, פארגעסן דעם נאמען.
אויך האב איך געטראפן א שיינע באשרייבונג איבער אים, און אפילו א מופת ביי זיי פטירה, אין די שנה בשנה פון היכל שלמה
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

א שוועסטער פין ברוך האט ארויסגעגעבען א בוך ווי זי שרייבט גאר אסאך וועגען אים און זיין טאטע, און עס איז העסט אינטרעסאנט, כהאב איך גליינט גאר לאנג צוריק, טאמער איינער ווייסט דער נאמען מזכה זיין את הרבים, ווערט ער געבעטן עס אהער שטעלען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

כ'דענק, אז זי שרייבט דארט וועגען דעם הערשעלע, אז ער איז נעבעך מיטגעגאנגען מיט זיין פאטער ווען מען האט אים פארטריבען פין אונגארען צו פוילען דארך די דייטשען ימ"ש, און זייענדיג א אינגעל פין ניין לערך, האט עס אים זייער געשאדט, און איז קיינמאל נישט געווארען צוריק דער זעלבע.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יישר כח.
דאס איז עס טאקע.
טאמער איינער אינטרעסירט צו האבען א בליק אויף מונקאטש אין די צייט פאר און בשעת די מלחמה, איז עס א חוב צו ליינען.

http://www.amazon.com/Going-Forward-rev ... 1935110055



איך האב מיך געפרעגט אסאך וואס די עוולה פין ברוך איז געוועהן נאך די קריג אז מען האט אים נישט אנגענומען.
כ'האב קיינמאל נישט באקומען קיין תשובות המתקבלות על הלב.
כ'מיין אז ער האט נישט געהאלטען ביים זיין א רבי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
לחיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך לחיים »

מיר האט פארציילט א עלטערע איד וואס ר' ברוך"ל האט אים אראפ געלייגט זיין לעבנס געשיכטע
האט ער אים געזאגט אז מען האט אויף אים ארויף געלייגט א נאסע לאלעך האט ער אויף געגעבן
לחיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך לחיים »

היינט איז געווען זיין יארצייט
נעכטן נאכט האט ער דינוב'ער רב געפירט א יארצייט טיש
נאך די הדלקת הנרות
תנצב"ה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לחיים האט געשריבן:היינט איז געווען זיין יארצייט
נעכטן נאכט האט ער דינוב'ער רב געפירט א יארצייט טיש
נאך די הדלקת הנרות
תנצב"ה

מינקאטשער רבי איגנארט עס אינגאנצען?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך דערמאן זיך א זאך וואס איך האב געהערט וועגען אים.

זיין רעבעצין די טאכטער פין מנחת אלעזר, פרומע? ע"ה, איז נפטר געווארען אויף די שיף פארענדיג קיין ארץ ישראל.

אנקומענדיג קיין ארץ ישראל, איז אים אקייגען געקומען א חסיד פין מנחת אלעזר, און אים מקבל פנים געוועהן מיט א פאטש, און פארגעהאלטען היתכן ער קומט צו די ציונים (קען זיין אז זיין שיף איז געוועהן פין די ציונים), ווען זיין שווער איז געוועהן א קנאי.

היות ער האט געהאט קליינע קינדער, דער מונקאטשער איז געבוירען ת"ש, דער דינאווער תש"ב אדער תש"ג, (אגב אין דער ביכל פין פעסקא שרייבט זי וועגען דער ברית פין דער דינאווער וואס איז געוועהן אין בודאפעסט, עס האבען אנטייל גענומען אפאר הונדרעט מענטשען, און ר' ברוך האט געזאגט תורה אפאר שעה, און דער גאנצער עולם האט געשלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט, כ'מיין זי ברענגט א חלק פין די תורה), ממילא האט ער געדינגען א פרוי זאל זיך מטפל זיין מיט די קינדער, שפעטער האט ער מיט איר חתונה געהאט.

