חג כ"א כסלו על שום מה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ענקער שאלה.
חוץ מזה וואס איז ידוע אז דער סאטמאר רבי איז געווען אויסגעהאלטן יעדע תנועה ע"פ שו"ע, "איז דאך ידוע אז איינע פון די ד' צריכים להודות איז איינער וואס קומט ארויס ממות לחיים, איז דען דא א הלכה אז אויב איינער איז געראטעוועט פון א תפיסה דארף ער נישט לויבן השי"ת וויבאלד אנדערע אידן ליידן נאך דארט? און אויב איינער איז אויפגעשטאנען געזונט פון א שווערע מחלה זאל נישט מאכן קיין סעודת הודאה ווייל עס זענען פאראן נאך אידן אין שפיטאל קראנק? אתמהה".

לגבי עצם הטענה,
יש הבדל גדול, בין מי שיצא מבית אסורים או נתרפא מחליו, אף שעדיין יש אסורים וחולים אחרים, לבין אסון ציבורי, שיש "גם" ניצולים,

ולכן לא עלה על דעת ירמיהו הנביא, ורבי יוחנן בן זכאי וחבריו לקובע יום משתה ושמחה, ואף שידעו גם ידעו מסוגיות ארבעה צריכים להודות, [ואף יתכן שבזמן הבית היה מביאים קרבן תודה כהודאה פרטית] עדיין לא ראו כאן סבה הגיונית לחגוג חגיגות ולערוך מסיבות,
ובעקבותיהם הלכו כל גדולי עולם במשך הדורות, הלא לאורך הגלות היה כל מיני פרעות רציחות והריגות, ולא עלה על דעת אחד מגדולי ישראל שניצלו לקבוע יום הודאה [עיין ערך ר"ת, כשניצול מהפורעים והרוציחים בימיו, וכן הש"ך ושאר גדולי עולם שנצלו בגזרת ת"ח ות"ט]. והסבה לזה היא משום שהם הסתכלו על האירועים באספקלריה כללית וציבורית, ולכן קבעו יום קינה לדורות.

אדרבה רבי שמעקעדיג תראה לי מקרה אחד, בהיסטוריה היהודית, שהיה בו אסון לאומי ציבורי , והיה שם אודים מצולים מאש, שיעשו עסק מהנסים וההודאה, [מצאתי אחד, נח כשיצא מן התיבה, אבל אין מביאין ראי' מבני נח..., וגם שם לא היה חג, אלא קרבנות שהביא נח כהודאה פרטית חד פעמי].

מדוע דוקא כאן לא נוהגים ע"פ הכלל הישן, אשר במחנינו היא אור לרגלינו, "צאו לך בעקבות הצאן", ולהתנהג כמו שנהגו אבותינו במקרים כאלו, אתמההההה,
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בנימין פרנקל האט געשריבן:וכך קבלתי מרבותי- עם חוקר תתחקר ועם חסיד תתחסד,

גוט איז גוט :לייק
קענסט מיך פארבינדען מיט דיינע רביס? :)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א ווארט צו די אלע ליינער וועלכע פארשטייען נישט כ"א כסלו שמחה, ולשמחה מה זו עושה?

די הלכה אין שו"ע איז, ביי א לויה רח"ל דארפן די אבלים תיכף נאך די ברכה פון דיין האמת מאכן א ברכה הטוב והמטיב. לכאורה, ולשמחה מה זו עושה? שטייט דארט א יתומ'ל ווען ער זעהט די פריש גע'עפענטע קבר פון זיין באליבטע און ער דארף מאכן א ברכת הטוב והמטיב?

נאר די תירוץ איז נישט אזוי פשוט און נישט אזוי פארשטענדליך, אבער איך וועל מקדים זיין אן הקדמה:
חוה"מ סוכות תש"ל האט די רבי בעל ברך משה זצ"ל געהאלטן א דרשה אין ראדני, דער עולם איז געווען צושאסן און צובראכן פונעם רבי בעל ויואל משה/דברי יואל געזינט צושטאנד. אונז דארפן פארשטיין, פאר אונז איז טאקע וויסט איבערגעטריבן וואס מ'האט געטוהן (מיט א גרויסע אומרעכט) מיט'ן רבי ז"ל לאחר פטירתו, וואס אין כאן המקום להאריך. אבער פאר די אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג, פאר די אידן וועלכע האבן פארלוירן אלעס אין די וועלט, פון א טאטע מאמע ביז די יוגענט חברים, איז די רבי געווען זייער טאטע, מאמע, חבר, און ברודער און פארשטייט זיך רבי.

על כל פנים, דער עולם איז דעמאלס געווען צושאסן און צובראכן פונעם רבי'נס געזינט צושטאנד, און די רבי (דאן סיגוט'ע רב) האט געהאלטן א דרשה ברבים אין ראדני ביהמ"ד, און דאס איז תוכן הדברים: מז'אגט ביים דאווענען, ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו... וחיי עולם נטע בתוכנו. לכאורה וואס הייסט וחיי עולם? א מענטש לעבט דען אויף אייביג? נאר חיי עולם מיינט צדיקים וואס סיי ווען זיי לעבן געזינט און סיי נישט, ווערן זיי אייביג אנגערופן חיים. מיר דאנקן דעם אייבערשטער יעדן טאג אז דער אייבערשטער האט אונז איבערגעלאזט א רבי וואס נישט קיין חילוק צו זיין געזינט צושטאנד, דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטער מיט'ן גאנצן הארץ יעדן טאג ביים דאווענען.

לאמיר נישט פארגעסן ווער עס האט דאס געזאגט, דאס האט געזאגט א מענטש וועלכע האט פארלוירן א ווייב מיט 3 קינדער, ברודער און שוועסטער, און פול באקאנטע און כמעט זיין גאנצע קהילה ביים קריג. ער איז געבליבן נאכ'ן קריג אן קיינעם איינעם אין די גאנצע וועלט חוץ פון די רבי ז"ל. דאס איז געווען זיין שמחה. צו ער האט געקלאגט און געוויינט אויף זיין פערזענדליכע חורבן? אודאי! יעדעס יאר תשעה באב פלעגט ער פארגיסן טייכן טרערן אויף זיי, און ער האט זיך זייער געבענקט נאך זיי (ווער עס געדענקט די נסיעות למקומות הקדושים דארף מען דאס נישט מסביר זיין). נאר ער האט פארשטאנען אז א איד דארף קענען מבחין זיין בין יום ובין לילה. פון איין זייט קלאגט מען שטארק אויפן חורבן, אבער נאר בעתו- וואס דאס איז תשעה באב. פון די אנדערע זייט גיבט מען א שבח והודאה פארן אייבערשטער פאר די גרויסע חסד פון איבערלאזן די רבי ז"ל, וואס דאס אגב נעמט נישט אוועק קיין משהו פונעם חורבן איום ונורא.

די זעלבע ביי א לויה, מ'דארף זייער שטארק קלאגן אויף א מת ל"ע, לויה, שבעה, שלושים, און שנה ראשונה. אבער מ'דארף אויך קענען בשעת מעשה דאנקן פאר די אייבערשטער פאר די חסדים וואס ער טוט אפילו בשעת זעם.

און ניין, איך רעדט מיר נישט איין אז כלל ישראל וואלט היינט געווען אינגאנצן אפגעפארן אדער אויסגעזעהן ווי גוים ווען נישט די רבי ז"ל, אבער איך גלייב אז עס איז געווען א חסד פונעם אייבערשטער פאר די סאטמארע חסידים בפרט, און דעריבער מאכן זיי א סעודת הודאה ושבח, פאר דעם וואס דער אייבערשטער האט געראטעוועט זייער רבי פונעם נאצישן גיהנום. און איין וועגס איז דאס שוין געווארן א פריוואטע סעודת הודאה פאר אלע מלחמה איבערלעבער וועלכע האבן זיך באטייליגט.

ריזשין פלעגט אייביג מאכן א סעודת הודאה ביים ריזשינער'ס יום הצלה, חב"ד פלעגט און מאכט נאך אלס ביי י"ט כסלו- דעם תניא'ס יום השחרור א יום משתה ושמחה. אפילו רוסלאנד האט פון די צאר'ס תקופה און ביז נאך די קאמעניסטישע תקופה אויסגע'הרג'ט מיליאנען נשמות צו שמד און הונדערטע טויזענטע צו טויט, מיטדעם אלעם מאכן זיי א יום שמחה פאר זייער רבי'ס יום הצלה.

סך הכל: יעדע חסידות איז ערלויבט צו מאכן א סעודת הודאה ווען זייער רבי איז באפרייט געווארן, און בשעת מעשה מאכן א פריוואטע סעודת הודאה פאר אלע איבערלעבער. עת הודאה לחוד, ועת יגון לחוד. און די קונץ פון א איד אז ער קען מבחין זיין צווישן ביידע, און אפילו בשעת צער דארף מען דאנקן דען אייבערשטער.

די מדרש פארציילט אז נאכדעם וואס נבוכדנצר האט חרוב געמאכט דעם ביהמ"ק און איינגענומען כמעט די גאנצע וועלט, האט ער געוואלט זינגען א שירה פאר'ן אייבערשטער, איז געקומען א מלאך און אים געגעבן א קלאפ אין מויל. פרעגן די מפרשים, סוף כל סוף האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן, און נבוכנצר איז געווען א בריה פונעם אייבערשטער און ער האט געוואלט דאנקן דעם אייבערשטער, פארוואס איז ער נישט ערלויבט דאס צו טוהן?

נאר האב איך אמאל געהערט פון א מגיד, אז די אייבערשטער האט אים געוואלט ווייזן: ווען דו נעמסט איין די גאנצע וועלט און דו ווילסט זינגען שירה, דאס איז נישט קיין קונץ. לאמיר זעהן ווען דו כאפסט א פאטש פון א מלאך, לאמיר זעהן אז דו זאלסט יעצט זינגען שירה.

די קונץ פון א איד איז צו קענען זינגען שירה אפילו בשעת די ערגסטע מצבים, אזוי ווי די גמרא זאגט שוין מזמור לאסף און נישט קינה לאסף. אז אפילו ווען די הייליגסטע זאך פון כלל ישראל- די ביהמ"ק ווערט חרוב, דארף א איד נאך אלס קענען זאגן א שירה- א מזמור, און קלאגן- א קינות אין עקסטערע צייטן.

וואס דארפן מיר מער, אז מלחמה איבערלעבער, לאו דווקא סאטמארע, פלעגן קומען צו כ"א כסלו און מיטזינגען בחו בטחו (מ'מעג שוין בדרך אגב טוישן די ניגון ווען די רבי שליט"א קומט אריין, שוין העכסטע צייט). ווייל זיי האבן דאס פארשטאנען, דארפן מיר נישט קלאגן אויף זייער חורבן, מער ווי זיי אליינס האבן געקלאגט אויף זייער אייגענע חורבן.
מהנשתנה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך מהנשתנה »

ממי_שאמרו
ווי אין אנדערע אשכולות אייזן גוט ארטיקל. קלאר, גוט ארויסגעברענגט, און הערליך אראפגעלייגט. איין שאלה נאר, וואו האסטו דיר באהאלטן ביז איצט? די עולם באלעקט זיך די פינגער מיט דיינע ארטיקלען. כה לחי
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מה נשתנה, און וואו האסטו זיך באהאלטן? ;)
האדם לא נברא אלא להתענג
מהנשתנה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך מהנשתנה »

געעפענט איין אשכול, און צוויי שעה שפעטער שוין געווען אראפגענומען.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

מהנשתנה האט געשריבן:געעפענט איין אשכול, און צוויי שעה שפעטער שוין געווען אראפגענומען.


וועלכע אשכול רעדסטו וועגן?
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

איך האב שוין געזען אסאך אזעלכע געשרייבעכצער וועגן כ'א כסלו. דאס איז די ערשטע וואס איז צום זאך... ישר כח!
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

באקאנט דער מדרש, מזמור לאסף? קינה לאסף מיבעי׳ לי'? אלא על ששפך חמתו על העצים ואבנים

כאטש מיליאנען יודן זענן נעבך געהארגעט געווארן, דארף מען דאנקען השי״ת אויף די וואס זענן ניצול געווארן, און אוודאי די וואס פון זייער הצלה איז ארויסגעקומען א טובה פאר די שארית הפליטה
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

מען וואלט כאטש געדארפט מאכען א טאג געאייניגט צו דערציילען און ווייזען פאר דעם יונגען דור וואס די דייטשען האבען געטועהן צו אונזער פאלק, כדי מען זאל פארשטיין וואס א פיינער גוי קען טועהן פאר א איד, עס זיינען דא גוטע מאוויס וועגען דעם ענין, מען קען אויך מאכען טריפס צו די האלוקוסט מיוזיעאם, ווי מען האט געפייניגט מיט עינוים קשים פיזיש און גייסטיש, עס איז זייער וויכטיג פארן עתיד אז מען זאל נישט פארגעסען די זאכען,י
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.

דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איך אויך האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.

דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.

נישט אביסל צו שארף?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היסטאריקער האט געשריבן:באקאנט דער מדרש, מזמור לאסף? קינה לאסף מיבעי׳ לי'? אלא על ששפך חמתו על העצים ואבנים

כאטש מיליאנען יודן זענן נעבך געהארגעט געווארן, דארף מען דאנקען השי״ת אויף די וואס זענן ניצול געווארן, און אוודאי די וואס פון זייער הצלה איז ארויסגעקומען א טובה פאר די שארית הפליטה



די זאגסטו זייער גוט, נאר זאג עס קלארער, די עצים ואבנים אין אונזער קעיס זענען די זעקס מיליאן עמך אידן. אבי דער רבי ואשתו ורוב אוהביו האבן איבערגעלעבט
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

קופערניקוס האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:באקאנט דער מדרש, מזמור לאסף? קינה לאסף מיבעי׳ לי'? אלא על ששפך חמתו על העצים ואבנים

כאטש מיליאנען יודן זענן נעבך געהארגעט געווארן, דארף מען דאנקען השי״ת אויף די וואס זענן ניצול געווארן, און אוודאי די וואס פון זייער הצלה איז ארויסגעקומען א טובה פאר די שארית הפליטה



די זאגסטו זייער גוט, נאר זאג עס קלארער, די עצים ואבנים אין אונזער קעיס זענען די זעקס מיליאן עמך אידן. אבי דער רבי ואשתו ורוב אוהביו האבן איבערגעלעבט



די זעסט וואס די ווילסט, איך האב געשריבן "כאטש מיליאנען יודן זענן נעבך געהארגעט געווארן" ביים חורבן ביהמ״ק, דאך האט מען געדאנקט השי״ת אויף די וואס זענין געבליבן
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

גאב"ד קארלסבורג גייט א שטריימל. ס'א יום טוב!

http://www.jdn.co.il/news/156329
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ראשית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 27, 2012 10:05 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ראשית »

ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.
און לגבי די מחלוקה פון בנימין פרנקל מיט סאטמאר רב בין איך מער נוטה אנצונעמן סאטמאר רב'ס דעת תורה
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ראשית האט געשריבן:ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

יתרו האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

באמת רציתי להעניק לך לייק על תשובתך הקולעת, אבל רצונו של אדם זה כבודו.
כל אחד וה'שגעונות שלו, יש כאן חברים ששואלים ללייק כעני המחזיר על פתחים, ומנגד יש כאן אחד יתרו שמו שדוקא אינו רוצה לייק, איפכא מיסתבר'ניק כזה, כמו זקנו יתרו, כל ישראל הולכים לארץ ישראל, ויתרו חוזר למדין.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
ראשית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 27, 2012 10:05 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ראשית »

יתרו האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

אשר הגלה מירושלים
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בנימין פרנקל האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

באמת רציתי להעניק לך לייק על תשובתך הקולעת, אבל רצונו של אדם זה כבודו.
כל אחד וה'שגעונות שלו, יש כאן חברים ששואלים ללייק כעני המחזיר על פתחים, ומנגד יש כאן אחד יתרו שמו שדוקא אינו רוצה לייק, איפכא מיסתבר'ניק כזה, כמו זקנו יתרו, כל ישראל הולכים לארץ ישראל, ויתרו חוזר למדין.

יתרו'ס אנגעגעבענער טעם איז ווייל ער וויל קענען זאגן וואס ער האט צו זאגן אן שוחד.
ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט? (איך פאראפראזיר)
אוי לו לאדם שמחליט מה לכתוב, על סמך מי שנותן לו לייקים,
ואוי לו לאדם שמבקש לא לקבל לייקים, כדי שהוא יוכל לכתוב מה שהוא רוצה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

קיין שום מחלוקה צווישן בר ימינא הספרדי און דעם סאטמאר רב
עס איז פשוט א חקירה וואס נישט סאטמארע חסידים, זענען בארעכטיגט צו חוקר זיין
=
די ברויכסט צו פארשטיין איין נקודה, "סאטמאר" האט אלעמאל אוועק געמאכט, אלעס וואס אנדערע חסידותער האבן געטון, מיטן ציל צו ארויס צוברענגען דעם נשתכח דרך החסידות, צו פאר אנדערע סיבות.
במילא קענסטו קיין טענות נישט האבן, ווען אנדער חסידותער, האבן זיך דערלערנט די פאך, און עס זאל נישט אויסגערעדט זיין, טוען זיי דאס מיט סאטמאר, זיי זענען מטיל ספק אין די הייליגע סאטמארע מנהגים.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

יידל האט געשריבן:יתרו'ס אנגעגעבענער טעם איז ווייל ער וויל קענען זאגן וואס ער האט צו זאגן אן שוחד.
ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט? (איך פאראפראזיר)
אוי לו לאדם שמחליט מה לכתוב, על סמך מי שנותן לו לייקים,
ואוי לו לאדם שמבקש לא לקבל לייקים, כדי שהוא יוכל לכתוב מה שהוא רוצה.

נישט ממש אוי לוי, וויייל פאקטיש איז דאס א נארמאלע געפיל פון א מענטש אז ווען איינער געט דיר אנערקענוג קענסט נישט גלייך נאכדעם יענעם אויספראסקענען ברבים,
עניוועי איין טאג וועל איך עפענען אן אשכול דערוועגען, און אויסשמיסן אביסל די חרבנות פון די לייקס, און איך מיין כ'האב שטארקע עווידענס,
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ראשית האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

אשר הגלה מירושלים

האלו האסט נישט פארשטאנען דעם שטאך, כ'האב געמיינט צו זאגען אז ירמיהו האט נישט מחבר געווען א מגילת אסתר לכבוד דעם חורבן און דארט אריינגעלייגט איין פסוק פון קלאג, אזווי מען האט געטוען אין סאטמאר,
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
פארשפארט