למען דעת- האר אין ספרים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

למען דעת- האר אין ספרים

שליחה דורך ממי_שאמרו »

יעדער קען די פילינג ווען מ'עפענט אויף א ספר אין ביהמ"ד, נישט נאר עס איז שוין אלט, נאר עס האט נאך א חתימת זקן צו אלע מעלות אינעווייניג?... צומאל קען מען טרעפן ווען דער פאריגע לומד האט נאך געהאט שווארצע האר, שפעטער ווערט עס מער גרויע, ביז עס ווערט שוין ווייס. עס איז זייער אומבא'טעמ'ט צו עפענען אזא ספר. האט דאס א מקור? איז עס ראוי אזוי צו טוהן צו נישט?

צו איז דא א מקור אריינצולייגן א האר פון די בארד וועלכע פאלט ארויס, אין א ספר????

אין די 'שיטה מקובצת (על גליון מסכת זבחים יח: את כה) ברענגט ער אראפ אז די רבינו תם האט געשיקט א בריוו צו רבנו חיים כהן תשובות אנגעפילט מיט האר, וועלכע עס איז אראפגעפאלן פון זיין בארד. דאן האט די רבינו תם עוסק געווען אין א סוגיא וועלכע האט אים זייער שטארק וויי געטוהן. דאן איז געווען איינגעפירט א געוויסע קלייד אין די מאדע, וועלכע די אידן זענען געגאנגן דערמיט. און די רבינו תם האט געהאלטן אז די קלייד איז שעטנז דאורייתא. דעריבער קען זיין אז די רבינו תם האט אריינגעלייגט די האר אין די תשובות, נישט כדי צו ווייזן אז עס איז פארהאן א מנהג אריינצולייגן האר אין א ספר. נאר כדי צו ווייזן פאר רבינו חיים כהן, ווי שטארק עס באדערט אים און עס גוט אים נישט קיין רוה, ווי אזוי די עולם גייט אנגעטוהן.

אין די שו"ת 'תורה לשמה' (פונעם בן איש חי, סי' שו) שרייבט ער פונקט פארקערט. ער שרייבט אז מען דארף אנווארענען די המון עם, נישט אריינצולייגן האר פון זייער בארד אין א ספר, ווייל עס איז זיכער נישט ראוי אז מען זאל אזוי טוהן. אזוי אויך אין ספר ליקוטי מהרי"ח ( חלק א' עמ' קו-קביעת עיטים לתורה) ברענגט אראפ א שטיקל פונעם ספר מאורי אור, וועלכע טוט זיך אויך שטארק אפרעדן אויף די מנהג. אבער ער לייגט צו, אז דאס וואס עס איז נישט גוט אזוי צו טוהן, איז נאר פאר די וואס זענען נזהר אויפן אר"י הקדוש, וועלכע שרייבט אז מען זאל נישט שניידן ח"ו די בארד, נאר פאר די מענטשן איז געזאגט געווארן אז עס איז נישט שיין. אבער מה שאין כן פאר די מענטשן וועלכע דרייען זיך אין די גאסן, און שניידן די בערד זייערע, און דערנאך ווארפט מען עס אריין אין מיסט, דאס איז אסאך ערגער און הארבער.

אין די ספר 'תורה יבקשו מפיהו', (די לעבן און שאפן פון הגאון רבי שמעון שקאפ זצ"ל) ברענגן זיי נאך, אז רבי שמעון פלעגט יא באהאלטן זיינע האר פון די בארד אין זיינע ספרים.

עס ווערט אבער נאך געברענגט מפי פון הגאון רבי חיים קניבסקי שליט"א, אז מען זאל נישט אזוי צו טוהן. אזוי אויך שרייבן אנדערע אחרונים, אז עס איז פשוט נישט בין אדם לחבירו, אז ווען מען לערנט אין בית המדרש, און מען עפענטאויף א ספר וועלכע איז פיל מיט האר, קען זיך די מענטש זייער שטארק פארעקלען, און עס וועט אים צוריקהאלטן פון צו לערנן אין יענע ספר.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר