לוסטיג באזוכט ארץ ישראל דאס ערשטע מאל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ב''ה
מיין ערשטע רייזע קיין ארץ הקודש, ארץ ישראל
ביריה
מה נאמר, ווען כ'האב שוין יארן געבענקט קיין הייליג לאנד, און געוואלט זוכה זיין צום מינוט ווען כ'וועל באטרעטן דאס הייליג ערד, אשר נשבע השם לאבותינו, און וואס כלל ישראל האט דארט גערוהט פאר יארן אינעם צייט פון הבית בהיבנותו.
ווען וועט מנשה זוכה זיין צו א קוק טוהן אויף די הייליגע מקומות, שמעקן די הייליגע אווירא דארץ ישראל מחכים, ווען וועט זיין די ריכטיגע זמן מסוגל.
מן השמים האט זיך עס געשלעפט ביז היינט, און ס'איז געקומען די ענדגילטיגע מינוט, און כ'האב מיך געגרייט בדחילו ורחימו, באשטעלנדיג בילעטן, און טאנצנדיג פאר שמחה, ווי די הכנה איז געווען מיט שטורעמדיגע געפילן עד אין לשער.
ווען די פליגער האט געלאנדעט בין איך אריין אין א טרוים, א חלום מיט אפענע אויגן, זהו הארץ? דאס איז עס טאקע די לאנד, וואס עיני השם בה מראשית השנה עד אחרית שנה.
ס'מיר געווען שווער צו גלייבן די פאקט, אז איך בין טאקע אנגעקומען דאהי, און טאקע פאקטיש טרעטנדיג אויף די הייליגע ערד, וואס כ'האב גארנישט זוכה געווען ביז היינט – זייענדיג 34 יאר צום געזונט.
קושנדיג די מזוזה אינעם עירפארט אין לוד, האב איך שוין יוצא געווען דאס קישן וואס מאנכע פירן זיך.. ווייל יענע פאדלאגע האט מיר נישט געשיינט צו קישן באלד און גלייך, כאטש יא די מזוזה.
ברוכים הבאים לישראל!
און איך טרעף באלד אן היימישע פענימער, לעכטיגע פענימער, אה! יידישע ברודערלעך..
אלעס איז ווי איין משפחה, אלע זענען פונעם עם הנבחר, דאס זעלבע כלה עם ישראל, נאר יעדע סארט אנדערש געשלייערט, [און ווער ליידער נישט פארשלייערט..] דאס אינטימליכע פאמיליע באנעמונג, איז באשיינפערליך דא.
און דא הייבט זיך אן היסטאריע, ווען סיי הרגשים און סיי ברויזענדע געפילן פון צומאל אנטוישונג און צומאל התרגשות, שפילן צוזאמען א מסכתא שלימה, וואס הייבט זיך אן מיטן טיטול, 'מנשה האט געבראכן די אייז, ער איז אין הייליג לאנד ענדליך אנגעקומען'.
טאקע ענדליך אנגעקומען, אבער ווי זאגן חז''ל, אז ארץ ישראל נקנה ביסורים, די יסורי הנפש זענען צומאל שווערער, און אויך איך האב טועם געווען דערפון, ביז כ'האב זוכה געווען טועם צוזיין די ריכטיגע געשמאק פונעם ארץ הקדושה, נישט באלד נאר נאך א לענגערע וויילע.
נישט באלד ביים אנקומען, און נישט באלד ביים גרייכן צום אכסניא, ווייל ווי די השגחה עליונה האט מיר געפירט אזוי בין איך אנגעקומען, און ס'האט אזוי פאסירט, אז דער איינער וואס איז צו מזל געבליבן מיר געטריי, און מיר אויפגענומען אין עירפארט, [נאך די פילע הבטחות פון ווירטואלע חברים אין די הונדערטע און טויזענטע, וואס זענען פאקטיש פארפלויגן ווי זייפן בלאז] דער איינער האט מיר באגלייט פון אנהייבט ביזן סוף, האט איינגעזען מיר צו שאפן א געלעגער פאר א היבש ביליגע פרייז.
נישט ערגעץ אנדערש ווי אינעם הייסן בני ברק, און נישט אנדערש ווי אויפן שפיץ בארג ארויף, און נישט אנדערש ווי ביי עפעס א גרוש א נערווירטער, וואס האט באלד ביים אנקומען געמאכט זיכער, אז איך כאפ אין וועלכע פלאנטער כ'האב מיך אריינגעדינגען..
טאקע א שפאטישע פרייז פאר א גאנצע וואך, אבער די אויסגעדראשענע געלעגער, און שמאל לענגליך ווי א שטיבל באנק, אויף א האלב פארדעקטע טאראסע, אן פרישע לופט צו עירקאנדישן, האב איך דאס ערשטע נאכט פשוט נישט פארמאכט קיין אויג, סיי פון די שטיקעדיגע היץ, און סיי פון עגמת נפש.
די מחשבות האבן אנגעהויבן פיבערן, איז דאס די פארבענקטע לאנד? איז דאס ארץ ישראל, וואס כ'האב פארפאסט ביז היינט? אבער די אינערליכע ידיעה, אז ארץ ישראל נקנה ביסורין, האט מיך געגעבן די ענטפער, אז טועם צוזיין די לעכטיגקייט, קומט מיט א פרייז פון באזייטיגן דאס גופניות, כאטש ביים הכנה.
דאס ערשטע נשמה שפייז, האב איך מיר אויסגעקליבן אינעם סדר, זיך אהינצוקלייבן צום כותל המערבי – דאס הייליג וואנט, וואס די חז''ל זאגן דערויף, אז די שכינה האט זיך קיינמאל נישט אוועקגערירט פון דארט.
מיטן טלית ותפילין זעקל אין האנט, האב איך געשפרייזט מיט גלאציגע אויגן אויפן מאיעסטעטישע חומה, וואס נעמט ארום דאס אלט שטאט ירושלים.
הזאת העיר כלולת יופי, היינט נעבעך וויפיל שועלים און עכברי דרשיעי, די פארשאלטענע אראבער, און דערצו א כנופיא ממזרים פון די נוצרישע סעקטע, מאכן זיך דארט שבט שבת.
אבער אנן בדידן, גיימיר צום כותל אין ציל, די הייליגע שטיינער וואס שפיגלען אפ מיטן זון, וואס באקט אזוי לעכטיג, און די קילע ווינטעלעך פון ירושלים עיר הקודש, וואס גלעטן אין הארץ ונשמה.
דאס היץ פון ירושלים איז מיר דווקא יא געווען באקוועם, אבער דאך, דאס שאטן און קילע ווינטעלעך נאך מער געשמאקער און צום הייליג געפיל געשטימט.
לעכטיגע פענימער, יידישע קינדערלעך, שטייען ביים אוראלטן וואנט, און וויינען זיך אויס די נשמה, אין די אפענע אויערן פונעם שכינה הקדושה וואס קלאגט מיט בצרתם של ישראל.
כ'האב פשוט געעפענט א תהילים, און אנגעהויבן שעפשען די פופצן שיר המעלות'ן, און אויסגעשפרייט די הענט אקעגן די הייליגע מקום המקדש, מיט פאגלייזטע אויגן, עד מתי אשתומם על חורבן פעמיים, מ'שפירט אז מ'רעדט זיך אויס און איינער הערט דיך אויס.
ס'איז א סארט נחמה בתוך הגלות, ווען מ'שטייט כאטש הארט נעבן די מקום המקדש, און קושט די הייליגע שטיינער, וואס גרויסע גאר הייליגע האבן דערויף אויסגעגאסן טייכן טרערן און תפילות בלי שיעור.
ווער קלערט פון עפעס גשמיות דא? אלעס איז דא עוסק אין רוחניות, א טייל לערנען בקביעות ובעיון, בחברותא, א טייל לייענען פאר אין די תורה פאר א בר מצוה און דאס גלייכן, א טייל טאנצן בתפילה און א טייל שטייען פארקאטשעט ארום די הייליגע שטיינער און קענען זיך דערפון נישט שיידן.
כ'וואלט געקענט דארט אזוי שטיין און פארברענגען בלי גבול, אבער כ'ברויך דאך אנגיין מיטן סדר היום, און זיך געבן א שאקל, אנצוקומען צו נאך היסטארישע פלעצער און איבער לאזן א תפילה און אנדענק, פון נאך לעכטיגע ווינקעלעך אינעם הייליג לאנד.
אריבער שפרייזנדיג אויפן וועג ארויס פונעם אלט שטאט, פון איין זייט הייליגע פענימער, פון אחינו בני ישראל, וואס פארקויפן דא דארט חפצי קודש און דאס גלייכן, און זייערע ברכות זענען מעמקי הלב, מיט שמחה און ברודערשאפט.
פונעם אנדערען זייט שטייען די פארשאלטענע אומות, די אראבער טערקן און איבריגע שמות הנרדפים, אויסגעשורה'ט אויפן וועג ארויס פון שער יפו, שער שכם און די איבריגע שערים, אויסגעשורה'ט קלייטן און קיאסק'ן, מיט וואס?
אלע פארקויפן זיי די זעלבע זאך, בשמים, שמאטעס, טיכלעך, נאז פיצער אויערן פיצער, ציינער שארפער, נעגל שניידער, אפשר די זעקס און פופציגסטער, האט יא א חידוש, טיי מיט זודיגע וואסער, און א לילקע ציבעך און נארגילא פאר א וועטער טויש.
די קורצע רעגן גיס, וואס די ירושלימער הימל לאזט אראפ בניחותא איבער די קעפ פון די באזוכער, אין די נאכמיטאג שעות, לאזט מעלדן, א קילע נאכט וואס קומט אקעגן, און אז די לעמפעלעך וועלן איבערנעמען דאס מאכט, דורכאויס די פינסטער פונעם נאכט, ביז מארגן באגינען, ווען מ'וועט ווידער זוכה זיין, צום אור חדש על ציון תאיר.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פיין פיין מנשה, שיין באשריבן, מיר דורשטן פאר נאך...
זאלסטו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ס'געקומען די צייט עפעס טועם זיין אויך..
האב איך געקלערט, אז אויב שוין יא טועם זיין די מאכלים וואס זענען בקדושת ארץ ישראל, לאמיר כאטש עסן פון די פירות המשובחים, און אינעם שניטקע האב איך געבעטן, נישט ווייניג איילבירטן.. זאל זיין א שפע, זאל זיין 'ושבעת'.. און די פוהלע ווייץ זעמעלע אויף וואס כ'האב מיך באשטימט געוואשן מיט א הויעכע ברכה, האט געהאט אלע טעמים אין די גוימען.
כאטש די קאפע האט מיר אפגעברענט די צונג, פאר אלע שונאים געזאגט, האט עס נאכאלץ געהאט אלע טעמים.
כ'לאז מיך אוועק אין וועג צום מאה שערים, און צום אומגעגענד, נישקשה.. זייער שיין פאר א קורצע באזוך.. איך וואלט דא נישט געבויעט מיין דירת קבע, אבער דירת ארעי – באשטימט יא!
ס'קוקט מיר אויס, אז די אלע פראבלעמען און נצרכים וואס ווערן פון דא דעליווערט איז עפעס פיקטיוו, דא קוקען זיי אלע אויס ווי ס'נישטא קיין מארגן.. אלעס איז העכסט צופרידן פארנומען און פאריאגט, א גאנץ וועלטעלע פאר זיך.
איך קען מיך נישט אפשטעלן פאר א רגע, ווייל כ'שטיי אין וועג פאר אן א שיעור פיס גייער, אין די שמאלע געסלאך, און דערצו די טראפיק פון די מאשינען און ביציקלעך וואס פראבירן זיך אדורכשטופן דעם פארנאכטס אנלויף.
נו ווי גיימער אז ס'שוין שפעט? כ'האב נישט קיין ברירה כ'מוז צוריקפארן קיין בני ברק נעכטיגן.
אבער אלץ נחמה, איז מיין פלאן פאראויס, מארגן לאזט מען זיך ארויס מיט א פרישקייט, קיין גליל.
ליבי אומר לי, אז דארט וועל איך זיך שוין איינמאל טרעפן דאס ארט.
מ'קלייבט זיך צוזאם די וויכטיגע חפצים פארן וועג, מ'גייט קיין גליל.. ס'זאגט זיך זייער שנעל און גרינג, און כ'גלייב שווער אז כ'האלט שוין דארט.
מיטן צידה לדרך זעקל, און אוודאי א פלעשל טרונקן מ'זאל נישט פארלירן פייכטקייט.. ס'מוז זיין זאפטיג און מוטיג, כ'האב נישט קיין כח צו די עקזייעטי און זייטיגע אכזבות.
כ'בין נישטא פאר פראבלעמען, כ'בין דא פאר זכיות.. און כ'וויל נישט וויסן פון קיין דאגות, נאר פון תענוג רוחני וואס מיין גאנצע ישות זאל מעיד זיין בפה מלא, יא מנשה ס'איז געשמאק.
והנה זעמער אויפן וועג, און ס'שלענגעלן זיך אריבער שדות וכרמים, ווען נישט די אינערליכע געפיל, אז כ'בין אין הייליג לאנד, וואלט איך נישט נתפעל געווארן פון סצענעס און פאנאראמעס, ווייל דאס איז נישט מיין חידוש דא, מ'קען אין די וועלט אויך געפונען ענליכע שיינע אויסצוגן פונעם באשעפערס באשאף.
אויב די שיינקייט דארף זיין די ערד און די איבריגע מענטשן מאכערייקעס דא, בין איך אויסדרוקליך נישט אינעם פארגעניגן שטימונג, ביי מיר האט נאך דערווייל נישט אויסגענומען אלץ מער אינטערעסאנטער, סיי וועלכע ארט דא, אינעם הייליג לאנד, מער אינטערעסאנטער ווי מיין אייגן געבורט שטאט שיכון סקווירא.
ס'דא הייליגע מקומות, אוודאי איז דא שורה א רוח קדושה וטהרה עילאה, און דאס וויל יאך שפירן און דאס קען מען שפירן, אבער די אויסערליכע שיינקייט? גלייב איך איז נאך ווייט פון וואס מיר האפן אויס צום יום הגאולה, און צום פארגלייך, זאג איך נאכאמאל, איז מיין געבורט שטעטל שוין שענער און געשמאקער.
אבער ווען כ'האב דאס געקלערט, האב איך נאך געהאלטן פארן באזוכן די גליל..
כ'האב קוים אנגעהויבן שמעקן דאס אוויר, און קוים געזען וואס געפונט זיך אינעם נגב, ס'נאך דא אפאר טיילן אין לאנד, ס'איז דא דיאמאנטן, וואס זענען פארשטעקט אין ווינקאלעך.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך עפל פאי »

או ווא, א לאכעדיגע אשכול, פון עטליכע תגובות האב איך אזוי אויסגעפלאצט אז מיינע קאלעגעס אין אפיס קוקן וואס איז געשען דארט...

אבער די פאוסט פון מנשה, א מחי' צו לייענען, א גריס פון ארץ ישראל, אה, ווי עס בענקט זיך...

ברענג נאך, מיט בילדער פון אלעם. תודה
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

ווילקאמען זי בעק מנשה!
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אויב אמת זיי הייסן די גליל בערג, יא, מ'זעט א שטארקע חילוק צווישן יהודה שומרון און גליל, ווי היימיש גערעדט איז גליל מער 'קאנטרי סייט', און דאס איז מיר אייביג געווען מער צום הארצן ווי 'סיטי לייף'.
אבער די טאוולען וואס צייגן די נעמען פון די שטעט אינטערוועגנס, געבט מיר מזמן לזמן א קיצל, דאס זענען נישט קיין שפילעריי אויף א קינדער טאוועל? ניין, עס איז וואר איך בין אצינד אויף די ווארע גליל בערג, די נעמען 'אשקלון' און 'עכו' און דאס גלייכן, בליצן מיר פאר, ווי כ'האב געלערנט דא דארט וועגן די ערטער.
אט יעדע טריט דא, האט אין זיך היסטאריע, וואס איז געווען פארבינדן מיט די הלכה און מדרשים שטאנדפונקט, כאטשיג וואו אין גמרא און ארום אין מדרשי חז''ל, האבן זיך גרויסע און באקאנטע באשעפטיגט אין די נעמען פון אט די דאזיגע ערטער, ווי איך דריי מיך יעצט דא.
איך געב א טיפע אטעם אריין, צו מאכן זיכער אז איך בין וואך, יא, איך שפיר א גייסטישע טויש אין מיינע געהירן, די מחשבה אליין מאכט מיר טוישן פאזיציע, און איך שפיר אומגעדולדיג שוין, ווען וועל איך אראפטרעטן אויף די שטעטעלאך ווי איך פאר יעצט אהין, צפת מירון טבריא.
נאך איין קארגע שטונדע.
איך שטייג אראפ מיט קענטיגע התרגשות, איך טרעט אויף די אדמת הקודש פון די צפת'ע געסלאך, טאקע ניי שטאט, אבער צפת!
די אוויר! אה, איך שפיר באלד די טויש אין די אטמאספער, ס'איז זייער געשמאק בגוף ונפש, און מיין נשמה שפירט דערהויבן, איך גיי מעלה מעלה ארויף די בערגל צום ציל.. צום שפיץ בארג אין די הויעכע גליל, דער דאזיגע שטאט צפת, די עיר הבירה פון גליל העליון.
אט איז א שילד, רחוב האריז''ל..
נו, איך פרעג אן דעם יענעם, און כ'בין אינעם ציל, צו באטרעטן די הייליגע ציון פונעם קודש אלוקי – רבינו יצחק לוריא אשכנזי, זצוקללה''ה.
נו, אנצוקומען אהין, איז דאך נישט איין קאצן שפרונג, און אויך נישט איין ציל, מ'שפרייזט אריין אינעם אלט שטאט צפת, ארויף אראפ, די סצענעס טוישן זיך אטאמאטיש, ווי בילדער אויפן וואנט ביי די רייכע אין ווילא..
דא איז עס פאר א אמת צפת.. די עכטע צפת, די נאטורליך הייליגע פאקטישע צפת.
און ווי די וועג איז אויסגעשטעלט, קומען מיר אן צום וועג וואס פירט אהין צום אר''י הקדוש'ס מקוה! נישט קיין לאנגע הקדמות, און מיר זענען אויף די טרעפעלאך אהין.
ס'ווערט מיר לעכטיג פאר די אויגן, איך בין זוכה צו וואס איך האב אזוי געגארט אלץ, צו כאפן א טבילה אין אט דעם פרישן הייליגן ריינעם קוואל, וואס דאס אליין – א מעיין מקוה איז א סגולה און א זכיה און א טהרה וואס איז נישטא גרעסערס, איז עס נאך דעם אר''י הקדוש'ס מקוה, און ווער ס'האט זיך אלץ שוין דא געדרייעט..
דא בין איך צופיסנס פונעם הייליג מעיין, די הייליגע קוואל וואסער שמייכעלט צו מיר, ווען איך שפרונג פון די הויט פאר התרגשות, איך כאפ אראפ פון מיר די בגדים, און בעט א חבר זאל עס היטן מיט די מטמוניות אין טאש.. און כ'בין שוין א טריט צום וואסער.
איין רגע! כ'האב נאכנישט געזאגט די תפילה, וואס מ'זאגט בעפאר.
איך כאפ מיך ארום מיטן די ערשטע בגדים, געב א וואש די האנט דערנעבן, און זאג מיט קאכעניש די הייליגע תפילות דארט, וואס שילדערט ווי מ'ווערט א נייע מענטש טובלנדיג זיך אין דעם מקוה האריז''ל.
א תפילה א געבעט א שבח א פיוט, אלעס איז גוט פאר הכנה, איך קען נישט זוימען מער, די מח לב ונשמה, נאגן ביי מיר זיך אונטעראיילען, און איך געב א לויף אהין צום קוואל, א טאנץ אריין!!!
א מחיה..
ממילא איך פארנעם קעלט, ווען איך גיי יעדן טאג כמעט אין א קאלטן מקוה, אבער די ארומיגע געסט וואס ווילן אויך כאפן א טבילה, וואונדערן זיך וויאזוי איך ציטער נישט פון קעלט, און וויל זיך גארנישט שיידן פון דארט.
א האלבע שטונדע בערך האט איך פשוט פאר התרוממות הנפש, זיך גע'טובל'ט און גע'טובל'ט איינס נאכן אנדערן, און נישט געווארן זעטיג..
כ'האב ביי מיר אין הארצן געזאגט הייליגע פסוקים, פשוט פון התרגשות, ווען איך האלט מיך צו די ווינקל פונעם מקוה, צו לאזן די אנדערע אריינטאנצן ווען זיי וועלן שפירן גרייט.
כ'שעם זיך נישט צו זאגן, כ'האב אראפגעשלונגען אפאר מאל א פולע מויל וואסער פון די מקוה, און זיך געריבן די אויגן, און געשפרונגען דערין, ביז.. מיין חבר האט מיר שוין אונטערגעיאגט, ס'ווערט שוין שפעט, און מיר האבן נאך אריינצוכאפן היינט אסאך.
מיטן פסוק שמע ישראל, האב איך נאך געגעבן איין גוטע טבילה, און ארויסגעשפרונגען א העכסט פרייליכער מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, דורכגעווייגט מיט די מעייני הישועה, באנעצנדיג מיינע קליידער בכוונה, זאלן זיי אויך אויסלעקן די הייליגע וואסער, און מיך מאכן געדענקן די גינסטיגע שעה אצינדער.
ווען כ'האב געוואשן די הענט און זיך גרייט געמאכט צוצוטרעטן צו די הייליגע מקומות, ווי עס ליגן באהאלטן די שרפי מעלה, האב איך א ציטער געגעבן, ווען כ'קום נענטער, דא ליגט דער הייליגער אלשי''ך, דער בית יוסף, דארט זע איך דער ערבי נחל, אה, די נעמען דרייען מיר איבער די געדערים פון געהוינבנקייט.
ביי יעדן באזונדער, טוה איך גענענען מיט יראת הכבוד, און א פלייץ בקשות, קושנדיג די הייליגע שטיינער וואס זענען די ציון אויף הייליג מקום.
ארויפשטייגנדיג ביזן אר''י הקדוש, און דערנעבנדיגע הייליגע, דער בעל לכה דודי און די חבורה קדושה וואס ליגן דארט, שפרייזנדיג צו די ארטיגע מקומות קדושים, ווי עס ליגן פון די הייליגסטע פון אלע דורות, דא חנה ושבעה בניה, הושע בן בארי, א הייל א טאל, א בערגל, א שטיין, איבעראל איז געוואונטשן איבערלאזן א קאפיטל און א שורה בקשות, פאר זיך פאר יענעם פארן כלל און פאר פרט.
די צייט לויפט, און אויך מיר לויפן שוין ווייטער, מ'כאפט זכיות, און מ'קען זיך צו לאנג נישט פארזוימען, מיר האבן אצינד אין ציל, צו כאפן מירון, עמוקה, און אפשר נאך עפעס אונטערוועגנס, און כ'וויל כאטש אנקומען נאך היינט צו טבריה, ווי עס ליגט דער הייליגער רבי – ר' מאיר בעל הנס פון די גמרא.
ליבי אומר לי, דארט ציט מיין נשמה, אז איך דארף מחונן זיין און זיך אויסבעטן.
מיר רופן א דרייווער זאל אונז טראגן, מיט נאך עטליכע יודן צוזאמען, אינעם ציל קיין מירון.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מנשה פיקטשערס פליס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מנשה, געוואלדיג!
ברענגסט מיר ארויף די זכרונות פון מיין וויזיט.. איך בין אדורך גאנץ ענליכס ווי דיר.
נישטא קיין געשמאקערע פלאץ ווי ארצינו הקדושה.
זאל השי"ת זיך מרחם זיין אויף זיי, ובטובו הגדול ישוב חרון אפו מעמו ומעירו ומארצו ומנחלתו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אמן
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

א זכיה קומט נישט אייביג אן לייכט, און כאטש מיר האבן גערופן א דרייווער, און געוואלט באצאלן וואס ער וועט נאר בעטן, גראדע א היימישע דרייווער, האט ער אבער זיך גע'עשנ'ט שפעטער, אז ער וועט אונז נישט קענען אפ'פירן קיין טבריה אהין.
נו, זאל זיין קודם מירון.
מיר פארן ארויס צפת, און די אויגן פירן צוריק, די הייליגע שטאט קען זיך נישט לאזן פארהוילן ווערן פון מיר, אבער אז מ'איז אונטערוועגנס, קלערט מען שוין ווי אהין מ'פארט אצינד, דאס ערשטע מאל קיין מירון, און אויף די וועגן זעט מען די טאוולען ווי נאך מ'קען אלץ גיין, אבער כ'בין דאך נישטא צו דעקן אלעס.
מ'פארט ארויף די בארג מירון, און מיט געמישטע געפילן, פון יראה ואהבה גייען מיר נענטער צום ציון המצויינת, ווי אלץ זענען פארהאנען יודען און מ'איז מתפלל דארט.
נאך פארן עפענען א ספר, טוהען מיר טועם זיין, כדי צוזיין מעתיר בתפילה מיט א רואיגקייט, מיט א רואיג הארץ און געפיל.
דארט איז דאך אלץ צוגעשטעלט, און א הארציגע ברכה לאזן מיר פאר, אלץ הכנה צום ריכטיגע מינוט ווען כ'טרעט צו צום הייליג ארט, ווי עס איז אנגעצייכענט 'רבי שמעון בר יוחאי', מ'ווארפט זיך ארויף אויפן שטיין און מ'שעפשעט אויס אלעס וואס איז אויפן הארצן.
אזוי אויך ביי ר' אלעזר בנו, און ביי די שרפי מעלה וואס זענען באהאלטן דערנעבן און ארום.
ס'דאך נישט מעגליך צוזיין אין אזא מקום קדוש, און נישט צוזאמקושן אפאר יודישע נשמות, איינער ברענגט מאכלים א צווייטע משקאות, און די הענט דרוקן זיך מיט ברודערליך יודישע אהבה מיט ברכות עד בלי די.
צו מ'קען זיך יא צו נישט, אבער מיט אלע צוזאמען ווילן מיר קענען און זען די השפעות די גוטע, פונעם ליבער פאטער אונזער איין איינציגער גאט ב''ה, אין זכות פון די געטליכע צדיקים וואס ליגן הארט דא.
די מקום איז גורם שמחה און התעלות, און מיט געהויבענע געפילן זענען מיר נישט לאנג מאריך ווייל מיר זענען אין ציל, אצינד קיין עמוקה.
דער הייליגער רבי יונתן בן עוזיאל, וואס ליגט אויפן הויעכן בארג, וואס איז נישט לייכט אנצוקומען נאר נאכן זיך דרייען און קלעטערן מיט ספעציעלע וועגן דארט אינעם אומגעגענד פון עמוקה, און ס'איז נישט פשוט, אז אט די וועגן זענען אלץ פינקלדיג אינעם פארנאכטס שטונדן, ווייל אלץ קומען מצפים לישועה, זיך אויסוויינען די נשמה ביים הייליגער ציון אין עמוקה.
ס'איז שוין היבש טונקל, אבער לעכטיג אין די הערצער, ווען מיר זענען זיך משתטח אויפן הייליגן ציון, און קושנדיג דעם שטיין, געבט זיך ארויס כל משאלות הלב, אז בזכות דער גרויסער תנא, זאל השי''ת אונז באגליקן מיט כל מילי דמיטב, מסוגל'דיגע ברכות אויף בני חיי מזוני, שידוכים הצלחות און תשובה מאהבה.
שוין כמעט די שקיעה, און די קיהעלעך וואס פאשענען ווילד אויף די גאר בערגיגע שטחים ארום, קומען צו צום צוים נעבן ציון, און בעטן זיך נאך עפעס וואסער.
מיר געבן זיי גערן דארט א לחיים, נאך א דערהויבענעם השתטחות, און צוזאמען זענען מיר צעפרידן און פרייליך, שפירנדיג גע'פועלט אלעס גוטס, ווען מיר זעמער אויפן וועג צוריק קיין צפת, ווייל קיין טבריה וויל ער אונז נישט נעמען ניטאמאל פאר געלט.
וועלן מיר מוזן נעמען דאס לעצטע אויטאבוס באלד פון צפת קיין טבריה, און ווי שטארק מיר יאגן זיך צו, זאגט איינער אין קאר, אז מיר פארן יעצט אריבער די שטעטל 'ביריה' ווי עס ליגט באם הדרך, די ציון און אוהל פון 'בניהו בן יהוידע', באקאנט אלץ דער שר צבא פון דוד המלך ובנו שלמה, וואס האט בקדושתו געפייערט זיג אקעגן די מורדים במלכות בית דוד.
און ווי באקאנט איז דער מקום א סגולה אויף אלעס גוטס, זענען מיר דא א שפאן אהין, און דער דרייווער איז וויליג אונז געבן א מינוט צוצוגיין מיט התרגשות צו די הייליגע מקום.
נישט לאנג ממש א האלבע מינוט, אבער וואס מ'קען אלץ בעטן אין פינעף סעקונדעס.. און מיר זעמער שוין אויפן וועג נאנט צו צפת, צוריק.
קוים וואס איך קראץ אויס די פאר שקלים וואס איך קום דעם נהג, פאר די וועגן יעצט, זע איך מיר ארום, אז איך האב טאקע פונקט אזויפיל שקלים געהאט ביי זיך, פונקט וויפיל ער האט געוואלט, און אפילו נישט איין שקל מער, פארן אוטאבאס קיין טבריה.
טאקע השגחה פרטית יעדע זאך, אבער וואס טוט מען יעצט מיט דעם צופאל, אט דער השגחה פרטית?...
כ'שטיי געלעמט ביים אויטאבאס, איך קען נישט ארויפגיין, כי אין לי פרוטה לפורטה, איך האב ביי מיר גענוג און נאך דאלער'ס, אבער קיינער איז נישטא אויפן ארט צו אויפבייטן מטבעות.
האב איך איין ברירה, מוותר צוזיין יעצט אויפן נסיעה קיין טבריה, און בלייבן דא אין צפת.
איך וויל דאך אזוי שטארק אנקומען צום הייליגן ציון פון ר' מאיר, אבער כ'לאז מיך פירן פונעם אייבירשטן, און מיר קלעטערן ארויף דעם בארג, אריין אין צפת, איך מיט מיין חבר, און די ציל איז קודם איינבייטן דאלער אויף שקלים, אז ס'זאל שוין זיין פון יעצט און ווייטער..
ערשעפט פון כוחות, נאכן אוועקלייגן א היבש ביסל איינגעהאנדעלטע שקלים, קלייבן מיר זיך צום פליישיגן רעסטוראנט, דער באקאנטער היימיש געשמאקער 'מענדיס', וואס חסידישע יונגעלייט סערווירן מיט א זעלטענע בא'טעמטע מעניו.
אז ס'רעדט זיך היימיש, און אויך טרעפן מיר היימישע.. פארלאנגט זיך נאטורליך א הינדל זופ מיט א שיסל גולאש..
און אומר ושותה, מ'פארברענגט און מ'ווערט דערהויבן מיט ווארימע הערצער ארומגענומען, אז כ'האב שוין כמעט פארגעסן אז כ'וויל מיך נישט לייגן פאר איך דעק טבריה, כאטש דעם איין ציל – רבי מאיר.
נו וואס וועט זיין, וועלן מיר באשטימט נעמען א מונית – א דרייווער וואס וועט פאר יעדן פרייז אונז טראגן אהין קיין טבריה, אויב טאקע אז ס'וועט נישט זיין קיין באס מער.
אהינגייענדיג צום צפת'ער באס סטאפ, ווארטן עטליכע קאר דרייווער, און מיר קלייבן אויס איינעם, און ער זאגט, קיין טבריה קאסט כך וכך, און ביז 25 מינוטן זענט איר באשטימט דארט, אבער ווי וועט איר נעכטיגן?
די סארט טובת לב, האב איך עטליכע מאל צוגעזען אין הייליג לאנד, נישט אלעס איז ממש פאר געלט, פשוט צו העלפן א צווייטע יוד מיט א גוטע באראטונג און צופירן צום ריכטיגן וועג, און ער איז גערעכט געווען, ווייל טאקע אין צפת האט געשפירט ווי גן עדן, פיין לופטיג און געשמאק, דעקעגן אין טבריה איז מער גליל תחתון ווי ס'איז הייסער און נישט אזוי בא'טעמ'ט אפילו לויט מיין פלאן צו נעכטיגן הארט ביים כינרת.
קודם לאמיר פארן, און מ'וועט זען אלעס נאכדעם.
נו ווייס איך שוין גוט, אז א גוטע זכיה איז נישט לייכט, דמים תרתי משמע, זאגט ער דער דרייווער, אז איר ווילט יעצט אין די נאכט צייט גיין צו ר' מאיר בעל הנס, דאס איז אינדערויסן פון שטאט, און איך וועל אייך באשטימט צופירן אהין און אייך ווארטן, אבער סליחה עס קאסט מיר און אייך געלט.
מסכים, זאל זיין וואס עס קאסט, ביי ר'מאיר זאלן מיר ווי שנעלער און בעסער אנקומען.
אויפן וועג האבן מיר זיך גוט איינגעהערט פונעם עלטערן דרייווער, דאס היסטאריע זיינע אינעם לעבן פון צפת, ער וואוינט שוין דא, זייט ער איז געבוירן, און קלערט אפילו נישט פאר וויכטיג אמאל צו פארן קיין חו''ל.
נאכמער, ביז ניין דורות ארויף וואוינען שוין זיינע גליקליכע עלטערן אינעם אוויר צח פון צפת, און ער איז אזאנס גליקלעך אז די פנים גלאנצט עהם ווען ער רעדט פון דעם.
מיר זעמער שוין אט אט אויפן כביש וואס פירט אין טבריה אהין צום 'ברוריה' גאס, דארט ווי עס איז באזירט דאס הייליג בנין און ארום, פון ר' מאיר בעל הנס, און אופס! אלעס שטעלט זיך אפ, מ'שניידט ביימער יעצט..
איך יאג זיך, ס'קאסט מיר א בארג שקלים, און זיי שניידן ביימער..
איך בין ביי מיר רואיג, ווייל א זכיה איז נישט לייכט, וועל איך אויסווארטן אויסצאלן און עס סוף כל סוף מאכן און גרייכן, איך וויל זיין ביי רבי מאיר.
א דריי פערטל שעה! און ס'הייבט זיך צו'מזל אן ריקן פאראויס, צוביסלעך, א שורה טייטלביימער האבן זיי וויכטיג יעצט געדארפט אפשניידן, אבער וואס שטערט מיר וואס.. איך פאר שוין..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איי די ניגונ'דל פון משה גאלדמאן ע''ה, קומט מיר פאר, אלקא דמאיר ענני – יעדער קען נאר די אדרעס, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס..
