די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איז דער טאטע אויף איר זייט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דברות קודש פון מהר״א מ׳סאטמאר

דברים חוצבים בלהבת אש שהשמעו האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א
(בתוך דברות קודש אצל דינער השנתי לטובת מוסדות קרית יואל)
...אז מ'שטעלט זיך אויף רעדן פאר א ציבור, כ'וויל אייך זאגן כ'בין געווען שבת און שטאט (וומסב"ג). ס'הערשט און שטאט זייער א גרויסע צובראכנע גייסט, ווער ס'האלט מיט די נייעס פון שטאט אוים ונורא! ווי א יודישע טאכטער איז צוגעקומען צו א מדריגה, שרעקליך! מ'פרעגט די וואכענדיגע סדרה בלשון בתמיה הכזונה יעשה את אחותינו???(בראשית ל"ד,ל"א) שרעקליך! שרעקליך! ווי מ'האלט, כשיורדין, יורדין עד לעפר, ס'טוט זייער וויי ס'זייער ווייטאגליך! זייער ווייטאגליך! כ'מיין אז ס'נאכנישט געווען אזא מיאוסע פרשה און די יהדות החרדות, ויגע ויצאו ירכו, יא! נעבעך! ס'געלונגן פאר'ן ס"ם ויצאו ירכו, ס'איז אויך א קינד פון יעקב אבינו, ס'זייער א גרויסע בושה און ס'זייער א גרויסע ווייטאג, ס'זייער ווייטאגליך אוי! ס'נעבעך ליידער נישט קיין בת יחידה! א גאנצע גרופע, נעבעך! ס'שרעקליך! ס'שרעקליך! איך זאג אייך איך בין געווען שבת און שטאט, ס'איז זייער צובראכן, זיי קומען פון חסיד'שע עלטערן, מיט שטריימל בעקיטשע, חסיד'שע עלטערן, און מ'האלט ביי אזא מצב.
מען דארף אכטונג געבן אויף חינוך הבנים און אויף חינוך הבנות מיט זיבן אויגן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן יעדן יוד און יעדע יודישע שטוב... והמשיך האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א בעניני חינוך הבנות והבנים.

http://www.twitlonger.com/show/k7447u
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

טאקע שרעקליך!
הכזונה יעשה אחותינו??
מ'דארף טאקע זעהן וואס צו טוהן מיט דעם ....

ווער האט אים געבעהטן צו נעמען א שטעלע?
Under influence
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איינער זעט פון די ווערטער עפעס א צד?
ס"ה ער באוויינט דעם מצב ווי די אידישע טאכטער איז אנגעקומען נעבעך


דאס מיינט געגאנגען צווישן די טראפן

*******
קאווע טרינקער האקט

ער נעמט נישט קיין שטעלע כנ"ל
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

ער נעמט נישט קיין שיעלה, ער וויל פשוט נישט אז דאס זאל געשען אין סאטמאר הישן...
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

עניין תרין בנוי דיעקב כחדא ואמרין לישראל אבוהון לא יאי הוא דיהוי מתאמר בכנישתהון דישראל ובבית מדרשיהון ערלין סאיבו בתולה ופלחי צלמין ברתיה דיעקב ברם יאי הוא דיהוי מתאמר בכנשתיהון דישראל ובבית מדרשיהון ערלין איתקטילו על עיסק בתולה פלחי צלמין על דסאיבו לדינה בת יעקב דלא יהוי שכם בר חמור מתגאי בלביה ואמר כאיתא דלית לה אנש תבע עולבנה כן יתעביד לדינה בת יעקב ואמרין כאיתא זני ונפקת ברא מחשב ית אחתן: תרגום ירושלמי

און איך וועל עס נאכאמל איבערשרייבען

איך זאג אביסל אנדערשט, ווייל ס' איז דא פראבלעם פון מעלאסטיישן ביי אינז און מ'נעמט מען נישט קעיר דערפון כמו שיהיה איז נ. וו''ב געפאלען א קרבן.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

יידל האט געשריבן:קפנדריא, אז דו ביסט דא לאמיך דיך איבערפרעגן צום דריטן מאל.

איז דא א טעארעטישע מציאות ווי דארט וועסטו יא מסכים זיין אז אולי יש דברים בגו? אדער וועסטו אייביג טענה'ן אז מ'גלייבט נישט קיין פארדארבן מיידל קעגן אן אנגעזעענער פארשוין?

אויב איז יא דא אזא מציאות, ביטע פארצייל מיר וואס עס איז.

פילע דאנקען.


כ'על לאזען קפנדריא זיך אליין אפענטפערען, אבער כ'האב דורכגעליינט זיינע קאמענטס, און טראץ וואס ס'זעט זיך אויס אין זיינע לעצטיגע תגובות אז ער איז אביסעל אויפגערעגט, רעדט ער זייער צום זאך, כ'האב נישט געזעהן קיינמאל ער זאל זאגען מיט א זעכערקייט אז ווערבערמאן איז אונשולדיג, ער פארפירט אבער מיט רעכט, היתכן אנדערע שרייבערס איבער די אינטערנעץ ווי אויכעט אין קאווע שטיבעל געבען נישט פאר וו. דעם "אינעסענט טיל פראווען גילטי", און ער האט א שטארקע טענה, מיט וואסארא רעכט איז דא שרייבערס וואס באשולדיגען א מענטש מיט א ריינע היסטארי, בלויז אויף א ווארט פון איין מיידעל, (וואס האט גראדע נישט אזא ריינע היסטארי, אבער לאמיר דעס ארויסלאזען יעצט), פארוואס איז ער נישט אינעסענט ביז מ'האט עפעס קאנקערעטע באוויזען אויף אים? מיט וואסארא רעכט מעג מען תורה'דיג און מענטשליך באשמירען א מענטש מיט טיטלען וואס פרראווען אים גילטי בעפאר ער איז געווארען פראווען גילטי...
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

שרייבער האט געשריבן:איינער זעט פון די ווערטער עפעס א צד?
ס"ה ער באוויינט דעם מצב ווי די אידישע טאכטער איז אנגעקומען נעבעך


דאס מיינט געגאנגען צווישן די טראפן

*******
קאווע טרינקער האקט

ער נעמט נישט קיין שטעלע כנ"ל


אינגאנצען נישט, ער האט פשוט געהערט די וואך די ערשטע מאל אז מיידלעך האבן ליידער געגליטשט...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

פרענטש וואנילע האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:קפנדריא, אז דו ביסט דא לאמיך דיך איבערפרעגן צום דריטן מאל.

איז דא א טעארעטישע מציאות ווי דארט וועסטו יא מסכים זיין אז אולי יש דברים בגו? אדער וועסטו אייביג טענה'ן אז מ'גלייבט נישט קיין פארדארבן מיידל קעגן אן אנגעזעענער פארשוין?

אויב איז יא דא אזא מציאות, ביטע פארצייל מיר וואס עס איז.

פילע דאנקען.


כ'על לאזען קפנדריא זיך אליין אפענטפערען, אבער כ'האב דורכגעליינט זיינע קאמענטס, און טראץ וואס ס'זעט זיך אויס אין זיינע לעצטיגע תגובות אז ער איז אביסעל אויפגערעגט, רעדט ער זייער צום זאך, כ'האב נישט געזעהן קיינמאל ער זאל זאגען מיט א זעכערקייט אז ווערבערמאן איז אונשולדיג, ער פארפירט אבער מיט רעכט, היתכן אנדערע שרייבערס איבער די אינטערנעץ ווי אויכעט אין קאווע שטיבעל געבען נישט פאר וו. דעם " טיל פראווען גילטי", און ער האט א שטארקע טענה, מיט וואסארא רעכט איז דא שרייבערס וואס באשולדיגען א מענטש מיט א ריינע היסטארי, בלויז אויף א ווארט פון איין מיידעל, (וואס האט גראדע נישט אזא ריינע היסטארי, אבער לאמיר דעס ארויסלאזען יעצט), פארוואס איז ער נישט אינעסענט ביז מ'האט עפעס קאנקערעטע באוויזען אויף אים? מיט וואסארא רעכט מעג מען תורה'דיג און מענטשליך באשמירען א מענטש מיט טיטלען וואס פרראווען אים גילטי בעפאר ער איז געווארען פראווען גילטי...


וואס הייסט אז זי האט נישט קיין ריינע היסטארי? זי איז א באקאנטע ליגנער? ??
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:57 pm
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך פארווע »

אין א לעצטערע שטודיע איז מיר אויסגעקומען אז אונזערע היימישע אינגעלייט וואס ווילן באמת זיין ריין "אביעקטיוו" - אזוי צוזאגן - וועלן עפ"י רוב אומשולדיגערהייט אריינפאלן אין די מער לינקע לאגע, זייער געדאנקען גאנג וועט געווענליך נוטה זיין מער לינקס צו. (מר. אביעקטיוו גייט מסתם פרעגן וואס לינקס מיינט...) אדרבה צייגט אייך אליינס איבער. ס'לאזט זיך זאגן זאכליכע הסברים דערצו ואכמ"ל (סארי כ'בין נישט דער בעסטער בעל הסבר).

וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? ער ווייסט נישט פארוואס, אבער שטענדיג ווען ער לאזט זיין קאר אין "נוטראל" קומט עס אן down the hill ודפח"ח...
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שרייבער האט געשריבן:איינער זעט פון די ווערטער עפעס א צד?
ס"ה ער באוויינט דעם מצב ווי די אידישע טאכטער איז אנגעקומען נעבעך


דאס מיינט געגאנגען צווישן די טראפן

*******
קאווע טרינקער האקט

ער נעמט נישט קיין שטעלע כנ"ל

האט ער שוין אמאל און פאבליק באוויינט דעם מצב ווי מיר זענען אנגעקומען,אז די מעלעסטערס ווערן נישט באשטראפט ביי אונדז. זיי דרייען זיך פראנק און פריי?
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

sunbar האט געשריבן:וואס הייסט אז זי האט נישט קיין ריינע היסטארי? זי איז א באקאנטע ליגנער? ??


פליז שפיל נישט תמימות'דיג, איך וויל נישט אריין אין פרטים, צוליב לעגאלע סיבות, אבער איין זאך וואס איינער האט שוין באהויפטעט דא אין אשכול, אז זי האט מודה געוועזען אז נאך בעפאר זי האט געקענט מר. וו' האט זי שוין ארומגעהאנגען מיט בחורים, דאס מיינט ביי נישט מער ווי צוועלף יאר אלט, אויכעט איז זי גאר א באקאנטע פיגור אין וויליאמסבורג, אויב ווילסטו וויסן קענסטו וויסן (אדער ווייסטו) אן מיינע קורצע הסברים, וד"ל..
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סמאכט מיר נישט קיין סענס א צוועלף יעריגע מיידל זאל ארוםהענגן מיט בחורים. קען עס איינער באשטעטיגן?
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

נולד מאוחר האט געשריבן:סמאכט מיר נישט קיין סענס א צוועלף יעריגע מיידל זאל ארוםהענגן מיט בחורים. קען עס איינער באשטעטיגן?

דאס איז באזירט אויף אירע ווערטער, זי טענה'ט אז זי איז שוין געגאנגען צו מר. וו' ביי די 12, זי האט מודה געוועזען ביים קרייץ פארהער אין ערכאות אז זי האט שוין געהאט מיט איינעם פארבינדונגען בעפאר, נישט גענוג?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס טוט זיך דא אויף טישן און בענק, איך האב נאך נישט געהאט די זכיה צו נעמען די צייט און אויפקלערן מיין שטעלונג לגבי דעם ענין. איך שפיר אז איך מוז דאס טון, הגם איך גלייב נישט אז איך גיי טוישן איינעמ'ס מיינונג, אבער כדי שלא יאמרו מדשתק שמעקעדיג ש"מ ניחא ליה, מוז איך אביסל ארויסברענגען רגשי לבבי. איך בין אנגעווייטאגט, און איך קען באמת נישט דעסיידען, אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר.

איך בין אביסעלע צעמישט, איך האב אסאך צו זאגן, קען זיין כ'וועל מישן איין ענין אין צווייטן, איז אויב פארשטייט איר נישט, קענט איר איבערפרעגן.

איך וועל אויך זיין "אנעסט", און מקדים זיין אז איך בין בטבע א רך הלבב, און בכלל אנטקעגן עונשים, בפרט איבערגעטריבענע. און איך האלט אז אזוי וואלטן מיר אלע געדארפט זיין, נאך אלעם זענען מיר א פאלק פון "רחמנים בני רחמנים", און אפילו בזמן שביהמ"ק היה קיים ווען מען האט מעניש געווען די עוברי עבירה, איז אויך געווען א ענין צו זוכן ווי מער לימודי זכות אויפן באשולדיגטן, און ווי ס'איז ידוע די גמרא אין מכות, אז געווענליך בי"ד האט גאר ווייניג באשטראפט. נאך מער, אויב האבן אלע ע"א סנהדרין גע'פסק'נט לחובה, האט מען אים נישט באשטראפט, מען האט שווער געמוזט ארבעטן צו טרעפן א לימוד זכות.

