ממי_שאמרו האט געשריבן:י יעדע סאטמארע חסיד ווייסט אז שמחת תורה איז א חיוב דאורייתא צו קומען צום רבי'ן, און איך האב אויך ליב געהאט צו קומען צו זעהן דעם רבי בעל ברך משה'ס הייליגע צורה בשעת ווען ער טאנצט די לעכטיגע הקפות, און ווי אזוי ער פלעגט צודרוקן די ספר תורה צו זיין הארץ מיט אזא חביבות. אשרי עין ראתה זאת. .
אני פייגר לדעת, לו באת עם הסיפור הנורא שלך לרבך, בעל הברך משה זצ"ל, איך היה נוהג ?, האם היה שולח אותך ישר למשטרה ? או היה מתנהג כמו שנוהגים אנשי הקהילה שנתחנכו על ידו עשרים שנה, נקודה למחשבה !
סארא גערעדאכץ! וואס מיינט נארמאל? האטסטו נישט געזעהן ווי ער זאגט אז ער האט געמיזט האבן טערעפי אין די שפעטערע יארן. ער האט געליטן, ס'ווייב האט געליטן, די קינדער האבן געליטן. אבער לויט דיין פען סטעיט ארגומענט, וועסטו יעצט זאגן אז "אסך מענטשן ליידן פון שלום בית און אנדערע סאציאלע שוואכקייטן, אפי' דארט ווי מ'ריפט יא די פאליציי פאר מאלעסטעשאן."
און אז ער האט נישט קאמיטעט זעלבסמארד איז וואס? זיין פאוינט איז אז ס'זענען דא מאלעסטארס, די מאלעסטארס קומען אין אלע פארמען אריינגערעכענט חשוב'ע אידן מיט גיטע רעפוטאציעס, און אז די קרבנות מאכן איין ליידן בינם לבין קונם פאר לאנגע יארן אין שווייגעניש. דער חשוב'ע איד האט געטוהן יעדעס יאר א שיינע שידוך, בשעת זיין וויקטעם (א גאנצע פאמיליע פון וויקטעמס) פון צוואנציג יאר צוריק ליידט טאג טעגליך.
יונגערמאנטשיק, צו די פאסט איז אמת אדער נישט איז אירעלעווענט. ס'שילדערט א מעשה וואס כ'מיין יעדער פון אונז האט שוין געהערט ערשטהאנטיק פון א חבר אדער מער חברים וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט. דאס איז נישט סייענס פיקציע. ס'איז מעשים בכל יום.
יואליש האט געשריבן:יונגערמאנטשיק, צו די פאסט איז אמת אדער נישט איז אירעלעווענט. ס'שילדערט א מעשה וואס כ'מיין יעדער פון אונז האט שוין געהערט ערשטהאנטיק פון א חבר אדער מער חברים וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט. דאס איז נישט סייענס פיקציע. ס'איז מעשים בכל יום.
איך עגרי אז ס'איז ליידער דא אסאך אזעלעכע מעשיות. ס'זענען אבער אויך דא מענטשן וואס נעמען 'עדווענטידזש' פון די פאקט אז מ'קויפט גרינג אזעלעכע מעשיות, בלייבט נישט איבער קיין ברירה נאר צו זיין סקעפטיש ביי יעדע מעשה.
טייערער חבר, איך גלייב אז דו האסט נישט אינגאצן דורכגעליינט מיין תגובה, איך האב צוגעלייגט צום סוף אז מיין מעשה איז נישט אמת, ס'איז נאר כדי לשבר את האוזן. און איך וויל דיר זאגן אז ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן אזא מעשה, איך קען מיך נישט פארשטעלן דיין צער און ווייטאג וואס דו ביסט אדורכגעגאנגן די אלע יארן ביז דו ביסט געגאנגען פאר הילף. און איך האף אז דער אייבערשטער וועט דיר שענקן א גליקליך לעבן פון דא און ווייטער. אבער ליידער זענען דא אזעלעכע וואס נעמען 'עדווענטידזש' פונעם מצב, און זיי צווינגן מיך צו זיין סקעפטיקל אויף יעדע מעשה. היינט צו טאגס ווען איך ליין אזא מעשה טראכט איך צוויי מאל 'ווער זאגט אז ס'איז אמת?' און דאס איז צו פארדאנקן די רשעים וואס אביוזן די סיסטעם.
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:טייערער חבר, איך גלייב אז דו האסט נישט אינגאצן דורכגעליינט מיין תגובה, איך האב צוגעלייגט צום סוף אז מיין מעשה איז נישט אמת, ס'איז נאר כדי לשבר את האוזן. און איך וויל דיר זאגן אז ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן אזא מעשה, איך קען מיך נישט פארשטעלן דיין צער און ווייטאג וואס דו ביסט אדורכגעגאנגן די אלע יארן ביז דו ביסט געגאנגען פאר הילף. און איך האף אז דער אייבערשטער וועט דיר שענקן א גליקליך לעבן פון דא און ווייטער. אבער ליידער זענען דא אזעלעכע וואס נעמען 'עדווענטידזש' פונעם מצב, און זיי צווינגן מיך צו זיין סקעפטיקל אויף יעדע מעשה. היינט צו טאגס ווען איך ליין אזא מעשה טראכט איך צוויי מאל 'ווער זאגט אז ס'איז אמת?' און דאס איז צו פארדאנקן די רשעים וואס אביוזן די סיסטעם.
קענסט ליסטן צוויי היימישע קעיסעס פון מענטשן וועלכע האבן געזיכט צו נעמען עדווענטזש און שפילן וויקטעם?
איך וויל דא קלארשטעלן אז איך מיין נישט ח"ו צו פוגע זיין אין 'מי שאמרו', איך לייקן נישט זיין מעשה, איך קען נישט דעם יוד און נישט זיין מעשה און די וועג וויזוי ער שרייבט מאכט מיך טראכטן אז ס'איז יא אמת, ס'זענען נכרים דברי אמת. איך האב נאר געשריבן א נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.
ממי שאמרו - איך מיין ס'ווארעמט דיר אביסל אהן די הארץ צו זעהן וואו די חברים שטייען דא מיט דיר. יעצט אויף אפאר שאלות האסטו נאך נישט געענטפערט, וואס האט דיר עס געשאט פאר'ן שלום בית? און וואס איז יעצט געשעהן אז די ביסט ארויס געקומען סיי צו דיין ווייב און סיי צום עולם?? איך שטים מיט מיט דאס- דורך לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:51 am
געפילטע פיש האט געשריבן: לעמיל האט געשריבן: איך מיין די אשכול קומט מאחורי
וואס איז די מאחורי משוגעת? האסט מורא א בחור וועט עס לייענען? אדרבה, הערשט בחורים דארפן דאס לייענען, זיי זאלן וויסן זיך צו היטן.
ניין זיי האבן מורא אז איינער וואס האט נישט צוטריט צו מאחורי וועט עס ליינען וא״כ וואס איז ער מער....
איך מיין נישט פערזענליך לעמיל ס׳נאר א כלליותדיגע סאציאלע באמעאקונג...