איך בין מאלעסטעט געווארן
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
פיין אפגעבוטשערט דא 4 זייטן, דעס איז די 100'טע רעאקציע און גארנישט, מ'נעמט נאכאמאל און נאכאמאל דעם העראאישן ממי_שאמרו'ס מעשה און מ'קייט עס דורך די זייט און יענע זייט ווי א מעלה גרה און קיינער ענטפערט נישט זיין תירוץ!
ער איז אדורך וואס הונדערטע צו אפילו טויזענטער בחורים (און עלטערע קינדער) גייען אדורך יערליך! ס'איז אפילו א ווייטאג צו לייקענען דעם פאקט אז ס'דרייען זיך ארום מסלתה ומשמנה פון אויבן אן אידן און טוהן די זעלבע ווי דער וואס זיצט אויפן לעצטן באנק אין פאליש.
איך מיין אז רובו דרובא מיטגלידער דא זענען עס אדורך אדער ווייסן פון נאנטע צו חברים וואס זענען עס אדורך, צו ווייסן זיי גאר פון מער ווי איינער וואס איז א רודף.
ווי איך האב שוין געשריבן אויף א צווייטע מקום דא אין ק"ש (דו"ק ותשכח) ווייס איך וואס דאס מיינט און די שווערעקייטן וואס מ'גייט אדורך.
מיין פילינג איז אויך שוין געווען, "געגאנגן! לאמיך אים זעהן זיצן פאר א מיליאן יאר און דערנאך זיין אויף פאראל פאר נאך א האלב מיליאן", אבער אלס איינער וואס האט שוין מער ווי איינמאל באזיכט תפיסות האב איך מיך אביסל געטוישט. איי וואס איז די עצה? איך ווייס נישט!!!! ס'איינציגסטע איז נאך געבליבן א ברום צו געבן בשעת מעשה ווען יענער פארפירט..
אבער דעס וואס געוויסע טוהן מיטן גאר אראפרייסן דעם בעל מספר איז א עון בל יכופר! און יא טאקע פארדעם קוקט מען אזוי אויס! יעדער קען טוהן וואס ער וויל ווייל דער דערציילער וועט נאך ווערן דער משוגע'נער און פאנטעזירער.

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
פון די לעצטע פאר תגובות קוקט עפעס אויס ווי דער עולם האט נישט געליינט די תגובה דעריבער לייג איך דאס איבער.
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:ברוין האט געשריבן:איין שאלה פאר דיר יונגעמאנטשיק
פארוואס זאל אזא ניק ווי מי שאמר עס טון?
קוק זיינע תגובות ער איז א מענטש מלא תוכן. ער קומט דא נישט שפייען אויף די רבנים ער פארציילט נאר זיין לעבנס געשיכטע פארוואס אין העלל מאכסטו דא א קאפדרייעניש? אזא איד ווי מי שאמר קומט זיך אן אויבן אן שטיל פארן דואך גיין דאס און בלייבן ערליך און פרום.
בושה זאל דיך באגיסן פארן זיין אזוי קאלט צו אצוויינטנס פיין
בנוגע ממי שאמרו האב איך אפאר מאל געשריבן אז ניכרים דברי אמת, ס'פיהלט זיך אמת'דיג, ספעציעל ווייל ער שרייבט נישט קיין נאמען, דאס מיינט אז ער זוכט קיינעם נישט צו באשולדיגן, ער זוכט פשוט אראפצונעמן א שטיין פון זיין הארץ. דעריבער האט ער מער נאמנות.
דו זאגסט אז איך בין קאלטבלוטיג? דו מעגסט אזוי האלטן, איך האלט אנדערש, איך זאג אז אזא מעשה טוט מיר באמת וויי, און איך האב געשריבן פאר ממי שאמרו דערוועגן פריוואט. און איך בין נישט קאנווינסד אז די אלע וואס שרייבן דא "איך פיהל דיין צער, איך וויין פאר דיר" און אלע אנדערע לשונות של נחמה שפיהרן מער זיין צער ווי מיר, שרייבן קאסט נישט קיין געלט. איך האלט אויף אפאר ניקס דא אז זיי פרייען זיך מער מיט די פאקט אז זיי האבן פרישע סחורה ווי ס'טוט זיי וויי אזא מעשה.
און אז איך רעדט שוין מיט דיר, וואס גייסטו טוהן אויב ממי שאמרו גייט באלד צוריקקומען און זאגן א נאמען, און ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז דער מאלעסטער איז נישט קיין צווייטער ווי דיין טאטע/שווער אדער זיידע, גייסטו נאך אלץ האלטן אז מ'דארף אים גלייבן תורת משה, אדער דו גייסט קודם וועלן "וועריפייען" די מעשה?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
http://www.jewishcommunitywatch.org/wall-of-shame-3/
מר היינס האט אויסגערומט ליבאוויטש פאר נעמען די זאך און די הענט זיי פאסטען א בילד אויף זייער website פון יעדע מאלעסטער און די קאמיונטי
אפשר מאכען מיר די זעלבע?
מר היינס האט אויסגערומט ליבאוויטש פאר נעמען די זאך און די הענט זיי פאסטען א בילד אויף זייער website פון יעדע מאלעסטער און די קאמיונטי
אפשר מאכען מיר די זעלבע?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
דאס איז דיין מיינונג, און דיין מיינונג איז וועל רעספעקטעד, איך ווייס אבער די פאקט - און וואו דערמאנט צווישן מיינע תגובות האב איך געהאט א שמיעס מיט 'ממי שאמרו' פריוואט דערוועגן - אז ס'איז נישט אזוי וואו דו זאגסט. נישט יעדער וואס פארציילט א מעשה וואס טוט ארויסברענגען די שווארצע זייט פון אונזער קאמיוניטי איז באגלייבט, און איך האב אלע רעכטן דאס צו דערמאנען פארן ציבור.
- הירשל ציג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
- קאנטאקט:
אוהב דעת האט געשריבן:http://www.jewishcommunitywatch.org/wall-of-shame-3/
מר היינס האט אויסגערומט ליבאוויטש פאר נעמען די זאך און די הענט זיי פאסטען א בילד אויף זייער website פון יעדע מאלעסטער און די קאמיונטי
אפשר מאכען מיר די זעלבע?
אלץ ליובאוויטשער זאג איך דיר אז דו זאלסט זיך נישט לערנען פון יענעם סייט
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
hirsheltzig.com
הירשל ציג האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:http://www.jewishcommunitywatch.org/wall-of-shame-3/
מר היינס האט אויסגערומט ליבאוויטש פאר נעמען די זאך און די הענט זיי פאסטען א בילד אויף זייער website פון יעדע מאלעסטער און די קאמיונטי
אפשר מאכען מיר די זעלבע?
אלץ ליובאוויטשער זאג איך דיר אז דו זאלסט זיך נישט לערנען פון יענעם סייט
וואס איז די מעשה זענעען די אלע מענטשן טשיילד מאלעסטערס? א פרוי איז אויך אויף יענע ליסט, וואס איז די מעשה?
איך האב נישט געוואלט שרייבן די מעשה סתם אזוי, איך האב עס געשריבן און געמעקט, און נאך אמאל געשריבן און געמעקט ביז איך האב זיך מתגבר געווען און געשיקט. מיין טערעפיסט האט געהאט מיט מיר א לאנגע וויכוח צו די עולם איז סתם שלעכט אדער איז פשוט אומוויסענד וואס עס גייט פאר. האט ער מיר גע'עצט אז אזוי ווי איך שרייב שוין סיי ווי דא ברבים, און די עולם קען זעהן אז מיין מאטיוו איז דייקא קיינעם נישט אינטערצוברענגען, איך זאל באשרייבן די מעשה דא ברבים, און זיכער מאכן אז מ'קען נישט געוואר ווערן ווער איך בין, אזוי וועל איך קענען זעהן וואס די רעאקציע פון א געווענדליכע איד איז.
וויל איך זיך נאכאמאל באדאנקן פאר די גאנצע עולם וועלכע איז מיר אזוי מחזק סיי אין פריוואט און סיי אין ברבים. עס העלפט אסאך, און ענק ווייסן נישט וואס א תגובה קען אמאל אויפטוהן.
בנוגע ארויפשטעלן זיין נאמען אדער בילד, איך בין געווען זייער קלאר פון אנפאנג, איך וויל נישט אז מ'זאל קענען ציען א קשר צו ווער איך בין, איך וויל נאך קענען שידוכים טוהן מיט מיינע קינדער נערמאל, זיי דארפן נישט ליידן פאר מיין עבר. און שנית, איך וויל נישט אז עס זאל ווערן א פערזענדליכע אשכול פון א מענטש וואס דעמאלס קען מען טראכטן אז איך אפשר פשוט אן אגענדע אים אונטער צו ברענגען. נישט פאר דעם בין איך אהער געקומען.
באתי לגני פאר צוויי סיבות:
צו זעהן באמת וואס יעדע אדורכשניטליכע מענטש טראכט, צו מ'איז פשוט אומוויסענד אדער סתם קערט נישט און מ'נעמט זיך אוטומאטיש אן פאר'ן רודף,
שנית, אויפצוקלערן דעם עולם אז די ענין פון יא ארעסטירן אדער נישט ארעסטירן איז נישט אזוי פשוט. אין ארץ ישראל האט הרב וואזנער איינגעפירט א מורא'דיגע סיסטעם. אז יעדע טאטע וועלכע מ'האט געטשעפט זיין קינד רופט אן א ארגענעזאציע מיט'ן נאמען ילדינו וועלכע שטייט אינטערן אויפזיכט פון הגאון הרב יהודה סילמאן שליט"א ובית דינו, און זיי רופן אריבער דעם רודף און מ'גיבט אים צוויי אפציעס, אדער גייט ער פאר הילף און די בית דין באקומט יעדע סוף וואך א בריוו פונעם דאקטאר ווי ער האלט, און אויב האט ער א חינוך דשאב דארף ער עס תיכף פארלאזן, און קיינער פון זיין משפחה דארף נישט וואוסן פון די גאנצע מעשה, און אויב פארפעלט ער צוויי שיעורים גייט מען יא צו די פאליציי. אדער גייט מען גראד צו די פאליציי. יעדע נארמאלע מענטש וועלט זיך אויס אפציע איינס. און אזוי גייט עס שוין אן פאר קנאפע 2-3 יאר מיט גרויס סוקסעס. און ווען עס פעלט טאקע אויס, גיבט איבער בית דין די נאמען פונעם רודף פאר די פאליציי.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין ארץ ישראל האט הרב וואזנער איינגעפירט א מורא'דיגע סיסטעם. אז יעדע טאטע וועלכע מ'האט געטשעפט זיין קינד רופט אן א ארגענעזאציע מיט'ן נאמען ילדינו וועלכע שטייט אינטערן אויפזיכט פון הגאון הרב יהודה סילמאן שליט"א ובית דינו, און זיי רופן אריבער דעם רודף און מ'גיבט אים צוויי אפציעס, אדער גייט ער פאר הילף און די בית דין באקומט יעדע סוף וואך א בריוו פונעם דאקטאר ווי ער האלט, און אויב האט ער א חינוך דשאב דארף ער עס תיכף פארלאזן, און קיינער פון זיין משפחה דארף נישט וואוסן פון די גאנצע מעשה, און אויב פארפעלט ער צוויי שיעורים גייט מען יא צו די פאליציי. אדער גייט מען גראד צו די פאליציי. יעדע נארמאלע מענטש וועלט זיך אויס אפציע איינס. און אזוי גייט עס שוין אן פאר קנאפע 2-3 יאר מיט גרויס סוקסעס. און ווען עס פעלט טאקע אויס, גיבט איבער בית דין די נאמען פונעם רודף פאר די פאליציי.
נו, קענען מיר עפענען אזוינס אין אמעריקע?? דאס וואלט געווען א געוואלדיגע הילף!
דאס איז א יושר'דיגע סיסטעם, צו געבן פארן רודף (וועלכער איז באמת פשוט א בעל תאווה) א בכבוד'יגן וועג ארויס נישט צו האבן שייכות מיט קינדער מעתה ועד עולם!
און מען קען נאך צולייגן צו דעם סיסטעם אביסל טעראפי פארן געטשעפעטן, און עס קען ווערן ארדענונג אויף דער וועלט.
איך בין גרייט צו עפענען אזא ארגאניזאציע, היינט! וועלכע רב קען איך נעמען, כדוגמת הרב וואזנער?
וירח ה' את ריח הניחוח
- הירשל ציג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
- קאנטאקט:
קופערניקוס האט געשריבן:הירשל ציג האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:http://www.jewishcommunitywatch.org/wall-of-shame-3/
מר היינס האט אויסגערומט ליבאוויטש פאר נעמען די זאך און די הענט זיי פאסטען א בילד אויף זייער website פון יעדע מאלעסטער און די קאמיונטי
אפשר מאכען מיר די זעלבע?
אלץ ליובאוויטשער זאג איך דיר אז דו זאלסט זיך נישט לערנען פון יענעם סייט
וואס איז די מעשה זענעען די אלע מענטשן טשיילד מאלעסטערס? א פרוי איז אויך אויף יענע ליסט, וואס איז די מעשה?
יעמער סייט איז אזוי: ס'איז גענוג אז דו ביסט אקיוזד, קיין שום ראיות נעסעסערי
דו שיקסט אן אימייל צו דער סייט און מ'שטעלט אים/איר ארויף
און ס'קען זיין אן איין מאליגע מעשה ווען די א.ג. מאלעסטער איז אלט געווען 15 יאר!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
hirsheltzig.com
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
זרעלה עס קוקט אויס ביסט צוריקגעקומען צופידעלט פון די כוף אלעף כיסלעוו חינגא, אלעס אוקי מיט דיר?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
איך אויך האט געשריבן:זרעלה עס קוקט אויס ביסט צוריקגעקומען צופידעלט פון די כוף אלעף כיסלעוו חינגא, אלעס אוקי מיט דיר?
לול,,, זעה כאטש וואס ס'געשעט ווען מ'האלט זיך איין אזוי לאנג!
און גראדע ביניך נישט געווען ביי קיין איין חינגה/ארמארי!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:דאס איז דיין מיינונג, און דיין מיינונג איז וועל רעספעקטעד, איך ווייס אבער די פאקט - און וואו דערמאנט צווישן מיינע תגובות האב איך געהאט א שמיעס מיט 'ממי שאמרו' פריוואט דערוועגן - אז ס'איז נישט אזוי וואו דו זאגסט. נישט יעדער וואס פארציילט א מעשה וואס טוט ארויסברענגען די שווארצע זייט פון אונזער קאמיוניטי איז באגלייבט, און איך האב אלע רעכטן דאס צו דערמאנען פארן ציבור.
לאמיר פרובירן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה. ווען איינער קומט זאגן אז ער איז מאלעסטעט געווארן, דאן אויב איז דאס אמת, איז די גרעסטע רשעות צו זיין מסופק אין זיין מעשה. ווען יענער האט זיך שוין גענומען די קוראזש צו אויספאקן זיינע שמוץ וועש און מען באשולדיגט אים אלס א מעגליכער ליגנער איז דער ווייטאג אומגעהויער גרויס. דעריבער, אפילו אויב עס איז נאר איין פראצענט זיכער אז די מעשה איז אמת, טאר מען בשום אופן נישט אויסדרוקן סקעפטיסיזם פארנט פון אים. ווען דו ווילסט נאכדעם גיין דן זיין אויב דו מעגסט טון פעולות אויפ'ן סמך פון זיין מעשה, דעמאלט קענסטו מברר זיין אויב עס איז אמת. כל שכן ווען די מעשה איז גאנץ זיכער אמת, כל שכן ווען דו האסט אים נישט געגעבן קיין איין ווארט חיזוק פארדעם (עכ"פ ברבים), כל שכן ווען דו שרייבסט אויף אן אופן כאילו דו ווייסט קלאר אז ס'איז נישט אמת, און ערשט נאכדעם שרייבסטו אז דאס אליין מוז אויך נישט זיין אמת. כל שכן ווען עס איז אין אזא קהילה וואס מען אונטערדריקט כסדר מענטשן וואס קומען ארויס מיט זייערע געשיכטעס.
דאס איז אויסער דעם וואס דיין שאלה איז בכלל נישט אין פלאץ דא. ווען דו ווילסט דן זיין אויב מען קען גלייבן איינעם וואס טענה'ט אז ער איז מאלעסטעט געווארן, דאן דארפסטו עפענען אן אשכול און דן זיין איבער וואס עס פארלאנגט זיך כדי מען זאל קענען גלייבן א קרבן אז ער איז טאקע מאלעסטעד געווארן. אבער ווען איינער נעמט זיך די מיה און שרייבט אפ א גאנצער אשכול איבער זיין מאלעסטעישן קעיס, איז בכלל נישט אין פלאץ צו דן זיין אויב עס איז אמת אדער נישט. דער נאמען פונ'ם אשכול איז "איך בין מאלעסטעט געווארן", אויב דו האלטסט לכתחילה אז עס איז מעגליך נישט אמת, דאן איז נישט כדאי דו זאלסט אפילו ליינען אזא מעשה וואס איז גאנץ מעגליך סתם א בלבול, ווער רעדט נאך מגיב זיין דערויף.
בקיצור, כדי צו קענען שרייבן תגובות אין אזא סענסיטיווע נושא מוז מען נוצן אביסל פון דעם טמא'נעם כלי וואס מען רופט "שכל". און אויך אביסל, א קליין משהו, פון מענטשליכע געפילן. איך ווייס אז ביידע זענען פון די כלים מכלים שונים וועלכע מען טאר נישט נוצן אויסער ווען דער רבי אדער דער חפץ חיים הייסט, אבער פארפאלן, ווען מען קומט צווישן ציוויליזירטע מענטשן איז נישטא קיין אנדערע ברירה.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אמאהל איז מען געזעצען 15 20 חבירים אין קאנטרי מוצ"ש און געשמועסט, און דער שמועס איז געפארען צו דעם, זה אומר בכה, זה אומר בכה, מען דארף יא נישט איינזעצען מפרסם זיין וכו'. שטעלט זיך אויף איינער און פרעגט ווער פין ענק דא איז אמאהל מאלעסטעט געווארען (ס'נאך געוועהן פאר נ"ר, און דער ווארט איז בעצם געוועהן א מיאוסער ווארט, און מען האט געזאגט "געטאשט" בלשון נקיה), יעדער האט געקוקט איינער אויף'ן צווייטען, ביז רוב עולם האט צוביסלעך אנגעהויבען מודה זיין איינס נאך דעם אנדערען, און כמעט יעדער האט געהאט א מעשה, אדער איז ער ל"ע געווארען מאלעסטעט, אדער איז ער כמעט געווארען.
גם אני הקטן האב געהאט וואס איינער האט מיר געטאטשד ביי די דרייצען, אבער ס'איז נישט געוועהן קיין גרויסער זאכען, כ'האב מיך נישט גענומען צום הארצען, כ'האב אפשר יא פארציילט פאר איינעם, אבער כ'בין נישט געוועהן ספעציעל אנגעצויגען דערפאר.
אן אנדער מאל, האט א עלטערער בחור פראבירט קאליע צו מאכען, און כ'האב יאר פארציילט פאר א חבר, און יענער האט מיר גע'עצה'ט קיינעם נישט פארציילען, ווייל איך וועל האבען א שלעכטע נאמען פין דעם.
די שאלה איז דא צו "מי_שאמרו" האט אויסגעפירט זיין שליחות. וואס איז ער דערגאנגען, די וואס גלייבען נישט, פארוואס גלייבען זיי נישט, ווייל זיי זענען שלעכט אדער אומוויסענד?

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
איז אזוי, איך ווייס פון צוויי מעשיות, אלס בחור, איינס, איינע פון מיינע נאנטע חברים אין ישיבה וואס איך האב באמערקט אז ער איז געפערליך נערוועז די לעצטע שטיק צייט, און נאכן צודריקן צום וואנט וואס גייט פאר האט ער מיר פארטרויערט אז א געוויסע בחור ציעט גאר שטארק צו אים, און ער האט מורא אז ער וויל טון זאכן וואס טויגן נישט, איך האב נישט געטראכט קיין צוויי, איך בין צוגעגאנגען צו יענעם'ס מגיד שיעור (היינט שוין א מורא הוראה אין א חשוב'ן מקום) און יענער האט שטילערהייט קער גענומען דערפון, און ס'איז געווארן סדר, מיט ביידע, סיי ער האט אפגעלאזט דעם בחור, און סיי יענער איז געהאלפן געווארן אין זיין שוואכקייט.
א צווייטע מעשה, איך האב אליין געזען ווי איין בחור ..... מיט א צווייטן, איך האב דאס געמאלדן פאר איינע פון די משגיחים, און יענער האט זיך באדאנקט, און קער גענומען דערפון אויך שטילערהייט, און דארט איז אויך געווארן סדר מיט ביידע.
וואס איך וויל ארויסברענגן איז צוויי זאכן, איינס אז דאס נישט אויסזאגן פאר א מגיד שיעור צו פאר די עלטערן, איז א עוון פלילי וואס קומט פון דעם וואס די עלטערן זענען נישט גענוג נאנט צום קינד בכלל, זיי זענען פאריאגט און פארפלאגט מיט פרנסה און אנדערע שטותים, אזא קינד וועט האלטן אויך א ווייטקייט פון די מגידי שיעורים ומשגיחים ורבנים וכו', משא"כ א קינד וואס וואקסט אויף מיט א מורא'דיגע נאנטקייט צו די עלטערן, און ווייסט די עלטערן האב אייביג א אוזן קשבת צו אים, און אייביג צייט צו אים, און ער קען אלעס זאגן פאר די עלטערן, האלט זיך טאקע נישט צוריק און זאגט און ווערט געהאלפן.
שנית, פארקויפט מיר נישט קיין לאקשן אז ס'איז נישטא קיינער וואס נעמט נישט קער, ווייל איך אליין האב מיטגעהאלטן ביי די צוויי אלץ עד ראי', (און אלץ עד שמועה אויף אנדערע אויך, אבער פארשטייט זיך איך קען אויף דעם נישט נעמען קיין אחריות און נישט קיין ראי' פון וואס איך האב געהערט), נאר וואס דען, די מעשיות וואס מען האט נישט קער גענומען שטינקן אזוי שטארק, אז עס פארשמעקט די מעשיות וואס מען נעמט יא קער.