ווען דו ביסט חלילה אין א צרה א מטבע אין די האנט נעם, און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא, ארויסנעמען וועט דיך פון דיין קלעם..
צום ציון המצויינת זיינע פארן מיר אצינד.
דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא.. רבי מאיר בעל הנס!
מיר פארן ארויף דעם בארג אינעם ברוריה גאס, און אינעם טונקעלן גאס, זעען מיר שטראלן פון נאכט לעכטער וואס שיינען פון דעם אויסגעלאשענעם בנין, ווי א שטייגער ס'איז פארמאכט.
וואס האב איך געזאגט? איך וויל זיין ביי ר' מאיר, און כ'וועל זיין..
מיר זעען אז די טויערן זענען פארמאכט, זאגט אונז דער דרייווער – א עלטערע יוד פון די גליל, גייטס ארום ארום, אדער פון אויבן, דארט קענט איר זיך אריינבייקומען אינעווייניג, דורכן ישיבה וואס איז געבויעט איבערן הייליגן ציון.
יא, קודם גייען מיר אריין אינעם ישיבה אויבן, אלעס איז פארקלאפט, אט די איינציגע טיר עפענט זיך פאר אונז, און דער יוד וואס האט עס געעפענט וויל עס שוין! פארשליסן.
איך בעט זיך ביי עהם לאמיר אריין, זאגט ער בסדר גיי אריין, אבער ס'ווערט פארשלאסן..
כ'האב עהם געפרעגט וואס צוטון? איך וועל מיך באלד זארגן וועגן שפעטער, יעצט גיי איך.. לויף איך אריין, און טרעף א גאנצע חבריא, וואס פארקויפן דארט אלע סארט חפצים כדרכם, איינער דארט עסט א פיש איינער בייסט זיינע ציגארן, און ווי איבעראל כאפ איך שנעל עפעס א טשאטשקע און ווארף צו אפאר שקלים צום פרייליכן מוכר.
און כ'לויף באלד ארום ווי פארלוירן, און פרעג דעם יענעם, ווי קען איך זיך אריינבאקומען צום הייליגן ציון. איפה הציון הקדוש..?
דא דארט.. איך ווייס נישט וואס זיי צייגן מיר, ביז איינער האט זיך מרחם געווען און מיר קלאר געוויזן ווי צוגיין.
צווישן די קליידער און חפצים, איז דא א דורכגאנג א שמאלע, און דארט טרעף איך מיר אינטערן בנין וואס איז זאמד מיט שטיינער אויסגעלייגט, און כ'ווייס נישט גענוי ווי כ'האב מיך געטראפן אינעווייניג, אבער דא שטיי איך פארן רונדעכיגן שטיין, איינס אויפן צווייטן וואס איז עפעס א ספעציעלע סארט שטיין, און גלאנצט מסתמא פון יידישע בקשות.
איך פאל ארויף אויפן שטיין, און צום ערשטן מאל אין מיין דאזיגע רייזע, לאז איך ארויס נאטורליכע גאר היסטארישע געוויינען.
הייליגע רבי מאיר, כ'בין אנגעקומען צו דיר, ס'נישט געווען לייכט, און ס'מיר אסאך מאל נישט געווען לייכט, אבער כ'בין אלעס ביז אהער אדורכגעקומען, און אויך די וועג אהער..
הייליגע באשעפער – אלקא דמאיר ענני, גאט פון מאיר ענטפער מיר..
איך קען נישט אפשטעלן מיינע זודיגע טרערן, עפעס וואס כ'האב נישט זוכה געווען ביז יעצט צו שפירן און אויסגיסן א לוג טרערן.
און אז מ'בעט שוין, בעט מען שוין..
און מיט פארוויינטע אויגן, נעם איך ארויס א פעקל שקלים, און שטופ עס אריין אינעם דערבייאיגן פושקע, לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
אט די דאזיגע קופה, איז מיין טאג טעגליכע מנהג, זייט אפאר יאר שוין, צו געבן א פינעף און צוואנציג'רל – א קוואדער, און כ'זע אלץ אפענע הצלחות, אויך יעצט ווען כ'בין זוכה צו שטיין אין די ארבע אמות של הלכה, אינעם ישיבה על קברו, און כ'בין זוכה מתרים צוזיין א שיסל טרערן און א פעקל שקלים, לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
וואס זאל איך זאגן.. ס'האט געהאט אלע טעמים, זיך ממש אויסגעטון די קאלטע רייזע קליידער, און זיך געשפירט ריין געוואשן, די פנים פינקלט מיר פון טרערן, דמעות של שמחה, מ'שפירט גע'פועלט אלעס גוטס, און כ'ווייס אז כ'האב עס געמאכט!
די וועג צוריק איז אויך געווען היבש געדרייעט, ביז איינער האט מיר צוגעפירט דארט צו א צווייטע איינגאנג אונטערן בנין, ווי כ'האב מיך ארויסגעזען פונעם בנין און חצר, און מיר פארן יעצט צוריק אויפגעהייטערט – קיין צפת.
כ'האב בטעות פארגעסן מיין זעקעלע חפצים וואס כ'האב דארט איינגעהאנדעלט, אויך מיין תהילימ'ל וואס כ'האב ספעציעל דערין אויסגעזאגט דריי מאל תהילים פאר כ'בין אהערגעקומען, האב איך מן השמים דארט פארגעסן, און כ'בין אבער איבערגליקלעך אז כ'בין ב''ה אין ציל, צו דעקן וואס כ'האב טאקע געוואלט, און אויך רבי מאיר האב איך געדעקט מיט היסטארישע התרגשות ממש אין לתאר.
מיר האבן זיך שוין אריינגעכאפט צום קבר הרמב''ם און צדיקים תנאים גאונים ראשונים אחרונים וואס ליגן דארט דערנעבן, און אזוי בזכיה אריינגעכאפט וואס מער.
דעם נאכט האבן מיר גוט פארברענגט אין צפת, אין די גאלע לעכטיגקייט און קלארע אוויר קודש פון די צפת'ר געסלאך, נישט ערגעץ אנדערש ווי אין אלט שטאט געסאלאך, אזוי בא'חנ'ט און ריין הייליג, ס'גלייבט זיך מיר נישט, אז כ'שטיי טאקע דא אויף די הייליגע אויסגעפלאסטערטע שטיינדעלעך, און באטרעט צום ערשטן מאל די הייליגע מקומות קדושים, ווי די בתי מדרשים'לעך אין יעדע ווינקל דא.
ספעצילע די אלטע 'טשערנאבליר קלויז' ווי מיין גאסט געבער מיין ליבע קאזין ליפא'לע דייטש, האט מיך ארומגעפירט און געוויזן אלעס גענוי.
אין די טיפע נאכט שעות האבן מיר זיך פארציילט סיפורים און געזינגען שטיל ניגונים, אויפן דאך פון די הייזער ווי מיר זעמער איינגעשטאנען פאר די נאכט, און פון דארט האבן מיר אריינגעאטעמט די קלארע געזונטע ריינע לופט פונעם גאנצן ארום.
פון דארט איז די פאנאראמע אפען, פון יהודה ביז גליל, אן קיין מסך המבדיל, אפאר פינקעלעך דארט, דאס איז מירון, דארט איז ירדן דארט די כינרת, דארט נאנט די בית החיים אין צפת, דארט ווייט די מושבים, און יעדע ארט האט מיט זיך סיפורים, און דעם אייבירשטענס השגחה פארלאזט נישט קיינמאל די בני ציון היקרים, ווען מיר געפונען זיך אין פאקט ווי די שה אחד בין שבעים זאבי טרף, ה''י.
ווען די אויגן האבן זיך פארקלעפט, בין איך אזוי געשלאפן ביזן לעכטיגען פרימארגן, און דאן געגליסט צו כאפן ווידער א גוטן טונק אינעם מקוה האריז''ל.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

שכויעך מנשה, סא תענוג רוחני צו ליינען, שרייבזשע ביטע נאך, שפארזשע נישט קיינע דעטאלן. טענקס
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

וויאזוי קען מען זיך דען שיידן פון דיר טייערע צפת, די גאלע לעכטיגע געסלאך און קלארזיכטיג ריינע לופט און אטמאספער.
אבער ההכרח לא יגונה, די טאג לויפט פאראויס, און כ'וויל נאך טאקע עספיען צו דעקן די אלט שטאט וויפיל ס'שייך, און לויף אריבער די געסעלאך און צווישן די שפאלטענס און ווינקעלעך דערזע איך זיך אין הייליגע מקומות, ווי דער שוהל און יענע שול, פונעם בית יוסף, פונעם מהר''י אבוהב, פון די אשכנזישע און ספרדישע בתי לימודים און ישיבות.
ס'דאך מלא חן, ס'דאך מלא רוחני, און מיין נשמה גארט אויף צו פארבלייבן דאהי, אבער באמת וויל איך קען איך נישט, ס'איז זייער פיין און וואויל און איך מוז זיין רעאליסטיש און זיך א שאקל געבן און נעמען די וועג אהין קיין יהודה ושומרון.
ווי נאר מ'גייט פארביי און מ'געבט זיך ברכות טייערע בא'חנ'טע נשמות, שפראצן די ברכות פון טיפן הארצן, און מ'צעקישט זיך אין יידישע אהבה און נשמה'דיגע ליבע.
די 'צפת'ע באס סטאפ' – איז די מקום ווי עס קומען און גייען אסאך סארטן, אבער ווער ס'איז זוכה צו דערשמעקן די הארה וואס רוהט דא, לעבט און אטעמט עפעס מער ווי איינפאך לופט אין די וועלט אריין.
מיר קערן זיך שוין אום קיין ירושלים, באמת קיין בני ברק, אבער איך וויל דאך ווי ווייניגער זיין אין מיין אכסניא, איך לויף גיכער דארט אהין ווי כ'שפיר באקוועם.
ווי עס קוקט אויס, נאכן אפווארטן שעות אויף שעות, און ענדליך שוין אנקומענדיג קיין בני ברק, איז שוין נישט פארבליבן קיין צייט, צו פארן ערגעץ מער, ווי נאר קיין ירושלים, און פארברענגן דארט ערגעץ צווישן די געסעלאך, און דערשנאפן פרישע הנאה ותענוג, וויפיל ס'געבט זיך איין.
האלטן מיר דינסטיג פ' לך תשע''ג, פארנאכטס און כ'שפיר אז כ'וויל נאכאמאל צוגיין צום כותל, און פארברענגן דארט בלי אומר ודברים, פשוט אריינאטעמען די לופט און זיך ארומקוקן די פאקטישע סביבה און הלוך ילך.
און דארט אהין פירן מיר פיס, און כ'שפיר זיך ממש פריי און דערהויבן, ווען אין צענטער פונעם רחבת הכותל, שטייט זיך מנשה'לע און מאכט מיט די הענט און מויל, א תפילה צום באשעפער, וירושלים עירך ברחמים תשוב, את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח..
יעדער בעט זיך אויס ווי זיין באגער, און ס'פילט זיך פריי פון הארצן צו בעטן אלעס, און אריינאטעמען די פרישע שפע קודש וואס ווערט נשפע אינעם מקום הקודש והמקדש, פון די שכינה הקדושה האט זיך קיינמאל נישט אוועקגערירט.
ס'וויל זיך מיר גיין גאר נאנט, און איך שאר מיך אהין ביים ווינקל פונעם כותל וואס איז הארט ממש פארן איינגאנג צו די מנהרות, און דארט וואונדערט מיר אז קיינער שטייט נישט דארט.
זיך אריינשטופנדיג דארט די קאפ בחגווי הסלע, און פארגלייזנדיג די אויגן, זאג איך אפאר קאפיטלען כלפי מעלה, און ס'איז מיר דערהויבן די הארץ, ביז פלוצלינג שפיר איך א טראפ!
איינע פון די טייבעלעך צוקאפענס מיר, האבן מיר געמאכט אנטלויפן פון יענע ווינקל, ווי זיי נעסטן דארט שוין בקביעות ווער ווייסט ווילאנג..
נישט קיין וואונדער אז קיינער האט נישט געגלוסט דארט זיך איינצוקארזשען..
נאכן פארברענגן אפאר שעה, אין א לייכטע אטמאספער אינעם סביבה דארט, און טרעפנדיג זיך מיט נאנטע און ווייטע.. האב איך מיר געקליבן מיטן ריקזאק, אינעם ציל צו נעכטיגן אין שלאף, און אנהייבן צומארגענס די טאג על הסדר.
אינעם סדר הנסיעה, וויל איך נאך דעקן עטליכע מקומות קדושים, אויף מיין ליסטע.
אין מיין פלאן איז געווען אכט ערטער בעיקר, וואס כ'האב געוואלט גרייכן, און דאס איבריגע איז הכל ריווח.
כותל המערבי, צפת, מירון, עמוקה, טבריא, האב איך ברוך השם זוכה געווען אנצוקומען און לפי קט דעתי אויסנוצען.
אצינד, וויל איך נאך כאטש דעקן די איבריגע דריי ערטער, מערת המכפלה, קבר רחל, און אור החיים הקדוש.
כ'האב זייער געוואלט, אין די פאר טעג, דאס ערלעדיגן, און כ'זאל שפירן מיין נסיעה איז פארפולקאמט, און חפץ השם בידי הצליח.
צומארגענס פרי, נעמער די רייזע פעקל, און מ'פארט קיין ירושלים, פון דארט צו נעמען דעם רייזע קיין חברון און ארום.
אינעם תחנת מרכזית אין ירושלים, האב איך געפונען עטליכע געשמאקע ביכעלעך און חפצים, וואס כ'האב מיך איינגעהאנדעלט, און ס'מיר געווען די צידה לדרך אריינצובליקן דערין ווען אימער אונטערוועגס.
מ'פארט א וועג א לאנגע, קיין חברון..
ס'זאגט זיך לייכט, אבער שפירן שפיר איך אינגאנצן פארקלערט, ווען די סצענעס וואס לויפן אריבער געבט צו, צו מיינע מחשבות.
צוצוגיין אין ד' אמות של קדושה פון די הייליגע אבות, איז נישט בלויז נאך א נסיעה צו נאך א מקום.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ס'קומט מיר ארויף די תנועות פון קינות.. איכה ישבה בדד העיר רבתי עם, גרויסע גאר היסטאריש הייליגע האבן זיך דא געדרייעט, געוואוינט, אויסגעאקערט יעדעס שטיקל לאנד בקדושה.
פון איין זייט שפירט זיך די קדושה אין די אטעם, א געשמאקע געפיל פון היסטארישע חן, אויפן אנדערן האנט, איז דאך עס פוסט און ליידיג, זיכער אקעגן וואס האט אמאל דא געווירבעלט, און מיר ווייסן אלץ פון יענע צייטן בימי האבות, בימי השבטים, בקורות עם ישראל לדורותם.
אט דא, צייגט אונז דער דרייווער מיט גוטהארציגקייט, דאס ארט הייסט אלוני ממרא, דא ערגעץ האט געוואוינט אברהם אבינו אליין.
יצחק אבינו, ווי ער האט געגראבן די קוועלער, יעקב אבינו נישט ווייט – אין באר שבע, יעדעס שטיינדל דא איז צו קושן פון הייליגע ליבשאפט צו די אנדענק פון די ברית אבות וזכותם לבני בנים.
מיר פארן א היבשע וועג, ביז מיר גרייכן ביז קרית ארבע, און היינט איז דאס א אפגעטיילטע חלק פון עיר חברון, ווי אהין מיר ווילן אצינד גרייכן, צום פונקט פונעם מערת המכפלה.
די שארף שפיזיגע אויגן פון די עכברי דרשיעי זעט זיך אן באלד, ווען מיר קומען אן אינעם סביבה, און מיר שטייגן אפ נישט ווייט פונעם מחסום, וואו מ'גייט צו ביי פיס, צום היסטארישע בנין איבערן מערת המכפלה, נאך א קורצע הכנה און מיר זעמער אינעם בנין אליין.
איך שפיר מיר אינגאנצן נישט ביי זיך, וואס טוה איך קודם? זאל איך באטראכטן אלעס, אדער זאל איך קודם אנהייבן דאווענען..
איך זע אז ערגעץ לאזט מען נישט אריין, ביים אוהל קבר יצחק שטייט א סאלדאט און האלט מיך אפ, און ווען כ'פרעג צו כ'מעג כאטש שטיין ממש ביים טויער, זאגט ער זייער גערן.
מיין אויגן פאלט איבער א טאוועל געשריבן 'נשמת' אויף כתב אשורית, און איך באקלער מיר, צו זאגן דאס, שטעלנדיג זיך צום וואנט, הארט ביים איינגאנג צום ציון פון יצחק אבינו.
מה אומר ומה אדבר, מיינע אויגן הארץ און נשמה זענען כמעט צושפרונגען, פון התרגשות וואס איז אין מיר אריין, און איך ברעך אויס אין א געוויין, איבער די הייליגע ווערטער פון נשמת, איך טרייסל פאר רגש, ווען מיינע אויגן פליסן טרערן ווי א טייך.
יעדעס ווארט זאגט זיך מעומק הלב, נשמת כל חי תברך את שמך השם אלוקינו.. ומבלעדיך אין לנו מלך גואל ומושיע פודה ומציל.. אלוקי הראשונים והאחרונים.. אין אנחנו מספיקים להודות לך.. עד הנה עזרונו רחמך ולא עזבונו חסדך.. ואל תטשנו השם אלוקינו לנצח..
די פאקט איז, אז אט דא, יעצט אצינד, און ביי רבי מאיר בעל הנס, זענען געווען די צוויי ערטער ווי כ'האב דאס מערסטע געשפירט און געלאזט טרערן.
אויך ביי די אנדערע אבות ואמהות בין איך צוגעטרעטן און מתפלל געווען טיפע געבעטן, ווען כ'האב נאך אין פלאן היינט אנצוקומען צו 'קבר רחל אימנו' אויך, זייענדיג ממש א טאג פארן הילולא, דאך אבער דא ביים מערת המכפלה שפיר איך יעצט פאסיג, ווי באשערט כ'בין אנגעקומען אין די טעג, ווען פרשת לך לך איז די פאסירונג מיט אברהם אבינו אבי אבות עם ישראל.
נישט לייכט איז מיר געווען זיך צו שיידן פון די ווינקעלעך דא, וואס איז זיכער אנגעזאפט מיט יידישע טרערן, און מ'זעט פאר די אויגן נאר הארציגע יודען וואס קומען אויך נאר פאר דעם זיך אויסגיסן דאס פארבענקטן הערצעלע צום בורא כל עולמים בזכות ישני חברון.
די גאר גרויסע מזוזה ביים איינגאנג צום בנין, האט ביי מיר געצויגן אינטערעסע, און מיר גוט געפאלן טראץ וואס כ'האב נישט געשפירט דאס צו פאטאגראפירן.. אזוי די צענדליגע יודען וואס זיצן דארט אין א תורה שיעור, און ווי ביים פאטער אין וויינגארטן, שפירן זיי זיך דערהויבן און באקוועם אין דעם הייליג מקום.
ווען כ'בין ארויסגעטראטן פונעם בנין, האב איך באלד געוואנדן מיינע טריט, צום 'מדריגה השביעית', אינדרויסן פונעם בנין, ווי עס איז באקאנט אז דארט איז מכוון צום מערה אליין, ווי עס שפירט זיך טאקע הייליג און דערהויבן, ספעציעל ווי דארט – לויט א גירסא ליגט דער הייליגער רמב''ן אויך.
כ'האב געצינדן א לעכטעלע ביים ציון הרמב''ן, און זיך א קער געטון צום פעלד און זיך אוועקגעזעצט דארט דערנעבן, ווארטנדיג אויפן נעקסטן באס, און אריינשעפענדיג די הייליגע קלארע לופט פון חברון עיר הקודש עיר האבות.
אזוי כאפענדיג א שמועס מיט א יונגע תושב פון חברון, האב איך ארויסגעברענגט מיינע געפילן, ווי איך קום דא יעצט דאס ערשטע מאל, און אזא הייליג ארט בין איך מקנא אפילו די פליגען וואס בוזשעווען דא ארום, אז זיי געפונען זיך דא בקביעות און איך פאר שוין באלד אוועק..
די קילע ווינטעלעך און שטארקע זוהן האט אסאך צוגעגעבן צו מיינע פארקלערטע מחשבות, און זייענדיג אזוי דערהויבן, האב איך ווייניג געכאפט ווי יעדע ליאדע מינוט שפארן זיך די סאלדאטען דארט מיט די יונגע שרצים אייניקלעך פונעם פרא אדם, וואס פראבירן שטערן די רואיגקייט פון די באזוכער.
ווען כ'האב מיך ענדליך געזעצט ביים באס סטאנציע באנק, האב איך צו יעדע אראבער וואס איז פארביי געגאנגען, געלאזט צייגן א פרצוף משונה, כמים פנים אל פנים..
און נישט לאנג האט געדויערט ווען כ'האב מיך שוין געפונען אויפן וועג צווישן חברון און בית לחם.. איי דארטן ליגט די מאמע רחל גאנץ אליין..
און אנצוקומען אהין, איז אויך נישט פון די גרינגע זאכן, ווייל נישט דער באס און נישט אנדערע באסעס פארן אהין, האב איך פשוט געמוזט ווארטן דארט ווי דער באס האט מיך אראפגעלייגט, אז איינער פון די הונדערטע קארס וואס פארן יענע וועג אהין קיין בית לחם, זאל מיר אהינצו טראגן.
נו מיט א אראבער וויל נישט איך און נישט זיי פארן.. האב איך נאך א לאנגע צייט ווארטן אפגעשטעלט א טעקסי – באשערט א אראבער א פארביסענער, וואס האט זיך געלאזט קאסטן פאר די קורצע אבער לאנגע וועג ביז ווען מ'האט אונז זייער לאנגזאם אריינגעלאזט אינעם גרויסן מחיצה וואס נעמט היינט ארום דעם מתחם הקבר.
אה, דארט ווירבעלט שוין פון אלע סארטן, און ס'איז קוים געווען פאר מיר ליידיג פלאץ, אריינצושטעקן די האנט און אנכאפן דאס פארטוך ביים מאמען רחל, און זיך אויסבעטן וואס ליגט אויפן הארצן.
שעפשענדיג די קאפיטלען, דערביי אינזינען האבנדיג די צרכי הכלל והפרט, גלייבט זיך גארנישט אז מ'איז טאקע זוכה, טאקע ממש פארן הילולא קדישא צו שטיין דא און אויסבעטן כל משאלות הלב.
ווי נאר איך קער מיך אהין און אהער, ווען כ'האב ב''ה עספיעט אנצוקומען היינט וואס כ'האב געצילט, זע איך אז די זוהן האלט שוין ביים אונטערגיין, און כ'ווייס נאכנישט גענוי, ווי כ'וועל פראווען דעם שבת מיינע, דא אין הייליג לאנד.
אפשר זאל איך פארן קיין צפת, אפשר קיין מושב 'תפוח' נעבן שילה, דארט בעטן זיך ביי מיר די גרופע מתנחלים, זיי ווילן איך זאל קומען אויפלעבן זייער שבת, לויט ווי זיי קענען מיר פון די בילדער און קליפס, וועל איך זיין היבש פאסיג צו פארברענגן א שבת דארט.
אבער גיי פאר קיין מושבים, אן קיין באגלייטער, אן צו וויסן ווי מ'גייט ווי מ'שטייט, ביי זיי איז עס א דבר פשוט מ'נעמט די באס מ'פארט מ'גייט, נישט ביי מיר, און בכלל קלער איך א דריטע פלאן אויב נישט א פערטע.. אויב נישט צפת בלייב איך בעסער אין ירושלים עיר הקודש.
אבער ביי וועמען? וועט מען זען וואס די השגחה עליונה וועט מיר צופירן.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מנשה
און דיין בוך גייסטו באשרייבען דיין נסיעה? חברי השטיבעל האבען א דיסקאונט?
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ניין, אפשר אין די צווייטע ביכל וועט עס שטיין.. ווייל די ערשטע איז שוין געדרוקט, מ'לייגט עס מארגן אויפן שיף
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

קומען מיר צוערשט צוריק קיין ירושלים עיר הקודש.
אה, ירושלים עיר הקודש.. חזרנו לשוק ולכיכר, שטיי איך מיר פארנאכטס צו, ביים צענטער פון אלט שטאט, און עס פינקלען די שטערנס און נאך די גאלדענעם זין וואס האלט ביי די בערג שפיצן, די קלארע לופט און הייליגע באנעמונג פון דאס גאלד לעכטיגע ירושלים, ארומגענומען מיטן אור-אלטן חומה, די אנגעזייעט מיט טייטלביימער און היסטארישע היילן און אנדעקן.
איך וויל נאך אנקומען צום הר הזיתים, צום ציון פונעם הייליגן אור החיים הקדוש, אבער די מציאות צייגט אז כ'וועל דאס נישט באווייזן, ס'שוין נאכט, און אזויפיל נאך, אז כ'וועל מיך שטעלן ביים גדר אינדרויסן און אזוי מתפלל זיין.
ביז כ'האב געפונען א דרייווער, להכעיס א אינו יהודי, וואס טענה'ט אז ער איז שוין שפעט, ווייל ער דארף אויספאסטן פאר זיין חאגע.. פאר נאך אפאר שקלים דארף ער שוין נישט אויספאסטן און האט לכתחילה נישט געפאסט..
און מיר גרייכן צום אנדערן זייט חומה ווי עס איז די הר הזיתים און איך זע ממש גארנישט, אבער אין הארצן פליסן די בקשות לרוב, ווען מיינע הענט און אויגן זענען דערהויבן איבער די הייליגע מקומות ווי עס ליגן גאר גרויסע, און כ'בין מתפלל אקעגן דעם מקום וואס איז אקעגן דעם מקום המקדש, ווי כאילו כ'בין געשטאנען דארט דערנעבן ביים הייליגן צדיק רבי חיים בן עטר וואס כ'האב ב''ה זוכה געווען צו לערנען זיין תורה מיט התמדה.
ווי איך קער מיך אום פון אלט שטאט, ווי גיימיר?
קלונגט די טעלעפאן, 'מנשה, דו מוזט אונז צוליב טוהן, מיר זעמער א גרופע בחורים וואס האבן א שיעור אין ספר אור החיים הקדוש, און מיר ווילן איר זאלט קומען צו אונזער פארברענגען שפעטער ביינאכט, אין די וועלדל נעבן ביתר, און דארט אויפהייטערן די געמיטער'..
אבער איך וויל דאך זיין שבת אין צפת, וואלט איך בעסער געוואלט זיין שוין אויפן וועג אהין, ווי איידער יעצט זיכן א פרישע ארט אין ירושלים.
ניין מנשה, דו קומסט היינט נאכט מיט אונז, און איך שבת ביסטו ביי איינעם וואס וועסט נישט חרטה האבן..
אויב אזוי איז באשערט, לאז איך מיר פירן..
און כ'מאך מיין סטאנציע אין מאה שערים, ווי כ'שמעק אויס די געשעפטן און לאז זיך אנבייסן פון די היימישע ערב שבת געקעכצטן דא און דארט.
יא מיר האבן זיך געטראפן מיט זיי – די גרופע.. און יא זיי האבן מיר צוגעפירט באלד צום שטוב אויף 'חוני המעגל מספר 1' – ביי ר' יואליש קרויס אליין..
ווער ר' יואליש קרויס איז, און ווי כ'בין אריינגעפאלן אויף שבת.. דאס איז פשוט איבעריג צו פארציילן פאר ווער ס'ווייסט נאכנישט..
יואליש איז היינט אומאפציעל די פרעזידענט פון מאה שערים!!!
דארט האבן זיי מיר איינגעארדענט.. און פון דארט האבן מיר אנגעהויבן די הכנות צום ליל שישי פארברענג, טאקע אין א שטיל וועלדל נעבן ביתר, און ס'שוין גארנישט געבליבן שטיל.. ס'האט זיך געוואשן און געטאנצן און געהאפקעט, און ס'האט זיך אזאנס געלעבעצט, ווען מנשה פראבירט צוצוגעבן צו די ממילא שמייכלדיגע ירושלמיקעס..
מה נאמר, וואס א שבת כ'האב זוכה געווען, ס'געווען א אפצאל פאר אלע עגמת נפש ביז אהער, בא שבת אצל ר' יואליש בא מנוחה כמשמעו, ותענוג ואהבת ציון שלא תישכח לנצח.
ביי ר' יואליש איז אלץ פרייליך, פארנומען,און א געווירבל פון געסט און באים ושבים, און דארט זיצט זיך מנשה'לע אויפן צוים, ווען צוקאפענס שטייען אויפשריפטן, 'הציונות שוקע'.. יהודי לא ציוני.. כ'ווייס נישט פון וואס זיי רעדן, אבער סך הכול איז יעדע רעכטדענקער יוד א ציוני אמיתי, און די כופרים און מורדים גארנישט קיין ציונים נאר הערצעליסטן.
דא אין מאה שערים, ספעציעל ביי יואליש אין חצר, איז געשמאק צוזיין א יוד, א מחיה צו פראווען א שבת, ליבן גאט און זיין תורה, ליבן כלל ישראל און זיינע חכמים וצדיקים, כאטש וואס נישט יעדע שלייער טראגער ווייסט אלעס, און מיינט אז ער איז א מבין אויף יעדע נושא, אבער די כוונה איז גוט, די טעם עתיק פון ירושלים פון קדושה פון צניעות וטהרה, און חסידות איז טאפעדיג אין די לופט.
וואס זאל איך זאגן, איך שפיר מיר דא ווי אין צפת.. און אין צפת שפיר איך מיר ווי אין סקווער..!!!
ס'איז יודיש הייליג ריין, לעבעדיג דערהויבן און אמת'דיג פרייליך.. יואליש זאגט א ווארט מנשה ענטפערט אפ מיט א ווארט, ס'פליסן ווערטלאך און גוטע ווערטער און געדאנקן און היסטאריע און ס'לעבט א וועלט.
דאס איז געווען די שבת ביי ר' יואליש קראויס, און דאס איז געווען די גוטע ענדע פון מיין ערשטע רייזע צום הייליג לאנד, און אויפן וועג אהיים האב איך געהאלטן אין איין צוריק'קוקן מיט אינערליכע צער, פארוואס זאל גאנץ ירושלים נישט זיין אזוי תוכנ'דיג און לעכטיג ווי ירושלים צפת און חברון?
אוי וירושלים עירך ברחמים תשוב.. את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח.. עד מתי אשתומם על חורבן פעמיים..
פארנדיג צום לופט פעלד, האט מיר א טייערע ספרדישע יוד געטראגן, און הערנדיג אז כ'וויל קויפן א שניטקע פארן וועג, שטעלט ער אפ די אויטא, און נעמט ארויס פון זיין זעקל א סענדוויטש און וואונטשט מיר א לייכטע רייזע.
אזא הנהגה צייגט קלאר ארויס, דאס מידת החסד פון די אמת'ע בני אברהם יצחק ויעקב, דאס קען נאר א יוד טוהן..
די בענקשאפט וואס א יידישע נשמה האט צו ציון, האט צום הייליג לאנד, איז נישט קיין פשוטע געגועים און תשוקה, צו האבן א לאנד און א מקום מנוחה.
- נישט קיין איינפאכע רצון צו האבן מאכט און הערשאפט, זעלבסטשטענדיגקייט און גדולה.
ניין, עס איז א נשמה'דיגע תשוקה צום הארת השכינה וואס איז מיילל און מקונן, אויפן ושבו בנים לגבולם, צום ארץ ישראל העליון, צום לעכטיג פייערדיגן בית המקדש לעתיד, און דאס ריכטיגע גאולה השלימה פונעם ביטערן לאנגן גלות.
די גלות פון כלל ישראל צווישן פעלקער, ברוחניות ובגשמיות, יעדע יודישע נשמה און הארץ וואס איז אין אייגענעם גלות, סיי פיזיש סיי גייסטיש, און דארט אינעם מקום הקודש והמוקדש, איז די מקום סגולה ווי עס רוהט די שכינה און הערט אויס ווי דאס טויבעלע איבער איר צושטערטע נעסט.
הערט אויס די בכיות און תפילות ובקשות פונעם פארפלאגטן פאלק ישראל, וואס איז די אויסגעקליבענע צווישן די ווילדע חיות טרף און עכברי דרשיעי, די אויסגעקליבענע דיאמאנטן פון די פילע פראסטע שטיינער און שמוץ.
דאס לאנד און מקום, דאס פינטל ציון ליגט ביי יעדן יודן אין הארצן, און קען נישט ווערן אפגעמעקט ווי דער מוח עקזיסטירט נישט אן איר הייטל.
יבנה המקדש עיר ציון תמלא, ושם נשיר שיר חדש וברננה נעלה..
מיר זאלן זוכה זיין צו אקעגן גיין משיח'ן אינגיכן.
אז ימלא שחוק פינו ולשוננו רינה.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ס'האט זיך מיר פארגלוסט צו מאכן מיין צווייטע רייזע אין לעבן קיין ארץ הקודש.
קען זיין אום חודש שב''ט הבעל''ט.
אויב יא, וועט עס זיין מער אויף א ברייטערע פארנעם, דהיינו מיט מעריצים און באגלייטער פון חו''ל און דארט גופא.

כ'האף נאך יו''ט צו האבן קלארע דעטאלן.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
goldstone
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:48 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל

שליחה דורך goldstone »

Lol. Sweet dreams.

מעריצים וועלן פארן מיטן רבין? א באן וועט שנעלער פון אמעריקא קיין כינע.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

זיבן מענטשן אין די גרופע
ס'הייסט דערווייל בערך סוף שב''ט וועט פארקומען די צווייטע רייזע, מיר ארבעטן אויף מעסיגע פרייזן פאר די גאנצע גרופע.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'ניץ די שורות דא, אלץ באלעמער פארן ציבור וואס האט נישט באקומען מיין מסר אין פריוואט, נישט מעלדענדיג זיך אינעם גרופע.
אי''ה נאך חנוכה וועלן מיר האבן מער פונקטליכע פרטים וועגן די רייזע, און א פונקטליכע סדר הנסיעה מיטן אייבירשטנס הילף.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איך וויל זיך אַנטשולדיגן צו מיינע פריינט וואס האבן געווארט אויף מיין רייזע נאָך ארץ ישראל, אָבער די רייזע איז געווארען אָפּגעריקט אויף פרי אין זומער, בעזרת השם,  וועל איך מעלדן פרטים ווען מעגליך.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

בעזרת השם פלאן איך צו באזוכן אין הייליג לאנד, פון מאנטיג בהעלותך ביז מאנטיג שלח. און אין לאנדאן, פון דינסטיג שלח ביז דינסטיג קרח. מ'האפן זיך צו טרעפן מיט פריינד.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
פארשפארט