די אלע צדיקי הדור ווי ר' משה לייב סאסוב'ער זי"ע און אנדערע, וועלכע האבן עוסק געווען אין פדיון שבויים כל ימי חייהם, האבן נישט געזוכט דווקא "אומשולדיגע". פדיון שבויים איז א מצוה אפילו ווען די תפיסה קומט זיך פאר יענעם ערליך. און קיין איין ערליכער איד האט זיי נישט בא'טיטל'ט ווי באשיצער פון מאלעסטער אדער באשיצער פון גנבים. לאמיר זיך נאר פארשטעלן וואו דער הייליגער סאסוב'ער וואלט געשטאנען ביי די עלילת 75 מסיבה.

לאמיר אביסל צונעמען דעם ענין וואס מען שמועסט דא, א "סעלף העיטינג דזשו".

חז"ל לערנען אונז, "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו". וואס מיינט דאס? אז אויב דיין חבר איז אדורכגעפאלן, זאלסטו אים נישט דן זיין לחובה, ביז דו זעלבסט קומסט אן צו די זעלבע נסיון, און דו ווערסט ניצול (ברטנורא). אנדערע מפרשים שרייבן אז דאס איז ממש אוממעגליך, ווייל קיינער קען זיך נישט באמת אריינשטעלן אין יענעמ'ס שיך, מיט יענעמ'ס נסיונות, יענעמ'ס נאטורן, יענעמ'ס חינוך, א.א.וו. אין אנדערע ווערטער, אן אמת'ער אוהב ישראל פרובירט זיך באמת אריינצושטעלן אין יענעמ'ס מצב, לראות את עצמו כאילו הוא עצמו יצא ממצרים.

אצינד לאמיר פרובירן צו נעמען יאנקלס ווערטער:

יאנקל האט געשריבן:אויב וועבערמאן וועט געאורטיילט ווערן עפ"י מערערע עדות'שאפטן און/אדער פאקטישע באווייזן צו א זיכערהייט שטאפל פון 99% (וואס ווערט גערופן אין דער לעגאלער שפראך "ביאנד עי ריזענעיבל דאוט"), וועל איך דאנקען דעם אויבערשטן אויף יעדן טאג וואס דער מאנסטער (היפאטעטיש גערעדט, קפנדריא) וועט שמאכטן אין טורמע.


אין אנדערע ווערטער זאגט יאנקל, אז טאמער וואלט איך אליין געווען אין וועבערמאנס מצב, און איך וואלט געווארן באשולדיגט אין די עבירה, וואלט איך מיך געפרייט צו גיין זיצן. האב איך גוט פארשטאנען?? אצינד זאגט מיר, איז דא א בעסערע אפטייטש פון "סעלף העיטינג"?

איך גיי אביסל מרחיב זיין הענין מיט דעם. און איך גיי דא גיין מיט די הנחה אז וועבערמאן איז יא גענצליך שולדיג.

יעדער פארשטייט אז אויב א קינד טוט א עוולה קומט אים א פאטש. וואס טוט זיך אבער טאמער דער טאטע האט א לאנגן שארפן מעסער אין האנט, צי וועט ער אויך אראפלאזן דעם פאטש פארן קינד? צי וועט ער פארשטיין אז בשעת ער גיט דעם פאטש וועט דער מעסער אריינשטעכן אינעם קינד'ס הארץ רח"ל און ער קען אים שעדיגן פאר אייביג?

לו יהא אז וועבערמאן פארדינט זיך דעם עונש, דעם פאטש. אבער ליידער, ווי שוין ערווענט מערערע מאל אין דעם אשכול, איז דאס א באשולדיגונג פאר גאנץ כלל ישראל, און ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. דאס איז א לאנגע שארפע מעסער וואס טוט אונז אלע אפעקטירן. א קלוגער מענטש פארשטייט אז ווען מען האט דעם מעסער אין האנט, גיט מען נישט דעם פאטש.

דאס איז בעיקר א הסבר אויף די אלע וואס שרייען דא אז סך הכל וואס מען וויל איז פשוט "באשיצן און פראטעקטן אונזער נאמען". און וועגן דעם לאזט מען צו מאלעסטערער גיין פריי, און גורם זיין מען זאל שעדיגן נאך קינדער.

הלכה'דיג, ווי יאסעלע האט שוין דערמאנט בקצירת האומר, איז איינער וואס איז אדורכגעפאלן, אפילו מערערע מאל, אויב איז ער מער נישט קיין סכנה, האט ער מער נישט קיין דין רודף, און מסירה איז אסור. לכאורה אפילו לויט דעם פסק פון הרב אלישיב מיט וועלכן יידל שטאלצירט. (כאטש איך בין מודה אז איך האב דעם פסק נישט געזען און ס'קען זיין אז כ'בין ראנג, איך רעד אבער בפשטות ע"פ שו"ע)..

די יעצטיגע פרשה איז בלי שום ספק נאר א ענין פון נקמה. דער ענין וואס מערערע ניקס פאסמאקעווען זיך דערמיט, "דינא דמלכותא דינא", איז אבי גערעדט. יעדער פארשטייט אז דער דינא מוז מאכן סענס. אז עס וועט זיין א גזירה אז יעדער וואס קראצט דעם קאפ דארף מען הענגען אויפן תליה, וועט קיינער נישט טענה'ן "דינא דמלכותא דינא", נאר מען וועט גיין אין ביהמ"ד נעמען א תהלימ'ל און מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה, און מען וועט אננעמען אלע סארט שתדלנות צו מבטל זיין די גזירה. ביי בלומבערג'ס פארקינג טיקעטס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס נעמען זיך אן פאר אים, און טענה'ן דינא דמלכותא דינא (אויף "וואס איז נייעס" האבן עטליכע געשריבן אזוי.)

בכלל, די אלע פרעמדע ממחנינו, א שטייגער ווי די פארביטערטע "וואס איז נייעס" קאמענטירער, וועלכע זענען שטענדיג פארנומען מיטן טענה'ן "יו דא דע קריים, יו דא דע טיים", זענען נישט מער ווי היפאקריטן. בשעת ווען עס קומט צו זייערע אגענדעס, פארגעסן זיי די אלע שיינע פראזן. ווען מען קאמענטירט, צב"ש, אויף סיי וואספארא נייעס איבער פאלארד וואס שמאכטעט נעבעך אין תפיסה, זענען זיי פארנומען מיטן אראפהאקן אבאמא, און דעם יוסטיץ סיסטעם, און אפילו ביבי, אבי האקן און האקן. וואס איז געשען? פאלארד האט נישט געטון דעם קריים? פארוואס זאל ער נישט טון זיין טיים?

לאמיך אייך פרעגן, ווען דער באשולדיגטער זאל זיין אייער טאטע, אייער אייגענער ברודער, וואלט איר אויך גערעדט מיט אזא ברייטקייט? זאל ער זיצן, זאל ער שמאכטן, זאל ער פוילן? איך וועל יעדן טאג דאנקען דעם אויבערשטן פאר דעם? פעלט דא אין הבנה, אדער פעלט אין אהבת ישראל?

צוריק צו דעם ענין פון "נקמה". עס איז נישט קיין ספק אז תפיסה פאר וועבערמאן גייט קיינעם נישט העלפן. אויב איז די מיידל נעבעך געדעמעדזשד געווארן, וועט זי נישט געהאלפן ווערן דורך זיין זיצן אין תפיסה. א עכטע אנטשולדיגונג מצדו, און א שיין ביסל געלט, וואלט איר זיכער מער באפרידיגט. און איר זאלט נישט טראכטן אז איך גיב עפעס גערעכט פארן מאלעסטירער און איך פארשטיי נישט די ווייטאג פונעם מיידל, איך האב שוין ליידער מיטגעהאלטן אזעלכע קעיסעס פון דער נאנט, און איך ווייס קלאר ווי אזעלכע זאכן טוען אפ'הרג'ענען דאס קינד, און די נאכווייען פארן לעבן איז נישט גרינג, דער גאנצער לעבן נאך די חתונה איז א אפקומעניש; איך זאג אייך ביודעי ובמכירי קאמינא. אבער ווען מען האלט שוין נאכדעם, ווען צוריקדרייען דעם זייגער איז נישט מעגליך, איז פסיכאלאגיש די איינציגסטע זאך וואס קען גרינגער מאכן פאר די געטשעפעטע, בלויז אז דער וואס האט איר געטשעפעט זאל זיך מכניע זיין און איר פאלן צו די פוס איבערבעטן מיט טרערן אין די אויגן, און באצאלן חמשים (אלפים) שקל, דאס בארואיגט דאס מערסטע.

לאמיר זיך נישט נארן. אדורכגיין דעם סיסטעם פון אונזערע "יוסטיץ" איז אַ ביטערע אפקומעניש, שבעה מדורי גיהנם. ווי עס האלט יעצט, איז שוין ר' נחמי' אפגעקומען זיינע עבירות. די בושות און חרפות לעיני העולם איז דאך ברענעדיג. אפילו ווען עס קומט זיך פאר א איד מלקות, איז די הלכה "ונקלה אחיך לעיניך", אויב למשל דער פאר'משפט'ער איז אנטלאפן אדער ער האט זיך איינגעמאכט פון פחד (אנטשולדיגט מיר) איז די הלכה אז ער איז שוין פטור פון די מלקות, כיון שנקלה, אחיך הוא! איר טראכט אז נ"וו האט נאך נישט באקומען זיין מעסעדזש? איינער קען זיך פארשטעלן ווי אזוי זיין שבת איז אדורך אויף אים די וואך? אויף אלע שונאי ישראל געוואונטשן!

און נאכדעם קומט אריין דער ענין פון "חילול השם". נאכאמאל, איך גיי מיט דעם מהלך אז ער איז יא שולדיג. אויב ווערט ער געפינען שולדיג, קענען מיר זיך פארשטעלן דעם חילול ה' בפרהסיא קבל עולם ומלואה? ווען אלע שונאי ישראל און מידיא וועלן זיך פאסמאקעווען און צייגן מיטן פינגער אויף ארטאדאקסישע אידן? ווי קען אן ערליכער איד מיט א שטיקל געפיל צו השי"ת אפילו וועלן אז אזוינס זאל פאסירן?

ביי במ"ל האבן די רוב צייטונגען געשריבן די נייעס אויפן פראנט פעידזש, און מאנכע וואוילע-יונגען האבן פארשפרייט קאפיס און געהאנגען אויף די ווענט איבער ניו יארק, מיט א גרויסן בילד פונעם ראביי, ולא נתקררה דעתם ביז זיי האבן אויפגעהאנגען קאפיס אויף די וואנט פון בי.ענד עיטש.! ושכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי!

ס'איז נישט קיין ספק אז דער פרסום הדברים דא איז נאר א רעה פאר יעדן איד, נישט לטובה! בכלל איז עס פון די סארט זאכן שהצניעות יפה להם, אבער אז מען באהאנדלט עס אין פריוואטקייט, קען איך נאך אפשר פארשטיין א הארטער מענטש זאל וועלן "דער אמת זאל ארויסקומען", אבער אז השי"ת ותורתו און עם ישראל ווערן פארשעמט אינאיינעם מיט דעם, פון וואו נעמט א איד אזא געפיל אז אפגעזעהן וואס ס'וועט זיין, וויל איך אז דער אמת זאל ארויסקומען? זייט ווען פארמאגט כלל ישראל אזעלכע בעלי אמת? חז"ל האבן מתיר געווען אוועקצוגיין פונעם אמת מפני השלום, פלוצים האבן מיר דא אמת'ע מענטשן?

סאטמאר רבי ז"ל פלעגט זאגן א שיינע טייטש. עס שטייט אז ווען משיח וועט קומען, וועט זיין "והאמת והשלום אהבו". בקיצור זאגט ער, אז ביז משיח קומט, איז דא א אפשען אדער שלום (ווי רוב וועלט שרייעט היינט, אהבת ישראל, מען טאר נישט מקטרג זיין אויף אידישע קינדער, נישט רעדן לשון הרע, א.א.וו.), אבער דאן דארף מען מוותר זיין אויפן אמת, וואס די הלכה איז אז מען דארף זיך מרחק זיין פון די רשעים; און טאמער איינער וויל יא גיין מיטן אמת, קען ער נישט זיין בשלום. ממילא איז דער אמת און דער שלום צוקריגט, מען קען נישט האבן נאר איינע פון די צוויי. אבער ווען משיח וועט קומען, וועלן זיך דער "אמת" און דער "שלום" צוזאמענלעבן מיט אן אהבה, און מען וועט קענען מקיים זיין ביידע.

לענינינו, ווען מען לייענט די קאמענטס פון די אלע קאמענטירער און אלע נישט היימישע אידן, שטויסט מען זיך כסדר אן ווי זיי פארפירן אנטקעגן אונזער אמת און אפגעזונדערטקייט פון די נישט-היימישע, און קומען מלא טענות הלמאי מען האט נישט קיין שלום, קיין אהבת ישראל (מ'כלומר'שט), היתכן מען גייט מיטן אמת ווי מיט'ן קאפ אין וואנט אריין; אבער וואונדערליך ווי פלוצים פארגעסן די אלע שיינע וואוילע אידן פונעם שלום, און ווערן מיר בעלי "אמת", זיי זוכן אך ורק בלויז דעם אמת און גארנישט מער.

איך וועל מיך אפשטעלן א וויילע, פארזעצונג קומט בקרוב אי"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פרענטש וואנילע האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:סמאכט מיר נישט קיין סענס א צוועלף יעריגע מיידל זאל ארוםהענגן מיט בחורים. קען עס איינער באשטעטיגן?

דאס איז באזירט אויף אירע ווערטער, זי טענה'ט אז זי איז שוין געגאנגען צו מר. וו' ביי די 12, זי האט מודה געוועזען ביים קרייץ פארהער אין ערכאות אז זי האט שוין געהאט מיט איינעם פארבינדונגען בעפאר, נישט גענוג?

ווי קען איך זען וואס זי האט געזאגט, די דעילי ניוס טוויטס?
כ'פארשטיי נישט איז דאס אן נארמאלע זאך ביי אונדזערע ארויסגעפאלנע מיידלעך צי ארוםהענגען מיט בחורים ביי צוועלעף יאר?
אדער זי איז געווען פיין messed up?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שמעקעדיג איך האב דיר געלייקט, אייזן. אבער זייט וויסן אז ס'איז א שאד יעדע ווארט, ווייל די אלע סלעף העיטינג חברה דא האבן גאר אן אנדערע אגענדע, און זייער אגענדע האט ניטאמאל מיט די פרשה א שייכות! זייער אגענדע איז זייער לעבנ'ס אגענדע כסדר צו ווייזן פאר וועם זיי קענען נאר אז זיי זענען נישט ווי די נארעלעך וואס גייען מיט'ן שטראם, זיי זענען 'טינקער'ס אוט אוו די באקס', זיי גלייבן אין יוסטיץ! דאס איז קיהל.

איך טענה מיר ניטאמאל מיט זיי. ווייל דאס וואס דו ליינסט דא פון זיי איז נישט דער שורש, דאס איז א בלויזער סימפטאם.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמעקדיג, זייער גוט געזאגט באמת, די פראבלעם איז אז די שפראך און טענה האט אונדז געברענגט צי ווי אזוי מיר קוקן אויס יעצט.
סאיז נישט דא קיין שום קאנסיקווענס פאר אונדזערע מעלעסטערס און רעפיסטס.
ביז ווי לאנג די גרונדסט נישט אן ערענסטע ארגענעזאציע ווי מ'קען אריינגעבן קאמפלענטס אויף די ענינים, און זיי נעמען קער מיטן גאנצן ערענסקייט לאפיקי וועד הצניעות, האסטו א פראבלעם.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

פרענטש וואנילע האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:וואס הייסט אז זי האט נישט קיין ריינע היסטארי? זי איז א באקאנטע ליגנער? ??


פליז שפיל נישט תמימות'דיג, איך וויל נישט אריין אין פרטים, צוליב לעגאלע סיבות, אבער איין זאך וואס איינער האט שוין באהויפטעט דא אין אשכול, אז זי האט מודה געוועזען אז נאך בעפאר זי האט געקענט מר. וו' האט זי שוין ארומגעהאנגען מיט בחורים, דאס מיינט ביי נישט מער ווי צוועלף יאר אלט, אויכעט איז זי גאר א באקאנטע פיגור אין וויליאמסבורג, אויב ווילסטו וויסן קענסטו וויסן (אדער ווייסטו) אן מיינע קורצע הסברים, וד"ל..


אין אנדערע ווערטער, טאמער האט זי שוין ארומגעהאנגען, מעג זי ווערן מאלעסטעד??
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:57 pm
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך פארווע »

sunbar האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:וואס הייסט אז זי האט נישט קיין ריינע היסטארי? זי איז א באקאנטע ליגנער? ??


פליז שפיל נישט תמימות'דיג, איך וויל נישט אריין אין פרטים, צוליב לעגאלע סיבות, אבער איין זאך וואס איינער האט שוין באהויפטעט דא אין אשכול, אז זי האט מודה געוועזען אז נאך בעפאר זי האט געקענט מר. וו' האט זי שוין ארומגעהאנגען מיט בחורים, דאס מיינט ביי נישט מער ווי צוועלף יאר אלט, אויכעט איז זי גאר א באקאנטע פיגור אין וויליאמסבורג, אויב ווילסטו וויסן קענסטו וויסן (אדער ווייסטו) אן מיינע קורצע הסברים, וד"ל..


אין אנדערע ווערטער, טאמער האט זי שוין ארומגעהאנגען, מעג זי ווערן מאלעסטעד??

וואלסט אפשר געקענט זיין אזוי גוט און צוריקקוקען אפאר תגובות זעהן אויף וואס ארויף sunbar האט געפרעגט וועגן די מדוברת'ס היסטארי? (אה דיסריגארד, כ'זעה דו אליינס ביסט עס, מסתם האסטו פארגעסן אויף וואס דו האסט עס אריגינעל געפרעגט)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג, פיין געזאגט, אבער פארגעס ביטע נישט אז דיין צוגאנג איז באזירט אויף צוויי פונדאמענטאלע טעותים: א רחמנות אויף דעם נישט ריכטיגן פארשוין (פארוואס האסטו נישט רחמנות אויף לוי אראן? ווייל ער האט גע'הרג'ט? אה, וויסן זאלסטו אז גדול המחטיאו יותר מן ההרגו אין פשוט'ן זין פון ווארט. מאלעסטעשאן קען הרג'ענען א מענטש ברוחניות ובגשמיות. נישט אז איך פארגלייך, איך וויל נאר ארויסברענגן פארוואס רחמנות אויף א מאלעסטער איז מיסגיידעד.)
פארגעס אויך נישט פון די ווערטער וואס חז"ל האבן געזאגט: כל המרחם על האכזרין סופו להתאכזר על הרחמנים.

דיין צווייטע טעות(?) איז דיין צוגאנג צום אמעריקאנעם יוסטיץ סיסטעם, וואס כאטש עס קען נוצן גאר אסאאאאאאאאאך פארבעסערונג, איז עס נישט אזוי קראנק ווי דו לייגסט עס אראפ. איך וועל איבער'חזר'ן דאס וואס כ'האב דיך געשריבן אין די יוסטיץ אשכול. אלמלא מוראה של מלכות איז א פאקט. קוק נאר וויפיל מאלעסטארס דרייען זיך אין וומסב"ג פראנק און פריי אן קיין מורא (ווילסט נעמען? אישי מיר) ווייל עס איז נישטא די מוראה של מלכות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

sunbar האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:וואס הייסט אז זי האט נישט קיין ריינע היסטארי? זי איז א באקאנטע ליגנער? ??


פליז שפיל נישט תמימות'דיג, איך וויל נישט אריין אין פרטים, צוליב לעגאלע סיבות, אבער איין זאך וואס איינער האט שוין באהויפטעט דא אין אשכול, אז זי האט מודה געוועזען אז נאך בעפאר זי האט געקענט מר. וו' האט זי שוין ארומגעהאנגען מיט בחורים, דאס מיינט ביי נישט מער ווי צוועלף יאר אלט, אויכעט איז זי גאר א באקאנטע פיגור אין וויליאמסבורג, אויב ווילסטו וויסן קענסטו וויסן (אדער ווייסטו) אן מיינע קורצע הסברים, וד"ל..


אין אנדערע ווערטער, טאמער האט זי שוין ארומגעהאנגען, מעג זי ווערן מאלעסטעד??


נאכאמאל, דו האסט געפרעגט פארוואס זי האט א נישט שיינעם היטארי, אויף דעם האב איך געענטפערט זייער קלאר און דייטליך, יעצט, דו פרעגסט א פרישע שאלה, איך ווייס נישט צו זי איז געווארען מאלעסטעט אין איר לעבען צו נישט, זי - מיט א מיאוס'ן עבר און היסטארי באשולדיגט א מענטש מיט א ריינעם עבר און היסטארי מיט טשפענען, איך האב נאכנישט קיין שום נטיה צו גלויבען איר קעגן אים, פארשטאנת?
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

פארווע האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:וואס הייסט אז זי האט נישט קיין ריינע היסטארי? זי איז א באקאנטע ליגנער? ??


פליז שפיל נישט תמימות'דיג, איך וויל נישט אריין אין פרטים, צוליב לעגאלע סיבות, אבער איין זאך וואס איינער האט שוין באהויפטעט דא אין אשכול, אז זי האט מודה געוועזען אז נאך בעפאר זי האט געקענט מר. וו' האט זי שוין ארומגעהאנגען מיט בחורים, דאס מיינט ביי נישט מער ווי צוועלף יאר אלט, אויכעט איז זי גאר א באקאנטע פיגור אין וויליאמסבורג, אויב ווילסטו וויסן קענסטו וויסן (אדער ווייסטו) אן מיינע קורצע הסברים, וד"ל..


אין אנדערע ווערטער, טאמער האט זי שוין ארומגעהאנגען, מעג זי ווערן מאלעסטעד??

וואלסט אפשר געקענט זיין אזוי גוט און צוריקקוקען אפאר תגובות זעהן אויף וואס ארויף sunbar האט געפרעגט וועגן די מדוברת'ס היסטארי? (אה דיסריגארד, כ'זעה דו אליינס ביסט עס, מסתם האסטו פארגעסן אויף וואס דו האסט עס אריגינעל געפרעגט)


זי איז א ליגנער אדער א ארומהענגער?
פארשפארט