יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:און איך ווייס נישט ווער דיין חבר וואס איז א חבר מיט די געוועזענע חבר פון קרויסטע זאגט. אבער וואס איך ווייס פאר א פאקט איז אז די דעפענס טיעם האט אריינגעלייגט אלע כוחות אז ער זאל טעסטעפייען נאר די ריכטער לאזט דערווייל נישט.
אויב איז דאס דאס גאנצע וואס ער וויל סעסטעפייען דאן פארוואס וויל אים די דיפענס טיעם האבן אויפן סטענד???
און זאג פאר דיין חבר אז ווען איינער פארט אוועק און מען וויל אים האבן פאר א וויטנעס קען אים די קארט סופינען און ער קומט אהיים ווי א טאטעלע! סוי זאל ער לערנען די law און דערנאך קען ער מאכן מעשיות וואס קענען מאכן א טראפ סענס און דערנאך קענסטו נאכפלאפלען ווי א .........
כ'פארשטיי אז אין דיינע אויגען ביסטו לוחם מלחמת ה' בעמלק, אבער עס מוז נישט זיין אז ער וועט זיין א טובה פאר די דיפענס אויב ער קומט און זאגט אז זי האט אים פארציילט דערוועגען פארדעם.
קען זיין דער דיפענס וויל אים האבען ווייל זיי ווילען צושפילען דער מעשה מיט דער טעיפ כדי צו ווייזען סיבות אויף ליגענט, אבער עס מיינט נישט אז עס קען ווערען אן עדות קעגען וו"מ.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

משכיל האט געשריבן:If wbm is found guilty it would be a blow to satmar willi, thats why there is such a concern, if it would of been a private person there would of been much less noise.
וועבערמאן טעהנ'ט אז קרויס האט אויסגעטראכט די מעשות אויף אים אלץ נקמה אויף דעם וואס ער האט (צזאמען מיט איר טאטע) אפגעכאפט א ווידיאו ווי זי טוט שמיציגע זאכן מיט איר דעמאלטס'דיגע בוי פרענד שאלאמאן. קים איך יעצט דערציילען בשם איינער וואס האט אליינס גערעדט צו שאלאמאן אז ער זאגט אז קרויס האט אים אליינס דערציילט וואס וועבערמאן האט מיט איר געטוהן נאך פאר די גאנצע מעשה מיט די ווידיאו איז בכלל פארגעקימען.
דעמאלט פארוואס איז זי ווייטער געגאנגען צו אים שוין נאכ'ן דערציילן? לויט ווי איך האב געליינט טענה'ט זי אז זי האט נישט פארשטאנען וואס ער טוט מיט איר ווייל ביי אונז איז מען אזוי אומבאקאנט אין די ענינים, אבער דאס לייגט זיך אודאי נישט אויפ'ן שכל.
פארוואס לייגט זיך עס נישט אויפן שכל? דאס אז א איד אין בני ברק קען אפשווינדלן 18 און 20-יעריגע כלות און פרישע ווייבלעך אויף ס'ארגסטע און אלע זאלן אים גלייבן און דורכפאלן מרצונום, און מ'האט געפסק'נט ע"פ הלכה אז די ווייבלעך האבן א דין פון אן אנוסה "בדעת" צוליב די פארמאכטקייט וואס זיי ווערן ערצויגן אין די ענינים, דאס לייגט זיך יא אויפן שכל. אבער א צוועלעף יעריגע איז שווערער צו פארדרייען א קאפ?
בדרך אגב, איז נישט די עוולה ווען איינער האט א תאווה כעין זה. עס איז נאר אן עוולה ווען מען טוט עס. א תאווה קען א מענטש נישט קאנטראלירען אבער די מעשים יא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
יואליש האט געשריבן:כ'האב נישט געזעהן דא רעדן דערוועגן און כ'ווינדער זיך אויב ס'איז אמת. איימיצער זאגט מיר אז אלען נאדלער, דער פארפאסער פונעם עסיי "הייליגע קוגל", האט אויפגעטרעטן אין געריכט אלס אן עקספערט וויטנעס. ער האט, אנגעבליך, דערקלערט אז חסידישע מענער זענען בדרך כלל זייער געשלאגן אין פארנאגרעפיע פארוויילונגס.
איז עס וואר אז ער האט בכלל אויפגעטרעטן?
יא, אוטספאקן האט געשריבן דערוועגן דא, קוק די קומענדיגע תגובות וועלכע רעדן אלע פונעם "סאטמארען עקספערט", הלא הוא נאדלער.
ווער ווייסט, נאך א מזל ער האט נישט קיין אקסעס צו מאחורי הפרגוד דא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארוואס לייגט זיך עס נישט אויפן שכל? דאס אז א איד אין בני ברק קען אפשווינדלן 18 און 20-יעריגע כלות און פרישע ווייבלעך אויף ס'ארגסטע און אלע זאלן אים גלייבן און דורכפאלן מרצונום, און מ'האט געפסק'נט ע"פ הלכה אז די ווייבלעך האבן א דין פון אן אנוסה "בדעת" צוליב די פארמאכטקייט וואס זיי ווערן ערצויגן אין די ענינים, דאס לייגט זיך יא אויפן שכל. אבער א צוועלעף יעריגע איז שווערער צו פארדרייען א קאפ?
כ'מיין, זי האט דאך שוין מקיים געווען די מצוה באלד נאכדעם וואס זי איז געווארן א בת מצוה. און בכלל, לויט איר ביאגראפיע הערט זי זיך בכלל נישט ווי א תמימות'דיג מיידל וואס טראכט נישט ארויס פון די באקס. זי האט פארשטאנען צו דערציילן פאר איר חבר אז ער טוט מיט איר אזעלכע זאכן, און זי איז געווארן דרייצן, פערצן, פופצן, און עס איז איר נישט איינגעפאלן זיך צו אפשאקלען פון אים?
די שמועה הייסט אז זי האט געטענה'ט און איר טאטע האט זי נישט געגלייבט.