וויפיל שטערן׳ס זענען באשאפן געווארן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

וויפיל שטערן׳ס זענען באשאפן געווארן?

שליחה דורך ממי_שאמרו »

עס שטייט אין פסוק (בראשית א', ט"ז) "ויעש אלקים את שני המארת הגדלים וגו' ואת הכוכבים". דער באשעפער האט באשאפן די זין מיט די לבנה און די שטערן. ברענגט רש"י א מדרש אז וויבאלד דער באשעפער האט פארמינערט די לבנה האט ער פארמערט אירע הערשאפטן, מיט די שטערן. זייער אסאך שטערן זענען דא אין די הימלן און ווען מען וויל זאגן א משל אויף א זאך אז עס איז אהן א שיעור זאגט מען אז עס איז אזוי ווי די שטערן פון הימל.

 

     מיר טרעפן אין פסוק ווען דער באשעפער האט צוגעזאגט פאר אברהם אז ער וועט האבן קינדער האט ער אים געהייסן קוקן אויפ’ן שטערן און ער האט אים געזאגט, "הבט נא השמימה וספר הכוכבים אם תוכל לספר אתם ויאמר לו כה יהיה זרעך" (בראשית ט"ו, ה').

 

     יעדע שטערן איז מורא'דיג גרויס. געוויסע שטערן זענען אפילו גרעסער פון דער זון, נאר וויבאלד זיי זענען מיליאנער מייל ווייטער פון דער זון זעהן זיי אויס קלענער. יעדער שטערן איז ממש א וועלט פאר זיך. די שטערן זענען איינגעטיילט אין גרופעס וואס ווערט אנגערופען "מזלות" (constellations ). יעדער שטערן רוקט זיך און דרייט זיך אין זיין רינג. גארנישט בלייבט שטיין אויף איין פלאץ. עס קען זיך אמאל מאכן אז איין שטערן זאל קראכן אין א צווייטע און דאס מאכט אן א געוואלדיגע אויפרייס. שטיקער פון דער צוקראכטער שטערן קענען פליען אין די לופטן אסאך יארן און אמאל קען פאלן שטיקער אויף דער ערד און עס קען אנמאכן חורבנות ר"ל. על פי רוב פאלן זיי אריין אין די וואסער וואס זענען צוויי דריטל פון די וועלט. 

 

     עס זענען געשריבן געווארן אסאך ספרים דורך חכמים וועגן די חכמה פון די מזלות וואס זענען זייער אינטערעסאנט און עס זענען געווען חכמים וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן צו הארעווען און קענען די געוואלדיגע נפלאות פון דער הייליגער בורא.

 

     וויפיל שטערן זענען דא אין הימעל? דאס איז א שאלה וואס אסאך חכמי אומות העולם האבן פרובירט אויסצורעכענען אבער אהן ערפאלג. אונזערע הייליגע חכמים וואס קיין שום זאך איז געווען פארהוילן פון זיי, האבן יא געוואוסט וויפיל שטערן עס זענען דא אין די הימלען. פון א מאמר חז"ל אין מסכת ברכות זעהן מיר א חשבון וויפיל שטערן עס זענען דא. די גמרא שטעלט זיך אויף א פסוק אין נביא ישעיה.    

                                                                         

     עס שטייט אין פסוק (ישעיה מ"ט, י"ד) "ותאמר ציון עזבני ה' וה' שכחני".  כלל ישראל זאגט אין גלות, דער באשעפער האט מיך פארלאזט אין גלות און דער באשעפער האט אין מיר פארגעסן. פרעגט די גמרא אין מסכת ברכות דף ל"ב ע"ב "היינו עזובה היינו שכוחה", וואס איז דער דאפעלטע לשון, ביידע מיינען דאך די זעלבע זאך? ענטפערט די גמרא "אמר ריש לקיש אמרה כנסת ישראל לפני הקב"ה, רבש"ע! אדם נושא אשה על אשתו ראשונה זוכר מעשה הראשונה, אתה עזבתני ושכחתני".

 

     זאגט ריש לקיש אז די כונה פון דער דאפעלטע לשון איז, כנסת ישראל זאגט פארן רבש"ע, "עזבני ה'" דו האסט אונז טאקע איבערגעלאזט ווייל מיר האבן געזינדיגט אבער דו האסט נישט געדארפט אינגאנצן פארגעסן פון כלל ישראל, אזוי ווי ווען א מענטש האט חתונה מיט א צווייטע פרוי, כאטש ער לאזט איבער די ערשטע פארגעסט ער נישט פון איהר.

 

      זאגט ריש לקיש ווייטער, "אמר לה הקב"ה, בתי, י"ב מזלות בראתי ברקיע ועל כל מזל ומזל בראתי לו שלשים חיל ועל כל חיל וחיל בראתי לו שלשים לגיון ועל כל לגיון ולגיון בראתי לו שלשים רהטון ועל כל רהטון ורהטון בראתי לו שלשים קרטון ועל כל קרטון וקרטון בראתי לו שלשים גסטרא ועל כל גסטרא וגסטרא תליתי בו שלש מאות וששים וחמשה אלפי רבוא כוכבים כנגד ימות החמה וכולן לא בראתי אלא בשבילך ואת אמרת עזבתני ושכחני"!!

 

     דער באשעפער ענטפערט צו כנסת ישראל, מיין טאכטער, צוועלף מזלות האב איך באשאפן אין הימעל (א מזל איז א גרויסע גרופע פון שטערן וואס יעדע גרופע האט אסאך קליינע גרופעס אין זיך) און פאר יעדע מזל האב איך באשאפן דרייסיג "חיל", דאס מיינט אין יעדע איינעם פון די צוועלף מזלות איז דא דרייסיג חיל. קומט אויס אז עס זענען דא אלעס צוזאמען 360 חיל.                                                                         

                                                                                                   

   פאר יעדן חיל האב איך באשאפן דרייסיג לגיון, קומט אויס אז עס זענען דא 10,800 (צען טויזענט, אכט הונדערט) לגיון.

 

                                                                                                 360

                                                                                                 x30

                                                                                             10,800

     פאר יעדן לגיון האב איך באשאפן דרייסיג רהטון, קומט אויס אז עס זענען דא 324,000 (דריי הונדערט פיר און צוואנציג טויזענט) רהטון.                    

                                                                                                   10,800              

                                                                                                   x30     

                                                                                                  324,000

                                                                                                                                        

     פאר יעדן רהטון האב איך באשאפן דרייסיג קראטון, קומט אויס אז עס זענען דא 9,720,000 (ניין מיליאן, זיבן הונדערט צוואנציג טויזענט) קרטון.                                                                      

 

                                                                                                    324,000

                                                                                                    x30

                                                                                                9,720,000

 

     פאר יעדן קרטון האב איך באשאפן דרייסיג גיסטרא, קומט אויס אז עס זענען דא 291,600,000 (צוויי הונדערט איין און ניינציג מיליאן, זעקס הונדערט טויזענט) גסטרא.                                               

                                                                                              9,720,000

                                                                                              30X

                                                                                             291,600,000

 

     אויף יעדן גסטרא האב איך אנגעהאנגען דריי הונדערט פינף און זעכציג טויזענט מאל צען טויזענט שטערן אנטקעגן די דריי הונדערט פינף און זעכציג ימות החמה. דריי הונדערט פינף און זעכציג טויזענט מאל צען טויזענט איז 3,650,000,000 (דריי ביליאן, זעקס הונדערט פופציג מיליאן). אזוי פיל שטערן זענען דא אין איין גיסטרא און עס זענען דא 291,600,000 גיסטרא, דארף מען מאכן דער חשבון,                                                                                  3,650,000,000

           x291,600,000                                                                                                             

                                                                                        1,064,340,000,000,000,000

 

       דאס איז איין QUINTILLION פיר און זעכציג QUADRILLION דריי הונדערט און פערציג TRILLION שטערן.        

 

     פירט אויס דער הייליגער באשעפער, דאס אלעס האב איך באשאפן נאר וועגן די אידן און דו זאגסט אז איך האב דיר פארלאזט און פארגעסן?!

 

     דער מהרש"א זאגט אז ביי אלע גרופעס כאפט ער אן דער מספר פון דרייסיג ווייל זיי זענען אנטקעגן די דרייסיג טעג פון דער חודש. יעדן טאג פון דער חודש איז ממונה איינער פון זיי. ער כאפט אן זיבן מיני הערשאפטן וואס איינס איז העכער פון דער צווייטע. א-מזל ב-חיל ג-לגיון ד-רהטון ה-קרטון ו-גסטרא ז-כוכבים, אנטקעגן די זיבן כוכבי לכת וואס זענען דא אין די זיבען הימלען איינס העכער דער צווייטע.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר