וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

זיבן זענען פאוואונדערט געווארן אין א העליש פייער איצט פארנאכטס אין א אפארטמענט בילדינג אין בראנקס. דריי פייער לעשער זענען געווען צווישן די צו ווערן אפגעפירט אין שפיטאל פאר היילונגס. די אורזאך פון וואס די פייער האט אויסגעבראכן איז נאכנישט באוויסט. "די פלאמען זענען געווען ווילדע, און זענען גאר שנעל ארויס פון קאנטראל" זאגט א צוקוקער. "אפילו א ספיידער וואלט נישט געקענט נאכלויפן דעם קאנטראל" זאגט ער.

צוויי פיר-און-צוואנציג יעריגע יונגען זענען ארעסטירט געווארן און ווערן אנגעקלאגט אין א שיסעריי אין פעטרוסאן ניו גערסי. די צוויי זענען געפארן אין א קאר און האבן זיך אפגעשטעלט צו בארויבן א שפאצירנדע מאן. נאכן זיך אפזאגן פון געבן, האבן זיי אים געשאסן. זיי זענען געפינען געווארן אנגעגעבענעם קאר. זייער מאטיוו איז נאך אומקלאר, זיי זענען אבער ווארשיינליך געווען נאך אינעם קאנטראל.

פאליציי אין קווינס האבן ארויסגעשאסן זעקס רונדען קוילן און דערהארגעט א דראג פארברעכער, נאך וואס ער איז ארויסגעקומען פון א שווארצע קאר, מיט א אויסקוקנדע גאן אין האנט. פאמיליע פונעם געשאסענעם זאגט אז די גאן וואס ער האט פארמאגט איז געווען א פאלשע, אבער דעטקטיוון צייגן אן אז דאס איז אויך נישט לעגאל אין ניו יארק. דער פארברעכער איז שוין געווען ארעסטירט ניין-און-דרייסיג מאל בעפאר. "די פאליציי זענען פילייכט געווען אינדרויסן פון קאנטראל" ברויזט א משפחה מיטגליד.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'נר מצוה'. אונזערע פלאמען האלטן זיך רואיג, און אינעם קאנטראל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך ברוין »

מ'האמיר געמיסט די נייעס די פאר טעג
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א פארברעכער ווערט געזיכט נאך וואס א איין-און-דרייסיג יעריגער מאן איז געשאסן געווארן צום טויט אויף די אכט-און-פופציגסטע גאס אין מענהעטען. צוקוקער ביים סצענע האבן געזעהן א מאן אריינגיין אין א קאר דערנעבן. אבער אנדערע זאגן אז מ'האט קיינעם נישט געזעהן. "דער שיסער איז ווי איינער וואס עקזעסטירט נישט" זאגט א דערנעבנדיגער. פאליציי זיכן אויף סעוויליענס קעמערע פאר עפעס באווייז. "אנע באווייז קען מען קיינעם נישט ארעסטירן!" זאגט די פאליציי שעף.

א צוועלעף יעריג קינד ערהוילט זיך אין שפיטאל נאכן פאלן אין א עלעוועיטאר שעפט פון די דריטע שטאק אין מאונט-ווערנען. די קינד איז געפאלן נאך וואס ער האט זיך אנגעלאנט אויפן פארמאכטן עלעוועיטאר טיר, און ס'האט זיך פלוצליג צועפענט. ער איז אפגעקומען מיט איטליכע צובראכענע ביינער. די בילדינג דעפ. איז אראפגעקומען פאר אינטערזיכונגען. אבער נישט געפינען קיינע באווייז. "אנע באווייז קען מען נישט קלאגן דעם בילדינג".

אויב סענדי האט נאר אויסגעוואשן די הייזער פון לאנג ביעטש, האט זיך אין די טעג אינפארמירט א גרופע וואלאונטירן וואס גייען ארום וואשן און צוזאמלייגן די וועש פאר די ארטיגע איינוואוינער וואס סענדי האט געוואשן און צוזאמגעלייגט זייערע הייזער. "סענדי וועט זיכער געפינען ווערן שולדיג, מיט קלארע באווייזן פון אייער צוזאמגעלייגטע זאקן" זאגט א וואלאונטיר.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דבש מילך'. מיט אייער באווייז, ווייזט איר אייערע טאלאנטן, און וואשט אויס אייערע מאלצייטן מיט דבש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א פרוי איז געשאסן געווארן צום טויט אין א פארקינג לאט אינדרויסן פון ברוקדעל יוניווערסעטי האספיטל אין ברוקלין. די פאטאלע שיסעריי איז פארגעקומען נאך א באזיך ביי איר קינד וואס איז אין שפיטאל פאר היילונגס. "פונקט פארענט פון א שפיטאל האט זיך די מערדער געטראפן ס'פלאץ?!" ברויזט די מאמע פונעם געשאסענעם. "פארוואס האט דער וואס האט לעגאל געמאכט גאנס, אומלעגאל געמאכט קעמערע'ס?" שרייט זי.

א ריזן חלק פונעם שפיץ פונעם ווארלד-טרעיד-סענטער איז היינט אנגעקומען קיין מענהעטען. די שטאלענע מעטאל וואס איז פיר-הונדערט-אכט פיס הויעך, איז צוטיילט אויף ניין שטיקער, און וועט מארגן אנגעהויבן ווערן ארויפגעשלעפט. ס'קען נעמען דריי חדשים ביזן פארענדיגן. און דערמיט ווערן די דריטע העכסטע בילדינג אין די וועלט. "אמעריקע וועט זיך נאך בעטן צו ווערן אנערקענט אלס א אייגן לאנד ביי אונז אין ניו יארק" זאגט בלומבערג.

דריי-הונדערט סעקיוריטי אפיצירן פון דזשעי-עף-קעי לופטפעלט גרייטן זיך צו סטרייקן און פראטעסטירן ענדע וואך, אויב זייער פארלאנג פון א העכערן געהאלט ווערט נישט נאכגעגעבן. "די שוידער פון יעדן פאסאנזשיר אינעם לופטפעלד, איז נאר געוואנדן אין אונז" זאגט א אפיציר. דער טעראריסט פארדינט שוין מער פון אונז" פירט ער אויס. "פאר אכט דוללער א שעה, איז ניטאמאל ווערד די זעקל אין וואס די באמבע ליגט".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'וואדהאל האספיטעל'. אונזערע קעמערע'ס זענען אויסגעשווענקט געווארן מיט בליעטש, און איז גרייט אויף יעדן שיסעריי פאל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

שעפטל: וויפעל קאסט צו זיין א ספאנסער?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאר דיר בחינם
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

די מערדער וועלכע האט אומגעברענגט די אידישע יונגל 'איתן פעטץ' האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אין געריכט.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

וואס איז נייעס: די טעראריסט וואס איז היינט געהרג'ט געווארן איו ירושלים האט געהאט א פאלשע גאן - גוט פאר איהם
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ניו גערסי גאווענער 'קריס קריסטי' האט זיך היינט אין א אינטערוויאו אויסגעדריקט אז די וואס זאגן אז ס'וועט אים זיין שווער צו געווינען פרעזידענטשאפט צוליב זיין איבערוואגיגקייט, זענען סתם נעריש. "איך בין מער פון בלויז אביסל איבערוואגיג, נאר אסאך איבערוואגיג" זאגט ער. "אבער איך קען נאך אריינגיין אינעם ווייסן הויז". פירט ער אויס. "און אויב נישט, וועט די ווייסע הויז אריינקומען אין מיר".

א מאן אין קווינס איז היינט ערשינען אין קאורט וואו ער ווערט אנגעקלאגט פארן הארגענען זיינע עלטערן, ביידע אין באזונדערע אטאקעס. דער באשולדיגטער זאגט אז ער איז נישט באזארגט, זינט ס'איז נישט דא קיין באווייז אז ער האט זיי געהארגעט, ווארום קיינער איז נישט געווען אין די הויז וואס איז געווען פארשפארט מיט דריי שלעסער.

א דריי-און-דרייסיג יעריגער 'פרעדי קעיט' איז ארעסטירט געווארן און ווערט אנגעקלאגט פאר דריי רויבערייען -אלע דריי אין א עלעוועיטאר- אין מענהעטען. די לעצטע איז געקומען אין אן אנפאל אויף א פונף-און-אכציג יעריגע פרוי אין א עלעוועיטאר. נאכן איר בארויבן אירע קרעדיט און מעטרא קארטלעך, האט זי געריפן פאליציי, און האבן אים ארעסטירט. מ'פרובירט צו דערגיין וויפיל שלעסער די עלעוועיטאר האט געהאט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די עלעוועיטארס אינעם ווייסן הויז. שטימט פאר אונז אנצוקומען צום ווייסן הויז #עלעוועיטאר טווענטי-זיקסטין.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א קינד איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אין א סטאבעלירטן מצב, נאכן אראפטאנצן פון א פענסטער פון א שולע אין לאנג איילענד. איינגעשטעלטע פרובירן צו דערגיין אויב ער האט איבערגעלאזט א צעטיל פאר א חבר. "אונז זענען שאקירט, אונז האבן מיטלייד מיט די פאמיליע, און מיר קוקן ארויס פאר זיין פולקאמע ערהוילינג" זאגט זיין לערער. אנדערע שטודירן אויב ער האט פרובירט נאכלויפן א נארוואס ארויסגעפאלענע דאונאט.

זעקס גאזאלין סטאנציעס אין ניו גערסי האבן באקומען גאר שטארקע גאזאלין וואס ווערן גענוצט פאר פליגערס. די אכציג-טויזענט גאלאנען זענען געווארן צוריק צוזאמגענומען היינט דורכן טאג. "מ'האט דאס אויפגעכאפט נאך וואס קליענטן האבן זיך אפגערעדט אז זייערע קארס האבן זיך געהויבן אין די לופט". זאגט א ארבעטער. סייענטיסן גיבן איבער אז די גאור-פאנדעישאן פלעגט אלץ זאגן אז פליגערס גיבן ארויס די ווארימע לופט, וואס פירט צום גלאובאלע-ווארעמינג.

די דריי גאווענערס פון ניו יארק, ניו גערסי, און קאנעטיקאט האבן זיך צוזאמגעשטעלט פארלאנגענדיג הילף פון די קאנגרעס פאר די סענדי געליטענע. דאס קומט נאך וואס די קאנגרעס האט צוריק געוויזן א פארלאנג פון זעכציג מיליאון פאר הילף. אין די צייט וואס מעסעדשעס ווערן געשיקט פון אלע זייטן, שיקן די גאווענערס א מעסעדש פארן קאנגרעס אז "דאס זיך ארום שפילן מיט די געליטענע איז נישט קיין קינדער שפיל". דער ערפינדער פון 'קינדער שפיל' אנטזאגט זיך פון קאמענטירן דערויף.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פאדריגאל'ס דאונאטס'. אונזערע ווארימע דאונאטס פאלן נישט מיט די פליעדיגע ווארעמקייט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א גוטע וואך.

א מאן אין די פערציגערס איז אראפגעקלאפט און דערהארגעט געווארן אונטער א גאסן-קלינינג טראק אין ברוקלין. אלטערנעט-סייד-טיקעטינג ווערט סוספענדירט מארגן ארויסצייגנדיג טרויער.

סעקרעטערי-אוו-סטעיט פרוי קלינטאן איז צוזאם-געפאלן און געווארן אפגעפירט אין שפיטאל, וואו זי ערהוילט זיך. 'די צייטונג' האט אנגערופן אפגיבן איר מיטלייד.

מעיאר בלומבערג האט אונטערגעריסן דעם ווייסן הויז פאר נישט טוהן געניג קעגן גאנס. "ס'איז אומדערהערבאר אז קינדער וואס קענען נאכנישט טרינקן זעכצן אונס מילך, זאלן אזוי קאלטבלוטיג דערשאסן ווערן" ברויזט ער.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'שם-ראק סקעפאולדס'. פאוסט-נאו-בילדער!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

צוויי טויט און איינער אין שפיטאל נאך א פאטאלע צוזאם קראך אויפן קינגס הייוועי. די עקסידענט איז געשעהן נאך וואס די קאר איז אריינגעפארן אינעם קעגנקומענדע ליניעס. גיין קעגן דעם שטראם איז שוין א אלטע ערשיינונג אין ניו יארק, זינט די קאלטע גלעזל איז געגאנגען קעגן דעם שטראם לעמאן דזשוס פון דערינען.

גאווענער קאומא האט אין א קאנפרענס געמאלדן דעם שידוך צווישן פערציג מיליאון טאללער פונעם פעדערל, און נעסאו קאונטי, פארן אויפרייניגן און איבערבוי נאך סענדי. פונעם שעריף'ס אפיס האט מען נאכנישט ראגירט צום שידוך.

א פייער האט אפגעווישט א צוויי-שטאקיג בילדינג אין בראנקס. צוויי פייערלעשער און א פאליס מאן זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו זיי קומען אפ מיט לייכטע ברען וואונדן. לויטן פראצענט מערהייט, איז דאס ווארשיינליך א טרעפיק פאליציאנט'קע, בשעת'ן אויסשרייבן א טיקעט פארן פייער טראק.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: פירסט-טשויס דייעטע. מיר גייען קעגן דעם שטראם פונעם אויליגן פאנקען.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די פרייז פונעם פארלאנג פארן נייעם טאפען-זי בריק איז אראפ צו בלויז דריי-ביליאון, נאך וואס די סטעיט האט אפגעזאגט א פארלאנג פון דריי-א-האלב ביליאון. "מיטן נידריגערן פרייז, איז דא מעגליכקייטן פון א נידריגערן בריק" זאגט קאומא. "און פון א חלום ביזן איינטינקן א שאוועל אינעם ערד, איז שוין בלויז א קאצן שפרינג" פירט ער אויס.

א שפיל פון גאנס און מעסערלעך וואס גייט שוין אן יארן אין וועסטשעסטער קאונטי, איז אפגעריפן געווארן דורך די עקזעקאטיוו סופערווייזער פונעם קאונטי, נאכן מאסן שיסעריי די וואך. "מיר וועלן אויך נישט באנייען דעם קאנטראקט פאר קומענדיגע יארן" זאגט די סופערווייזער. "אז פונעם שפיל, איז געווארן א שעדליכע שפיל, איז דאס ממש א שפיל מיט פייער".

א פייער האט אויסגעבראכן אין א דזשאנק-יארד אין קווינס, און האט מיטגענומען אלעס דערינען. קארס, העלצער, רעדלעך, און פארברענטע קארס. די בילדינג דערנעבן איז געראטעוועט געווארן. ס'איז אומקלאר די אורזאך פונעם פייער. מאנכע זאגן אז מ'האט געזעהן עלימענטן זיך שפילן דארט בעפאר. "אז פונעם שפיל, איז געווארן א שעדליכע שפיל, איז דאס ממש א שפיל מיט גאנס און מעסערלעך". זאגט א דיטעקטיוו.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די פלעיקידאו מקוה איד. אונזערע מעסערלעך בלייבן מיט די הויעכע פרייזן. ס'איז קיינע שפילן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

ווידעראמאל האט א פאליציי מאן געמאכט נייעס מיט א טאהט פון חסד, נאכדעם וואס ער האט אפגעשטעלט א אינגע מאן אין פלענאוי, וואס האט זיך פארענטעפרט אז די סבה פארוואס ער האט אן אפגעלאפענעם רעגיסטראציע קארטל איז פשוט ווייל ער מיטשעט זיך מיט געלט און דארף שפייזן זיין געזינדעל, די פאליס האט אים דערלאנגט א טיקעט, און ווי ערשטוינט איז דער מאן געווארן ווען אויפוויקלענדיג די קוויטל האט זיך אנטפלאקט פאר זיינע אויגן א הונדערטער באנקנאט.
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ער האטאך אים אבער געגעבן א טיקעט וואס קאסט געלט ניין?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

מיט די געלט האט ער באנייט די רעגיסטראציע, וואס דאן ווערט די טיקעט דיסמיסד.
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

צוויי העלדן וואס האבן איטליכע וואכן צוריק ארויסגעראטעוועט א מאן פון די שינעס געציילטע סעקונדן בעפאר די באן איז דורכגעפארן, זענען היינט צוזאמגעברענגט און ארויסגעהויבן געווארן דורך די סיטי. "די צוויי האבן שוין געזעהן די לעקטער פונעם באן זיך דערנענטערן" זאגט ברוקלין בארא פרעזידענט מארטי מארקאוויטש. "אין ווינציגער פון דרייסיג סקונדען איז שוין די לעקטער נישט געווען זעהבאר" פירט ער אויס. "נאך א מזל יעצט איז נישט די זוממער זייגער!" זאגן זיי.