דאס איז געוועהן איינער פין זיינע "חטאים", לויט ווי אן אלטער איד האט מיך איבער געגעבען, זענען זיי געוועהן גרייט אים "מוחל" זיין אויף דעם חטא, נאר זיי האבען געוואלט פין אים פארשידענע תנאים אויב ער וויל זיין "רבי" און ער איז נישט איינגעגאנגען אויף די תנאים, און ממילא האט זיך עס אויסגעלאזט מיט גארנישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געהערט פון א חסיד ומקורב פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל אז דער רבי האט אמאל געזעהן אויפגענומען ר' ברוך'ל אדער אים באגעגנט און ר' ברוך איז געווען מיט זיין ווייב,און איינער פון רבי'ןס באגלייטער, א סאטמארער חיה מחיות הקודש, האט ברוב חכמתו זיך אנגערופן "אה, ער איז מיט זיין פילגש". דער סאטמאר רב איז געווארן זייער ברוגז און דער רבי האט יענעם באוואשן"דאס איז זיין ווייב מיט וועמען ער האט חתונה געהאט כדת וכדין, וואספארא מין גערעדעכטס "פילגש"" און דאן האט דער רבי זיך צעקרעכצט "ער איז געווען אליין אן אלמן, מיט א שטוב מיט קליינע קינדערלעך"!
דער רבי -אליין א איד וואס האט טועם געווען טעם אלמנות - האט געהאט א רגש צו ר' ברוך. טראץ וואס עס האט אים נישט געשמעקט זיין ווירטשאפט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווייסט איינער מער פרטים ווער זי איז געוועהן, ווי אזוי זי איז געגאנגען אנגעטוהן וכדומה?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

קרן שמואל ישעי' האט פארקויפט דאס יאר דברי תורה און הדלקת הנרות פון ר' ברוכל
עס איז זייער שיין אין אינטרעסאנט צו הערן ער זאגט זייער גוט תורה
שמעי ותחי נפשכם
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

איך האב געהערט אז זייענדיג אין בראזיל האט ער עמטליך שפאצירט האנט און האנט מיט זיין ווייב און געשלעפט א הונטל.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך האט גזעהן א ספר וועלכע איז נארוואס ארויסגקומען פון זיינע תורות/מכתבים וכו'. קען איינער אריינסקענען די אינטערסאנטע חלקים? אדער שרייבן א שטיקל בוק-רוויו?
מיט דאנק פון פאראויס.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אריק האט געשריבן:איך האב געהערט אז זייענדיג אין בראזיל האט ער עמטליך שפאצירט האנט און האנט מיט זיין ווייב און געשלעפט א הונטל.



וועלכע איז ערגער?

שפאצירען מיט די ווייב האלטענדיג הענט, אדער שלעפען א הונטל?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואס דען וואלסטו געוואלט? ער זאל וואקן מיטן הינטל האנט ביי האנט און שלעפן ס'ווייב?
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

איך האב לעצטענס געהערט פון א מונקאטשער חסיד הרב ... שליט"א פון ב"פ אז רבי ברוך האט געהאט עטליכע מיסטעיקס

הראשון און פעסט, ווען רבי מאטילי בילגורייער האט געהאלטן זיין באקאנטע באמבאסטישע דרשה וואס דארף אן אריכות פאר זיך פאר'ן פעסטער יודונטום אז מ'זאל נישט אנטלויפען פון פעסט,
האט רבי ברוכ'ל געהאלטן דער נעקסטע וואך א דרשה שבת, ואמר בהאי לישנא, אונגארישע יודען מיינט נישט היטלער וועט ענק לאזען ביים לעבען, ובתו"ד געהייסן אנטלויפען, ווי ער אליינס האט שוין געשפירט פון פריער אויף דער אייגענע הויט,
און וויבאלד פעסט איז שוין דעמאלס געוועהן אביסעל בעלזי'ש, האט עס גיהייבן פאר א חטא

השנית, איז ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין בעביסיטיער, וואס דעמאלס איז ער אויך געוועהן גערעכט, וויבאלד כמובן האט זי שוין געקענן דער קינדער, און געהאט א געפיל

עוד סיפר לי הנ"ל: אז המנחת אלעזר רצה שבתו יתגרש ממנו, וויבאלד ער האט געליינט ביכער, איז און געוועהן אן אויפגעקלערטער, והיא לא רצתה, זי האט עים ליב געהאט.

עוד מהנ"ל: אז ער איז געוועהן און ווילאמסבורג ביי זיין קבלת פנים, ווי מסלתה ומשמנה איז דארט געוועהן, ווי שאפראן רב ועוד שיינע יודען, ווען ער בלייבט ווען און וויליאמסבורג
וואלט ער איינגעפאקט סאטמאר, נאר ער האט געוואלט געלט, און מ'האט נישט גיהאט, ממילא נעשה כמו שהיה בארץ ישראל

אגב הנ"ל לא רצה שאפרסם העובדות וממילא כתבתיו בעילום שמו, ומסר לי עוד הרבה מזכרונותיו, ועוד חזון
I AM SICK AND TIRED ALREADY
פארשפארט