נאכאמאל, דו האסט געפרעגט פארוואס זי האט א נישט שיינעם היטארי, אויף דעם האב איך געענטפערט זייער קלאר און דייטליך, יעצט, דו פרעגסט א פרישע שאלה, איך ווייס נישט צו זי איז געווארען מאלעסטעט אין איר לעבען צו נישט, זי - מיט א מיאוס'ן עבר און היסטארי באשולדיגט א מענטש מיט א ריינעם עבר און היסטארי מיט טשפענען, איך האב נאכנישט קיין שום נטיה צו גלויבען איר קעגן אים, פארשטאנת?
איך האב נישט געפרעגט וועגן א שיינע היסטארי. איך האב געפרעגט צו זי איז א ליגנער...
נאכאמאל, דו האסט געפרעגט פארוואס זי האט א נישט שיינעם היטארי, אויף דעם האב איך געענטפערט זייער קלאר און דייטליך, יעצט, דו פרעגסט א פרישע שאלה, איך ווייס נישט צו זי איז געווארען מאלעסטעט אין איר לעבען צו נישט, זי - מיט א מיאוס'ן עבר און היסטארי באשולדיגט א מענטש מיט א ריינעם עבר און היסטארי מיט טשפענען, איך האב נאכנישט קיין שום נטיה צו גלויבען איר קעגן אים, פארשטאנת?[/quote]
איך האב נישט געפרעגט וועגן א שיינע היסטארי. איך האב געפרעגט צו זי איז א ליגנער...[/quote]
אויף שלש עבירות איז זי נישט מקפיד, פירט א הפקר'דיג לעבען שוין עטליכע יאר, אבער איז זי מורא'דיג מקפיד אויף מידת האמת.. דו ביסט אדער דו מאכסטעך?
אוי ווי נעמט מען די גוטע צייטן... ס'איז געווען אמאל א וועלט... די אלע אויסדריקן הערט מען כסדר פון די פריערדיגע דור יודן, איי, ס'געווען א ר' ליפא פריעדמאן, א ר' סענדר... צום ערשטן מאל טרעף איך מיך אין זייער שיך! אך ווי שיין וואלט געווען ווען אונז אנשי שלומינו האבן ווען א נארמאלע מהלך, א טיעם מיט וואס מ'דיפענדט זיך, נישט יעדער שמויגער ווערט אנגערופן א ווארטזאגער, ראביי האראוויץ, אויך מיך א ראביי, ראביי נחום... חא חא חא, און מארקוס מאסרי זאגט שוין אויך סטעיטמענטס פאר די פרעסע. דאס איז אלעס א תוצאה ווייל אונז יודן האבן נישט קיין אפעציעלע ווארטזאגער, אבער איין מינוט, פארוואס אויסלאזן די גאנצע זאך? לאמיר אנהייבן פון אנפאנג.
קודם מיין פערזענליכע מיינונג, איך קען ר' נחמי זייער גוט, און סתם אזוי אויף אים גלייב איך נישט אזא מעשה, פינטל! איך קען די מדוברת, און איך ערווארט נישט פון איר צו זאגן קיין אמת בכלל, כל שכן וכל שכן ווען מ'נעמט א קאלקיולעיטער, מ'מאכט ר' נחמי מיט זיין גלענצענדע היסטארי, דאס מיידל, און איר היסטאריע אינאיינעם מיט די משפחה היסטארי... מ'לייגט צו די פאקטארן אז זי איז שטיל געווען פאר יארן, און נאר נאכן פארלירן א דין תורה איז ארויפגעקומען די מעשה, און איר אייגענע געוועזענע ב"פ שרייט אז ער ווייסט אז די מעשה איז פאברעצירט. איך דארף נאך מאכן דעם ס"ה? צו זאגן אז מיטן קענען דעם אנגעקלאגטן איז געניג? ניין, אויסדריקלך נישט קיין ראי', ווען איך בין אבער איבערצייגט אז זיי האבן דא א ציל מיט נקמה, און ס'נישט עפעס סתם איינער וואס איז אפגעפארן קומט דא מיט א קלאגע, ס'איז איינער וואס סיי זי און סיי די משפחה ארום איז באקאנט (פאר די וואס קענען זיי) וויפיל נאמנות מ'דארף זיי געבן און טאקע זיי האבן מיר געמאכט נעמען דעם שטעלונג.
איך קען מאכן נאך א פשוטע ארגיומענט, די געזעץ זאגט אינעסענט אנטיל פראווען גילטי! דא קומט א ראביי האראוויץ און אנדערע זיינס גלייכן און זענען כמעט זיכער אז ס'איז אמת... פארוואס דיזערווד ר' נחמי נישט קיין פעיר טרייעל? פארוואס ווייסט נאר די מידיע צו זאגן די מעשה אז ר' נחמי האט שטרענג געקוקט... (חחח, טאטי, ער האט מיך אנקעקוקט.) די מידיע ווייסט נישט אז חדשים לבקרים, יעדן טאג אויפן סטענד האט די מדוברת געבוירן פרישע מעשיות! און ווען מ'האט איר געכאפט ביי א ליגענט, זי האט בפירוש געשריבן אנדערש איז געווען די ענטפער "כאניש געמיינט וואס איך האב געשריבן"... דאס ווייסט נישט די מידיע... ר' נחמי איז שוין גילטי אין קאורט אוו פובליק אפיניען!!! איך רעדט שוין נישט פון די גויאישע מידיע, נאר ליידער אונז יודן ערלויבן זיך שוין צו רעדן...
די אלע אויפגעקלערטע וואס ווייזן חכמה און פרעגן "אפשר איז דאס מיידל אינעסענט אנטיל פראווען גילטי", ווייסן ניטאמאל וואס די ווארט מיינט... ביי יעדע קעיס איז דא אן אקיוזער און אן דיפענדענט, די כלל איז גילטיג אויפן דיפענדענט, די ווילסט עם באשולדיגן אויף עפעס וואס ער איז לעת עתה אינעסענט, איא? ביז ווילאנג דו פראף'סט עם נישט גילטי בלייבטער אינעסענט!
אבער די זאך גייט נאר ווייטער... אפשר קען מיר איינער זאגן וואס איך זוך אויפן באשולדיגונגס באנק? ווילסט גיין אין קאורט באשולדיגן ר' נחמי'ן, איז איין זאך! ניין, ס'נישט מותר סתם אזוי צו טרינקן בלוט פון א יוד, אבער אפילו אויב יא, וואס ווילסטו פון מיר, איך האב דיר אמאל גע'טשעפעט? די פאקט אז די חברה האבן זיך צאמגעשטעלט מיט נ.ר. און געגאנגען קעגן כלל ישראל, ארויפגעלייגט כלל ישראל אויפן באשולדיגונגס באנק דאס אליין רעדט זייער הויעך! די מענטשן ווילן נישט קיין נקמה אין ר' נחמי אליין, זיי ווילן אונטערברענגען גאנץ כלל ישראל! יעדער גוי פון די גאס האט געוואוסט פאר בלויז 10 יאר צוריק אז ביי יודן געשעהן נישט די אלע זאכן... און יא! דער רשע האט אויסגעפיהרט! די גאס רידערט! ביים גוי, אויב ח"ו קומט ארויס א גילטי אורטייל, זעמער אונז אלע, יא! דו און איך, גילטו!!!
די אלע וואס ווילן פארשטיין פארוואס אונז אנשי שלומינו זעמער אזוי שטארק אויף דיפענס, סאך מער ווי נארמאל, איז דאס די תירוץ, ווייל אז מ'אטאקירט גייט מען אויף דיפענס! רבותי, כלל ישראל איז אונטער אטאקע!!! די צייטן פון די מתיונים שפיהלן זיך איבער! די נעלאוגען, יו נעים איט! די חברה ווילן שרייען ס'אנדערע צייטן, יודן זענען פונקט ווי גוים, מ'מאלעסט קינדער טעגליך, מ'גייט אין דזשעיל טעגליך... רבותי, אונז זענער אלע אויפן באשולדיגונגס באנק!!!
צוריק צו ר' וועבערמאן, מורי ורבותי! דא רעדט מען נישט פון "אינעסענט ווערסעס גילטי". דא רעדט מען פון יודיש בלוט! מ'רעדט פון צוברעכן א יודישע משפחה, און נישט סתם א משפחה, רעדט נאר מיט יעדן וואס האט נאר אמאל געדיעלט מיט א וועבערמאן, גאלדענע הערצער איז א אנדערסטעיטמענט!!! דא רעדט מען פון מענטשן וואס גיבן זיך אוועק פאר א צווייטן! קומצעך נישט פאר משפחת וועבערמאן די בענעפיט אוו די דאוט?? מ'קען רעדן הלכה'דיג, ואהבת לריעך כמוך, לשון הרע, ווער ווייסט וויפיל עבירות מ'איז עובר, און אפילו סתם מענטשליכקייט!!!
האט שוין איינער דא אמאל באזוכט אין תפיסה? טאמער איז דא איינער וואס שרייט "זאלער גיין זיצן", זאלער וויסן אז ער האט אדער נישט קיין הארץ, אדער איזער אומוויסענד!!! גיי אמאל באזוכן אין תפיסה א יוד... א יוד וואס איז געזיצן האט מיר פארציילט אז די שווערסטע פארט איז נאך ווען מ'קומט באזוכן... ער פרעגט די ווייב וויזוי זענען די קינדער? זיי פרעגן גארנישט? און זי זאגט אלעס אקעי, ב"ה... יעדער איז פיין... און די זעלבע פארקערט, ער זאגט איר אז אלעס איז אקעי...
ביידע ווייסן דעם אמת! אלעס אקעי??!!! דא קינד קומט אהיים פון חדר און פרעגט "וואו איז טאטי"... ניין! ער האט נישט די בענעפיט פון א יתום וואס מ'קענעם מסביר זיין אז זיין טאטע איז אין גן עדן וכד', ער פרעגט אויב ס'איז אמת וואס ער האט געהערט צוויי יונגעלעך רעדן אז זיי טאטע איז אין צדזשעיל!!! יא! דאס הארץ רייסט בלויז פון טראכן!!! קענסטעך פארשטעלן א קינד זאל אנהייבן טראכטן מיין טאטע איז אין דזשעיל, יא, דארט ווי אלע גנבים זענען... און אפשר איז אמת אז מיין טאטע איז א ... וואס גייט אדורך אין אזא קינדס מוח??? אלעס אקעי??? אלעס פיין ב"ה?!!! זאגט מיר דער יונגערמאן יעדעס מאל וואס זיין ווייב איז אהיימגעגאנגען האטער ממש געוויינט וויסענדיג ווי שווער די מצב אינדערהיים איז מיט די קינדער, און די ווייב מוז נעבעך זאגן אז אלעס איז אקעי...
מורי ורבותי! איך שרייב פון א צוברעכענע טעלעפאון, צובראכענע ווערטער, אבער שרייבן שרייבעך נאך אלץ! מיין הארץ איז צושאסן וויזוי מ'קען רעדן אזוי גלייכגילטיג! מ'קומט מיט סברות אזוי און אזוי! זאלסט וויסן אז יעדעס ווארט ואס מ'רעדט קעגן ר' נחמי' אפילו נאר מיט א קוועשטן מארק, גיבט חיזוק פאר די מאוומענט וואס וויל "דיך" אונטערברענגען, און דו האסט א חלק אין איינזעצן א יוד לעולם ועד, און צוברעכן א משפחה!!! א גאנצע משפחה מיוחסת אין וויליאמסבורג גייט געבראכן, סיי די עלטערע קינדער און אוודאי די קליינע קינדערלעך.. ווער מ'קען אפילו נישט טראכטן!!!
פאר דו רעדסט ארויס א ווארט טראכט!!! בינעך גרייט דערויף???
און נאך איין מאל! ס'נישט יודיש און נישט גויאיש!!! צו באשולדיגן א מענטש אן קיין שום פראאף, כל שכן וכל שכן ווער ס'קען דא ר' נחמי און זיין משפחה, ווס די מדוברת און איר משפחה און אלע אנדערע פאקטן ארום.
און איך טראכט אזוי צו מיר, ס'איז שוין אנגענומען ביי יעדן אז אונזער קאמיוניטי באגראבט די פראבלעם פון מאלעסטערס. איז דא אמת? ניין!!! די קאמיוניטי באגראבט נישט! נישט יעדער וואס נ.ר. וויל זאל זיין א מאלעסטער איז א מאלעסטער, און אויב וויל איך האלטן אנדערש ווי עם מיינט נישט אז מ'באהאלטעס, איך האלט פשוט אנדערש! די פאקט אז געוויסע עסקנים ארבייטן שטיל און אין א פאל ס'מאכצעך יא, סאלווד מען דעם פראבלעם שטילערהייט אן קיין שפיכת דמים, און אן גיין אין קאורט מיינט נישט אז מ'לייגט דעם קאפ אין זאמד, ס'מיינט פשוט אז דו ווייסט נישט, אבער ס'איז א פאקט אז מ'נעמט כסדר קעיר!
טריי דיך צו דערמאנען, וויפיל מאל האסטו געזעהן איינעם ווערן אויס מלמד פון איין טאג אויפן צווייטן, (ניין! נישט יעדער וואס גיבט אויף מלומדות איז דאס די סיבה...) וויפיל מאל זעהסטו זאכן וואס זענען אומפארשטענדליך. דאס איז פשוט ווייל געוויסע יודן ארבייטן קלוג! סייג לחכמה שתיקה! זיי ערלעדיגן די זאכן שטילערהייט! נישט ווייל זיי פארשווייגן די זאכן.
די רשעים ווילן דו זאלסט גלייבן אז יעדער איז א שייגעץ (נאר נישט זיי) נאר מ'באגראבטעס.. ניין! מ'באהאלט עס פשוט פון זיי! אונז ווילמער נישט די מידיע זאל זיין אויף מיט אונז.
עניוועי, איך שרייב צומישט ווייל איך בין צושאקעלט!!! געקאפיט פון איי וועלט, אפי׳ געווענליך טוה איך נישט אזאלכע זאכן, ווי אויך ווייס איך אז עס באדערט פאר אסאך ניק׳ס דא ווען מען טוט דאס,(און איך פארשטיי זיי!) אבער דאך פיל איך אז דאס מאל איז אנדערש, און עס קען צוניץ קומען דא.
(אין רעאקציע צו אוי טאטי'ס מגילה:) וויפיל מאל גייט מען מעלה גרה זיין? ס'ווערט שוין איבלדיג.
אוי טאטי, אלעס וואס דארט שטייט האט מען שוין דא געשריבן, סיי די קושיות, סיי די תירוצים, סיי די קושיות אויף די תירוצים און סיי די תירוצים אויף די קושיות אויף די תירוצים און אזוי ווייטער כמעט עד אין סוף.
יאנקל כתב: לאמיך דיר זאגן עפעס, ווען איך טראכט פון א סצענע וואס נעמט אן אז וועבערמאן איז שולדיג אינוועסטיר איך נישט קיין איין רגע זיך אריינצוזעצן אין וועבערמאנ'ס שיך. אויב איך האב די צייט און עמאציאנעלע שטארקקייט זעץ איך מיר ליבערשט אריין אין די שיך פון דעם אומגליקליכן קרבן. איך האב ביי מיר אין קאפ קיינמאל נישט וויזואליזירט וויאזוי אזא געריכט וואלט אויסגעקוקט ווען איך שטיי דארטן אנשטאט וועבערמאן. איך טראכט אבער יא וויאזוי איך וואלט געשפירט שטייענדיג דארטן אנשטאט קרויס. איך ווייס אז אלס א קרבן וואלט איך געוואלט טון כל מה שביכולתי אז נאך מענטשן זאלן נישט ליידן אזוי ווי איך האב געליטן, און אז וועבערמאנ'ס אורטייל זאל זיין א ריכטיגער למען ישמעו ויראו צו ראטעווען פאטענציעלע קרבנות.
אוי טאטי האט געשריבן: און איך טראכט אזוי צו מיר, ס'איז שוין אנגענומען ביי יעדן אז אונזער קאמיוניטי באגראבט די פראבלעם פון מאלעסטערס. איז דא אמת? ניין!!! די קאמיוניטי באגראבט נישט! נישט יעדער וואס נ.ר. וויל זאל זיין א מאלעסטער איז א מאלעסטער, און אויב וויל איך האלטן אנדערש ווי עם מיינט נישט אז מ'באהאלטעס, איך האלט פשוט אנדערש! די פאקט אז געוויסע עסקנים ארבייטן שטיל און אין א פאל ס'מאכצעך יא, סאלווד מען דעם פראבלעם שטילערהייט אן קיין שפיכת דמים, און אן גיין אין קאורט מיינט נישט אז מ'לייגט דעם קאפ אין זאמד, ס'מיינט פשוט אז דו ווייסט נישט, אבער ס'איז א פאקט אז מ'נעמט כסדר קעיר!
טריי דיך צו דערמאנען, וויפיל מאל האסטו געזעהן איינעם ווערן אויס מלמד פון איין טאג אויפן צווייטן, (ניין! נישט יעדער וואס גיבט אויף מלומדות איז דאס די סיבה...) וויפיל מאל זעהסטו זאכן וואס זענען אומפארשטענדליך. דאס איז פשוט ווייל געוויסע יודן ארבייטן קלוג! סייג לחכמה שתיקה! זיי ערלעדיגן די זאכן שטילערהייט! נישט ווייל זיי פארשווייגן די זאכן.
חתוך את צואת השור ! סליחה על הבטוי, פשוט אין לי מילים אחרות.
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:אריינצוטראסקן מיינע צוויי (אפגעריבענע) פיאסטער: אלעס וואס קען שפעקולירט ווערן, איז שוין ארויסגעברענגט געווארן. איך האב נישט קיין מיינונג, ווייל איך קען נישט די פאקטן. כ'האב צוויי פאטענציעלע אם-תמצא-לומר מיינונגען. אבער כ'וועל ווארטן ביז כ'וועל וויסן דעם אמת. דעמאלט וועל איך בענטשן און שעלטן ווי בלעם.
סטיי טונד.
כפי שזה נראה עכשיו לא תהיה שום גילויים מרעישים, או הוכחות חותכות לצד זה או לצד השני, זה יהי' בערך כך, היא אומרת עדותה, בוכה קצת, נחקרת על ידי עורך דין שלו מר. פארקאש המנסה לעשות ממנה נתיחות, ואז מגיעה תורו, הרב וו. נותן נאום נחמד ומשכנע, הפרקליטים מנסים לעשות ממנו, מה שפארקאש עשה ממנה, ה12 מושבעים מחליטים זכאי או חייב, ולעולם לא נדע האם החלטתם היה מבוסס- על האהבת ישראל שלהם, או על שכנעותם בצדקת הצדיק והרשעת הרשע, ואז הברכות והקללות ישארו אצלך כשני גוים בבטנך,
יאיר האט געשריבן:רבותי, לאמיר אביסל פארגעסן פון די היציגע ויכוחים וואס קריכן שוין יעדן אויף די נערוון און זיך אריינלייגן אין פרישע געדאנקען. א צייט צוריק האט איינער (איך מיין אז גימפעל) אויפגעברענגט אן אינטערעסאנטע טעארעטישע שאלה. נניח אז מען וועט אננעמען אז היות דער אנקלעגער איז אן אוממאראלישע מיידל און דער אנגעקלאגטער איז א רעספעקטירטער מענטש ממילא איז זי נישט באגלייבט. יעצט, וואס זאל צוריקהאלטן פאר א מענטש אין א שוואכע מינוט נישט צו באגיין אזא שרעקליכע אקט, וויסנדיג אז מען וועט איר צום סוף ממילא נישט גלייבן, ווייל ער איז דאך אזא בכבוד'דיגער איד? באמת וואלט דער ענטפער געדארפט זיין אז דאס אליין אז מען וועט אים אנקלאגן אויף אזא זאך, און ער וועט ווארשיינליך פארלירן זיין פאסטן אפילו אויב צום סוף גייט ער ארויס פריי, דארף דאס זיין גענוג צו אפהאלטן א נארמאלער מענטש. ווי איז אבער ווען אין אזא פאל וועט מען ניטאמאל אויסהערן דעם אנקלאגער, נאר איר אוועקמאכן תיכף אלס איינער וואס איז סייווי א רעבעל און רעדט נישט צו די זאך? איך וויל אויך פרעגן די זעלבע שאלה פארקערט. לויט די היינטיגע סיסטעם אין קאורט ווי דער באשולדיגטער אין אזא זאך איז גילטי אנטיל פראווען אינאסענט, וואס זאל צוריקהאלטן א מענטש פון אויסטראכטן אזא מעשה אויף א שונא, וויסנדיג אז מען וועט אים לכאורה גלייבן, און אויב נישט קען ער סייווי גארנישט דערלייגן? באמת וואלט דער ענטפער געדארפט זיין אז די בושות אליין פון זיך אויפשטעלן און זאגן אז מען האט אים/איר מאלעסטעד איז גענוג אפצוהאלטן א מענטש פון דאס טון. אבער ווי איז אויב דער באטרעפנדער ליידט כמעט נישט פון קיין בושה, נאר ווערט גאר באטראכט אלס א העלד דורך די גאנצע פאבליק פאר'ן אויפדעקן אזעלכע מעשים וואס די גאנצע קאמיוניטי באהאלט אונטער'ן טעפיך?
פאר איינער וואס איז אמאהל געוועהן אין א קארט, און מעיד געוועהן אליין, ווייסט אז עס איז גאר גאר שווער צו זיצען אויף'ן עדות שטוהל און זאגען ליגענט, מען זעהט עס אדורך. כ'זאג נישט אז עס מאכט זיך קיינמאל נישט, אבער עס איז גענוג א דעטערענט פאר איינעם נישט צו וועלען אדורך גיין דער סיסטעם.
ביי דער וועי. זיי זאגען אז זי טענה'ט די אלע טענות אלץ ווייל ער האט געקלאגט איר בוי פרענד, ווייל ער האט געמאכט א טעיפ. למעשה איז די טעיפ נישט ארויס אין די גאס, למעשה איז דער בוי פרענד נישט געזעצען, טא פארוואס איז זי אזוי אויפגערעגט לדעתם, עד כדי כך צו מאכען א סצענע און דורך גיין דער עמאצעלאנער טראמא פין די גאנצע געשעפט נאר אלץ נקמה?
לאידך גיסא, אויב איז די זאך אזוי געפעהרליך אז עס קען איינעם אויפרעגען עד כדי כך, פארוואס האט ער געטוהן א זאך כזה? איז עס טאקע אויסגעהאלטען?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
כפשוט קאמפליצירט ועוד לקרא וויל איך נישט אז אין די לענגסטע אשכול אין די היסטאריע פון קאווע שטיבל זאל חלילה מיין נאמען ווערן אויסגעמעקט, אבער וואס זאל איך שרייבן? צו איחוד פעלד האט זיך אויסגעדרוקט אזוי ווי קפנדריא באשולדיגט אים? איין זאך ווייס איך אז די גאנצע אשכול איז כדי געווען פאר דעם אויסדרוק פון בענדזשאמין פרענקל "חתוך את צואת השור" און די ווערטער קלונגען ארום בחללו של עולם און פאדערן אויף יעדע אידישע נשמה חתוך את צואת השור!
איך קען פערזענליך ר' נ. וו''ב זיין גאנצע משפחה, קינדער, שוועסטערס, אלע זענען גוטע באזעצענע בא'טעמטע עסקנים וואס זענען אלץ גרייט א טובה צוטון א מענטש, און איך קען נישט נאך אזא רואיגע קיל מענטש וואס זאל טויגען אזוי גוט פאר פראבלעמאטישע קינדער. אויב די דזשורי זאגט ח''ו גילטי מיינט דאס גארנישט ביי מיר ווייל איך האב טראסט אין די סיסטעם פונקט אזוי ווי יודען האבן געהאט טראסט אין די סיסטעם אין רוסלאנד ,דייטשלאנד (חוץ אז ס'דא HARD EVIDENCE נישט HE SAID SHE SAID).
אבער ווער איז שולדיג אז ס'געקומען דערצו, איז אונזער סיסטעם וואס ווען ס'געווען HARD EVIDENCE אדער קלא דלא פסיק פון מעלעסטערס ''שיינע משפחות'' האט מען זיך אנגענומען פאר די מעלעסטערס, ביז די וויקטעמס האבן זיך געהויבען די קעפ דורך גיין אין קארט, ביז ס'ליידער אנגעקומען צו אזא מצב.
נישט קיין ספק אז ווען מ'וואלט גוט מסדר געווען די מעלעסטערס, וואלט ר' נ. וו''ב זיכער געהאט אן אנדערע סיסטעם ווי למשל די מאמע זאל זיין אינדערויסען און זאל קענען אריינקוקען פון א גלאזענע WINDOW (איך האב עס געזען ביי א חשובע רב) און וואלט נישט אליין ארומגעפארען מיט א קאר מיט מיידלעך אא''וו. כנלע''ד
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID