יעדער קען די פילינג ווען מ'עפענט אויף א ספר אין ביהמ"ד, נישט נאר עס איז שוין אלט, נאר עס האט נאך א חתימת זקן צו אלע מעלות אינעווייניג?... צומאל קען מען טרעפן ווען דער פאריגע לומד האט נאך געהאט שווארצע האר, שפעטער ווערט עס מער גרויע, ביז עס ווערט שוין ווייס. עס איז זייער אומבא'טעמ'ט צו עפענען אזא ספר. האט דאס א מקור? איז עס ראוי אזוי צו טוהן צו נישט?
צו איז דא א מקור אריינצולייגן א האר פון די בארד וועלכע פאלט ארויס, אין א ספר????
אין די 'שיטה מקובצת (על גליון מסכת זבחים יח: את כה) ברענגט ער אראפ אז די רבינו תם האט געשיקט א בריוו צו רבנו חיים כהן תשובות אנגעפילט מיט האר, וועלכע עס איז אראפגעפאלן פון זיין בארד. דאן האט די רבינו תם עוסק געווען אין א סוגיא וועלכע האט אים זייער שטארק וויי געטוהן. דאן איז געווען איינגעפירט א געוויסע קלייד אין די מאדע, וועלכע די אידן זענען געגאנגן דערמיט. און די רבינו תם האט געהאלטן אז די קלייד איז שעטנז דאורייתא. דעריבער קען זיין אז די רבינו תם האט אריינגעלייגט די האר אין די תשובות, נישט כדי צו ווייזן אז עס איז פארהאן א מנהג אריינצולייגן האר אין א ספר. נאר כדי צו ווייזן פאר רבינו חיים כהן, ווי שטארק עס באדערט אים און עס גוט אים נישט קיין רוה, ווי אזוי די עולם גייט אנגעטוהן.
אין די שו"ת 'תורה לשמה' (פונעם בן איש חי, סי' שו) שרייבט ער פונקט פארקערט. ער שרייבט אז מען דארף אנווארענען די המון עם, נישט אריינצולייגן האר פון זייער בארד אין א ספר, ווייל עס איז זיכער נישט ראוי אז מען זאל אזוי טוהן. אזוי אויך אין ספר ליקוטי מהרי"ח ( חלק א' עמ' קו-קביעת עיטים לתורה) ברענגט אראפ א שטיקל פונעם ספר מאורי אור, וועלכע טוט זיך אויך שטארק אפרעדן אויף די מנהג. אבער ער לייגט צו, אז דאס וואס עס איז נישט גוט אזוי צו טוהן, איז נאר פאר די וואס זענען נזהר אויפן אר"י הקדוש, וועלכע שרייבט אז מען זאל נישט שניידן ח"ו די בארד, נאר פאר די מענטשן איז געזאגט געווארן אז עס איז נישט שיין. אבער מה שאין כן פאר די מענטשן וועלכע דרייען זיך אין די גאסן, און שניידן די בערד זייערע, און דערנאך ווארפט מען עס אריין אין מיסט, דאס איז אסאך ערגער און הארבער.
אין די ספר 'תורה יבקשו מפיהו', (די לעבן און שאפן פון הגאון רבי שמעון שקאפ זצ"ל) ברענגן זיי נאך, אז רבי שמעון פלעגט יא באהאלטן זיינע האר פון די בארד אין זיינע ספרים.
עס ווערט אבער נאך געברענגט מפי פון הגאון רבי חיים קניבסקי שליט"א, אז מען זאל נישט אזוי צו טוהן. אזוי אויך שרייבן אנדערע אחרונים, אז עס איז פשוט נישט בין אדם לחבירו, אז ווען מען לערנט אין בית המדרש, און מען עפענטאויף א ספר וועלכע איז פיל מיט האר, קען זיך די מענטש זייער שטארק פארעקלען, און עס וועט אים צוריקהאלטן פון צו לערנן אין יענע ספר.
למען דעת- האר אין ספרים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מ'קען מן הסתם מחלק זיין ציווישן פריוואטע ספרים אינדערהיים, וואס דעמאלס איז עס א שאלה פון כבוד ספרים ווערסעס והדרת פני זקן, און ס'איז בין אדם לקונו, און ציווישן ספרים אין בית המדרש ווי א צווייטער גייט זיך דארפן פארען מיט דיין אפפאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'קען מן הסתם מחלק זיין ציווישן פריוואטע ספרים אינדערהיים, וואס דעמאלס איז עס א שאלה פון כבוד ספרים ווערסעס והדרת פני זקן, און ס'איז בין אדם לקונו, און ציווישן ספרים אין בית המדרש ווי א צווייטער גייט זיך דארפן פארען מיט דיין אפפאל.
כ'האב אויך דאס גלייך געטראכט א חידוש ממי האט עס נישט געשריבען, כ'געדענק ווי מיין טאטע פלעגט לערנען מיט מיר אין שול און ער פלעגט עפענען א ספר און טרעפן דארט האר ווי ער פלעגט שפרינגען...