למען דעת- מאמר ב'

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

למען דעת- מאמר ב'

שליחה דורך [NAMELESS] »

צו די טייערע ליינער און חברים דא,

איך האב זייער הנאה פון די פלאץ דא, און איך זיך שוין לאנג א פלאץ ווי איך קען מיטטיילן מיינע ידיעות להנאת הקוראים. און איך האב זייער הנאה פון די קאמענטארן און פון די ווארעמע אויפנאמע. איך וואלט אבער געוואלט בעטן אז מ'זאל זיך פראבירן נוהג זיין בכבוד צו מאמרי חז"ל וראשונים.

אין די חלק וועלן מיר דן זיין בנוגע:

פארוואס לייגט מען ארום די קליין קינד ביי א פדיון הבן, קנאבל?? און פון וואו איז מקור אז עסן קנאבעל פון א פדיון הבן, ווערט גערעכנט ווי 84 תעניות?


אין ספר פדיון הבן כהלכתן שטייט אז די סיבה פארוואס מ'לייגט קנאבל ארום די קליין קינד ביי א פדיון הבן, אז צוליב דעם וואס יעדער וויל האבן א חלק אין די סעודה פון א פדיון הבן וואס עס שטייט גאר גרויסע זאכן אויף דעם. אויף אזוי ווייט אז עס איז באקאנט אז איינער וואס עסט פון א סעודת פדיון הבן, אז כאילו ער האט געפאסט 84 תעניתים. און יעדער וויל אויך מזכה זיין די בני בית מיט די גרויסע סעודה. לייגט מען קנאבל וואס דאס איז א שארפע זאך, וואס מען קען עס צולייגן אלץ א SPICE, און אזוי אויך קאסט עס נישט קיין סאך געלט, און אין יעדע קנאבל איז דא עטליכע שטיקלעך, אזוי אז מען קען עס צוטיילן פאר עטליכע מענטשן

אין ספר טעמי המנהגים שטייט, אז אזוי ווי עס ווערט שוין געברענגט אויף הרה"ק מבעלז זי"ע אז ווען ער פלעגט גיין צו א חולה, פלעגט ער לייגן קנאבל, ווייל דאס שיקט אוועק די אלע חיצונים. און אזוי אויך איז אמאל געווען די מנהג צו לייגן קנאבל תשעה באב אין בית החיים, פאר די זעלבע סיבה. זמילא ביי א קליין קינד, טוט מען די זעלבע כדי אוועקצושיקן די אלע חיצונים

אין ספר חכמת חיים ווערט דערציילט: עס איז אנגענומען ביי די אנשי ירושלים פון די פאריגע דורות, אז עס שטייט אין ספרין אז ווערט עס עסט פון א סעודת פדיון הבן, ווערט עס גערעכנט כאילו ער האט געפאסט פ"ד (84) תעניות. און פון די שטאמט די מנהג צו כאפן א שטיקל חלה פון די גרוי סע חלה אויף די וואס די כהן האט געמאכט אן המוציא. און עס איז אזוי אריין די מנהג, אז מענטדן שטיפן זיך איינער דעם אנדערן אבי צו כאפן אפאר ברעקעלעך פון די חלה.

דער שדי חמד דערציילט: אין יאר תרנ"ט ווען איך בין געווען אין ירושלים האט מען מיר איינגעליידנט צו א פדיון הבן, אבער איך בין נישט געגאנגן, האט מען מיר דערציילט אז א סעודת פדיון הבן איז אזוי ווי פ"ד תעניות. אבער איך האב נישט געטראפן אזא זאך, און איך מיין אז עס איז נאר אזא שיינע שמועס צווישן די מענטשן.

ווען עס איז ארויסגעקומען די ספר שדי חמד, און די בני ירושלים האבן געזעהן ווי אזוי די שדה חמד, וועלכע קיין שום ראשון אדער אחרון איז אים נישט געווען פרעמד. האבן זיי זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז שוין יארן לאנג וואס אזא מנהג איז אין ירושלים, און עס האט אינגאנצן נישט קיין מקור? ביי איינע פון די פדיון הבן'ס אין יענע צייט, האט אויסגעבראכן א גרויסע וויכוח איבער די ווערטער פון די שדה חמד. ביז איינער האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן "מיר האבן דאך די גרויסע גאון רבי יוסף חיים זוננפעלד צווישן אונז, אדרבה לאמיר אים פרעגן, און לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן". האט ירושלמ'דיגע רב זי"ע רבי יוסף חיים זוננפעלד גע'ענטפערט אז גערעכט טאקע אז עס שטייט נישט אין ערגעץ ביז היינט, אבער א רמז איז יא דא. ווייל די ווערטער אין די תורה פון פדיון הבן שטייט "אדם בבניך תפדה", די ווערטער איז ר"ת אם דבר מה בפדיון הבן נהנית (אויב דו האסט עפעס הנאה געהאט פון א פדיון הבן), יחשב כאילו תענית פ"ד התענית (ווערט עס גערעכנט ווי די 84 תעניות האסטו געפאסט). און ער אויך צוגעלייגט אז עס איז דא נאך א זאך וועלכע ווערט פארעכנט ווי 84 תעניות, דאס איז לערנען א דף גמרא (דף איז 84). אבער אויף די סגולה טאנצט שוין קיינער נישט ארויף...

אין ספר אילנא דחיי ווערט אראפגעברענגט אז רבי מדרכי פון נעשכיז זי"ע האט יא געהאלטן פון די עסן פון עפעס פון א פדיון הבן ווערט גערעכנט ווי 84 תעניות, און ער האט אויך געהאט א ראי' דערצו. אין ספר טעמי המנהגים ווערט אראפגעברענגט מפי השמועה אז רבי פנחס פון קאריץ זי"ע פלעגט אויך אזוי זאגן.

אין ספר אוצר פדיון הבן ברענגט אראפ פון די אוסטרובצא גאון זי"ע, אז דאס וואס מ'זאגט אז עס ווערט גערכענט כאילו מ'האט געפאסט 84 תעניות. דאס מיינט די כאילו איז מכפר אויף אלע אנדערע כאילו. דאס מיינט, למשל חז"ל זאגן אז איינער וואס רעגט זיך איז כאילו ער האט געדינט עבודה זרה, אויף די כאילו העלפט די כאילו פאסטן...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך מיין אז פון אר"י הק' זאגט מען נאך אז גיין צו א סעודת פדיון הבן איז מען מתקן פגם הברית, און אין א צווייטע פלאץ שרייבט דער אר"י אז מתקן צו זיין פגם הברית דארף מען פאסטן פ"ד תעניתים.

לגבי די אוסטרובצא'רס פשט מיין איך אז די פאנטש ליין איז אז אין ש"ס איז דא פ"ד מקומות ווי עס שטייט "כל ה... כאילו...".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

אז ס'כאילו מ'האט געפאסט דארף די מויל שמעקען ווי רבי צדוק'ס מויל נאך פ"ד תעניתים.

אימיצער האט מיר אמאל געזאגט אז ביי די פדיון הבן קומען די חיצונים. דעס אז קנאבעל ניצט נען אלץ סגולה קעגען שדים איז א אלטע מעשה.

בלייבט איבער צעוויסען וואס די חיצונים זוכען דארט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די חיצונים קומן פאר די קאצקע צוקער...
ערענסט גערעדט, די גמרא זאגט שלושה צריכין שימור, חולה חיה און נאך איין וואס כ'האב פארגעסן, בעיסיקלי קומען די נישט גוטע אין א זמן סכנה און א זמן שמחה, און דא איז דא ביידע, זיי כאפן אריין די לעצטע מינוטן פאר דאס קינד גייט ארויס מגדר נפל.

שרייבסט אזוי שיין וועגן קנאבל, וואס איז מיט די צוקער? איז דאס א נייערע מנהג, אדער האט דאס אויך א מקור?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפילטע פיש האט געשריבן:די חיצונים קומן םאר די קאצקע צוקער...

ערענסט גערעדט, שרייבסט אזוי שיין וועגן קנאבל, וואס איז מיט די צוקער? איז דאס א נייערע מנהג, אדער האט דאס אויך א מקור?


די זעלבע געדאנק: קליין, ביליג, א ספייס, און מ'קען זיך צוטיילן דערמיט עטליכע מענטשן.
איך האב עס נאך נישט אדורך געטוהן, אבער מיין השערה זאגט אז דאס איז שוין א חכם (באמת) אויפגעקומען אנשטאט קנאבעל. אויב איינער ווייסט אנדערש, ביטע רופט אייך אן
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ממי_שאמרו האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די חיצונים קומן םאר די קאצקע צוקער...

ערענסט גערעדט, שרייבסט אזוי שיין וועגן קנאבל, וואס איז מיט די צוקער? איז דאס א נייערע מנהג, אדער האט דאס אויך א מקור?


די זעלבע געדאנק: קליין, ביליג, א ספייס, און מ'קען זיך צוטיילן דערמיט עטליכע מענטשן.
איך האב עס נאך נישט אדורך געטוהן, אבער מיין השערה זאגט אז דאס איז שוין א חכם (באמת) אויפגעקומען אנשטאט קנאבעל. אויב איינער ווייסט אנדערש, ביטע רופט אייך אן

עס האט דערווייל נישט קיין געשריבענע מקור. די סיבה פארוואס מ'טוט דאס איז לכאורה ווי דו זאגסט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גגלת ומצאת תאמין, די גמרא איז אין ברכות דף נד ע"ב.

."אמר רב יהודה: שלשה צריכין שימור, ואלו הן: חולה, חתן, וכלה; במתניתא תנא 'חולה, חיה' חתן וכלה; ויש אומרים אבל. ויש אומרים אף תלמידי חכמים בלילה.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

פון ווי קומט די מקור אויף דעם וואס טייל צדיקים האבן געטיילט קנאבל מוצאי שבת?
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

מקור אויף ווייזן מיטן קליינעם פינגערל ביי הגבה ועוד

שליחה דורך מ גפני »

דאס באשטייט פון 3 ווערסיעס,1) נאר ווייזן מיטן פינגער 2) זיך בייגן (כעין בוקן) בשעת'ן ווייזן מיט'ן פינגער 3) קושן די פינגער נאכ'ן ווייזן (מער מצוי ביי די ספרדים...)
כ'האב לעצטענס געפרעגט א ת"ח וועגן די מקור פון די מנהגים אויף #3 זאגט ער אז דאס איז אויסגעטראכט, #2 שטייט קלאר ארויסגעשריבען אין (איך געדענק נישט/אויב איינער וויסט ביטע זאגט מיר) #1 מיינט ער אז אין סידור הגר"א שטייט א מקור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

כ'האב אמאל געהערט א שיין ווארט וועגן די צוזאמנהאנג פון די קנאבל און צוקער ביי פדיון הבן.
ווען דער טאטע הייבט שוין אן צו האבן קינדער, וואס דעמאלט'ס הייבט זיך אן די ריכטיגע לעבן, מען דארף אנהייבן לויפן און קומען און ברענגן פרנסה מער ערנסט צו שפייזן די פיצלעך.
זאגט מען פארן טאט'ן אפילו דו וועסט האבן אמאל ציפעדיגע קנאבל'דיגע צייטן, עס וועט נישט אלעס גיין אזוי געשמאק, זאלסטו דיך שטארקן און ארויף גיסן צוקער, און עס זיס מאכן, דאס מיינט דו זאלסט נאר קוקן אויף די זיסע זייט פון די מטבע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

יידל האט געשריבן:איך מיין אז פון אר"י הק' זאגט מען נאך אז גיין צו א סעודת פדיון הבן איז מען מתקן פגם הברית, און אין א צווייטע פלאץ שרייבט דער אר"י אז מתקן צו זיין פגם הברית דארף מען פאסטן פ"ד תעניתים.

לגבי די אוסטרובצא'רס פשט מיין איך אז די פאנטש ליין איז אז אין ש"ס איז דא פ"ד מקומות ווי עס שטייט "כל ה... כאילו...".


סאטמארע רב ז''ל מיט הגאון ר' מה פיינשטיין זענען אמאל געווען ביי א פדיון הבן און זיי האבן געשמוסט אז זיי ווייסען נישט קיין מקור צו די פ''ד תעניתים.

א שאד אונזער ר' "יידל" אז נישט דארט געווען...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ווער זאגט דיך אז איך בין נישט דארט געווען?...

ערנסט גערעדט, כ'האב היינט נאכגעקוקט אין ספר אוצר פדיון הבן. איך האב געטראפן דאס פאלגענדע אין חלק ב' עמ' תפו הערה י' בא"ד:

...וכן הוא בשו"ת שם משמעון (יורה דעה סימן כ"ט) דפדיון הבן הוא תיקון לפגם הברית דצריכים בו פ"ד תעניות, כמבואר בכתבי האר"י ז"ל.

עכ"ל.

דא איז די תשובה: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=425&pgnum=244
איך האב עס נאכנישט דורכגעקוקט צו זען וואס שטייט דארט, וכל הרוצה לבוא ליטול את השם יבוא ויטול.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט