george washington bridge ארויף צו $13

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 286 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

george washington bridge ארויף צו $13

שליחה דורך outspoken »

אנגעהויבען פון היינט איז די טאלל אריבערצופארען george washington bridge ארויף צו $13 וואס איז די צווייטע העכערונג, וואס די PORT AUTHORITY האט פאר א יאר געשטימט אז יעדעס יאר וועט די טאלל ארויפגיין ביז DEC. 2015 און דאן וועט עס קאסטען $15 פארשטייט זיך אז זיי קענען אלץ שטימען פאר נאך העכערונגען. (איך ווייס נישט וואס איז געווארן מיט הרב ווייסהויז'ס LAWSUIT ? קוקט אויס אז ער איז פארנומען מיט פארקויפען די ברסלב'ער ספרים אין די נייע שטעטעל...)

פאר א אינגערמאן וואס דארף פארן צו א חתונה קיין מאנסי/מאנרא קומט דאס אויס זייער טייער, איז דא אן עצה צו פארן מיט די Tappan Zee Bridge וואס קאסט $5 דערנאך איז דא נאך א טאלל Yonkers Toll Barrier וואס קאסט 1.25 דערנאך נעמט מען די Willis Avenue Bridge, אדער די 3rd Avenue Bridge צו די FDR, נישט נעמען די Robert F. Kennedy Bridge ווייל עס קאסט 6.50 .

פאר די וואס ווילן זיך שפארן די Yonkers Toll Barrier וואס קאסט 1.25, קענען אריינגיין נאך די Tappan Zee Bridge צו exit 7A Saw Mill River Parkway S מ'פארט 10.6 מייל דערנאך האלט מען זיך לינקס צום Mosholu Pkwy און נאך 1 מייל גייט מען צירוק צום I-87 S/Deegan Expy exit toward Triboro Bridge (ס'נעמט 5 מינוט לענגער אבער ס'איז די זעלבע מיילעדזש)

ארויסצוגיין פון שטאט זאל מען גיין מיט די george washington bridge ווייל עס קאסט נישט קיין געלט, און מ'זאל נעמען GASOLINE אין NEW JERSEY ווייל עס איז ביליגער.

ד׳ ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום outspoken, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר