א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
נאכן איבערלערנען ר' אהרן'ס פייערדיגע ווערטער אפאר מאל, מיין איך אז איך פארשטיי שוין פשט.
די פסוק דערציילט אונז די מעשה ווי דינה איז מאלעסטעד געווארן, און אירע ברודער, שמעון און לוי זענען געגאנגען מאכן א אינוועסטיגעישען, זאגט זיי חמור אבי שכם, מה כל הרעש? לאמיר צאלען די פופציגער קנס, מיר וועלן זיך משדך זיין, שכם וועט גיין פאר טעראפי, מ'וועט מאכן הויז ארעסט, ער וועט זיך מל זיין להכחיש כח התאוה, און מיר וועלן לעבן ווי גוטע מחותנים.
שמעון ולוי האלטן נישט פון די עצה, וייחר להם מאוד כי נבלה עשה בישראל, לשכב את בת יעקב, וכן, לא ייעשה! זיי גייען אויסהארגענען די גאנצע שטאט. יעקב אבינו הערט וואס זיינע בנים האבן אפגעטוהן, לאזט זיי רופן און געט זיי מוסר, היתכן? זיי זענען סאך מער פון אונז, זיי גייען אונז אלע אויסהארגענען, ווי איז די אחריות? האבן די ברודער געענטפערט "ויאמרו, הכזונה, יעשה את אחותנו? סוף פסוק, און מיט דעם האט זיך געענדיגט די דיסקאשען.
און דאס האט רעב אהרן געמיינט, הכזונה יעשה את אחותינו? אונזערע טעכטער זענען דען הפקר? אז איינער טשעפעט יעקב'ס א טאכטער קומט אים מיתה, נאר היינט קען מען דאך נישט טוהן וואס מ'וויל, איז תפיסה די נענסטע זאך צו דעם.
דיסקלעימער: דאס איז נישט מיין אפיניאן, איך בין נאר מסביר וואס ר' אהרן מיינט דא, ער האט געהאט טיפע כוונות, איך האלט נאכאלץ אז נ"וו, אדער מרס. דייטש קען זיין אומשולדיג.
סתם להערה בעלמא, די דעסקאשן האט זיך דא געענדיגט בלויז אין די סדרה; זיי הייבן נאך אריין פון יעקב'ן ביי די צווייטע "ואני" אין ויחי, ווי יעקב מוסר'ט זיי אויס בעפאר זיין פטירה, שמעון ולוי אחים כלי חמס מכרותיהם.