ניו יארק סיטי אפישאלס האבן אין ליכט פון די מאסן שיסעריי פארריפן א קאנפרענס, און פארשפראכן אז אלע וואס פארמאגן אומלעגאלע גאנס, זאלן דאס אריינברענגען אין פאליציי סטאנציעס, און וועלן באקומען הונדערט טאללער דערפאר. "איך קען אליינס גיין עס אפנעמען אויב איר וואוינט ווייט פון א סטאנציע" זאגט קאנסלמאן ראבערט דזשעקסאן אויף די טרעפ. איינער האט א וויץ אויף דעם? נעהה, פארגעריט. ס'א שטיק וויץ.

צוויי פאקיסטאנע געבוירענע, פלארידע אויפגעוואקסענע ברידער זענען ארעסטירט געווארן לעצטע חודש אין זייער היים אין פלארידע. און זענען היינט געווארן אנגעקלאגט פארן פלאנירן אויפצורייסן ניו יארקע צילן. זיי זענען געווארן אויפגעכאפט נאך וואס זיי האבן געזיכט אויפן וועב פאר הילף מיט געלט. זיי ווערן אצינד געהאלטן אן בעיל. איינגעשטעלטע אין בעליוויע זענען שאקירט אז מענטשן ווערן געהאלטן אן בעיל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: באמפער סטיקערס. ווען מ'וועט נישט פארשטיין די טרעפ שמיעסעריי, וועלן מיר פארריפן א קאנפרענס. דערווייל זעמער אויף בעיל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ש'כוח שעפטל!! היינט האמיר די נייעס אביסעל פריער ווי געווענטליך......
נו גוט נו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך נו גוט נו »

עפעס טוט זיך אין ארץ ישראל א היימישע אינגערמאן פון א חסידות וואס גייט נישט צום כותל האט געטראפן ביים כותל 2 מיליארד אנדערער זאגן נאר 2 מיליאן דאלער, אין קעש געביגעלטע הינדערטערס, ער האט עס אריין געגעבן פאר די משטרה, עס איז נאך ביז דערווייל אויף אויספארשונג
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
נו גוט נו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך נו גוט נו »

איך אויך האט געשריבן:סארי צו באסטן די באבל.

פיין האט עס געבאסט.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

2 רויבער זענען אנטלאפען פין טשיקאגוי טורמע
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א דריי יעריג קינד מיט זיין צוויי-און-דרייסיג יעריגע מאמע זענען געפינען געווארן טויט נאך א פייער אין זייער היים אין סקאטש פלעינס. אינוועסטאגעישאנס זענען העפטיג ביי די ארבעט, נאך וואס די פייער קוקט אויס פארדעכטיגט. שכינים דרוקן אויס זארג נאך וואס די הינטל איז אויך געפינען געווארן טויט.

א עלטערע מאן איז געשטאכן געווארן אין א רויבעריי אין סטעטן איילענד. ער ערהוילט זיך אין שפיטאל מיט מילדע וואונדן. דער שטעכער איז אנגעבליך א ספאניש אפשטאמיגער אין די צוואנציגער יארן. ס'איז אומקלאר אויב דער געשטאכענער רעדט ספאניש. דערווייל זינגט ער זיך אונטער. דאקטורים פרובירן דערגיין די אפשטאם פונעם ניגון.

אריינקומענדע נייעס: א מאסיווע עקסידענט אויפן לאנג איילענד עקספרעסוועי. עקסידענט נעמט אריין דריי טרעילערס, זיבן-און-צוואנציג קארס. אכצן זענען אריינגעפירט און ווערן באהאנדלט אין שפיטאל. איינער טויט. איטליכע קארס זענען ארויף אין פלאמען.
פאר מער, דריקט דעם געז-פעדעל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'רעקארד-פלעיאר'. מיט אונזער שפאגל נייע פראפעסאנאלע שטאב רעקארדס, וועט איר שנעל אויפכאפן א ניגון.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט