דאס חנוכה דרעהדעל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

דאס חנוכה דרעהדעל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[center]דאס חנוכה דרעהדעל[/center]

[justify]איך געה פאר אייך יעצט האַלטען א דרשה וועגען חנוכה.

מיין טהעמא איז – "דאָס דריידעל, מאי קא משמע לן?" וואס לאזט מיך דאס דריידעל הערען?

מיינט ליעבע אידן, ווען איהר וועט זיך צוקוקען גוט צום דריידעל ווי עס דרעהט זיך, ווי עס ווארפט זיך, ווי עס בויגט זיך אויף אלע זייטען און ווי עס מוז אום ענדע פאַלען. עס קען זיך גאר ניט העלפען, וועט איהר דערפון קענען אראבּנעהמען א מוסר השכל, אז יעדע זאך וואס שאקעלט זיך, יעדע זאך וואס שטעהט ניט פעסט, מוז פאַלען.

מען קען זיך דרעהען אהין און אהער, מען קען זיך ווארפען אויף אלע זייטען בלויז א קורצע שטיקעל צייט. מען מוז פאלען!...

דער מענש איז פונקט ווי דאס דריידעל, להבדיל, ווען ער הויבט זיך אן שאקלען, מוז ער פאלען.

דאס דריידען פאלט אויף איינע פון די פיער בוכשטאבען, אויף נ.ג.ה. אדער ש. מען דעצעהלט אונז, אז דיעזע בוכשטאבען זיינען די אנפאנגס-ווערטער נס גדול היה שם. אבער איך דענק, אז דאס זיינען גאר די ראשי תיבות פון די ווערטער: נאר גבירים האבען שנאפס. (מעשה בענין שנאפס)

אבער ניט דאס בין איך אויסען, איך בין אייך דא בלויז געקומען ערקלעהערן דעם גרויסען סוד פונ'ם דריידעל.

דער מענש איז אקוראט ווי דאס דריידעל, ווען ער שאקעלט זיך מוז ער פאלען, און פאלט אויף דיזעלבע בוכשטאבען ווי דאס דריידעל. אויף א נון, אויף א גימל, אויף א היא אדער אויף א שין.

דיעזע פיער בוכשטאבען, זיינען דער שליסעל צום גרויסען סוד פאר וואס פיעלע מענטשען פאלען.

די "נון" מיינט נקבות, זעהר פיעל גרויסע מענשען זיינען שוין דורך דער דאזיגער נון געשטרויכעלט געווארן און זיינען געפאלען עד שאול תחתיה.

די "גימל" מיינט געמבלען. גרויס, שרעקליך גרויס איז די צאהל פון געפאלענע מענשען דורך געמבלען. ווייל געמבלען פיהרט שוין אויך צו גניבה און צו גזילה, אלץ דיעזעלבע גימל. אז ווער צום צום דריידעל וואס פאלט אויף דער גימל.

די "היא" מיינט פשוט די וואס האבען קיין שכל ניט, פערד וואס דארפען עסען היי און האבער. זעהר פיעל מענשען פאלען דורך זייער אייגענע נארישקייט. מען דארף זיי נאר א דרעה טהאן, שאקלען זיי זיך און דרעהען זיך אהין און אהער ביז זיי פאלען.

די "שין" מיינט צוויי זאכען – שכרות און שקרנות. סאי דער שיכור, סאי דער שקרן קענען זיך ביידע לאנג אויף די פיס ניט האלטען. זיי מוזען פאלען. אנדערע שאקלען זיך מעהר, אנדערע וועניגער, אבער פאלען מוזען זיי.[/justify]

דאס איז דער סוד פון דריידעל,
יעדער פארשטייט עס גאנץ פליין,
ווער נאר עס וויל, דער דרעהט עס,
און פאלען מוז עס אליין...


דאס איז דער סוד פון דריידעל
וואס קען ניט זיין איבער זיך באס,
ביז עס פאלט אויף אן אות.

העתק מתוך: דרשות, רעדעס און לעקטשורס פון חיים מאליץ, ניו יארק 1925.
Under influence
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

טרינקער ביזט ריזיג, אבער וואס איז מיט די ציונים וואס האבען געטוישט דעם "ש" אויף א "פ"? אן הסבר אויפן "פ" ביטע???
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ציונים?! פוי!!

אדער איז פ' א רמז אויף כוח ה"פ"ועל בנ"פ"על, און נפעל איז א לשון פון פאלען, מענין לענין באותו ענין.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אדער א לשון פון מ"פ"עילים, וואס דר'רבי האט דערמאנט כסדר.
Under influence
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

קאווע,
איך כאפ נישט. דאס איז א פעראדי וואס דו האסט געשריבן, אדער א עכטע דרשה?
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חד גדיא האט געשריבן:קאווע,
איך כאפ נישט. דאס איז א פעראדי וואס דו האסט געשריבן, אדער א עכטע דרשה?

יא, זעה דא
Under influence
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

א שיינער שמועס איבערן מנהג דריידעל
kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=62452#p62452
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

טעפל האט געשריבן:טרינקער ביזט ריזיג, אבער וואס איז מיט די ציונים וואס האבען געטוישט דעם "ש" אויף א "פ"? אן הסבר אויפן "פ" ביטע???

אולי יש לומר פאלעסטינע (לאנד?)
איך מיין דאס איז זייער גרעסטע נפילה געווען...
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

דעתי הענייה האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:טרינקער ביזט ריזיג, אבער וואס איז מיט די ציונים וואס האבען געטוישט דעם "ש" אויף א "פ"? אן הסבר אויפן "פ" ביטע???

אולי יש לומר פאלעסטינע (לאנד?)
איך מיין דאס איז זייער גרעסטע נפילה געווען...

דעתך הענייה ;)
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)http://yiddish.forward.com/yoelmatveyev

פֿאַרשיידענע מינים דריידלעך זענען צווישן די עלטסטע שפּילעכלעך אין דער וועלט, באַקאַנט פֿון דער פֿריִיִקסטער תּקופֿה פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, מיט 5,500 יאָר צוריק; מ׳האָט געשפּילט אין דריידלעך נאָך אינעם אוראַלטן שומער, מצרים, כינע און גריכנלאַנד. דריידלעך האָבן תּמיד פֿאַרחידושט פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן און אַפֿילו אַ טייל מיסטיקער, וועלכע האָבן געפּרוּווט פֿאָרויסצוזאָגן דורך זיי די צוקונפֿט.
לויט דער ייִדישער לעגענדע, ווען די גרי¬כישע מאַכט האָט פֿאַרווערט די ייִדן צו לערנען די תּורה, האָבן זיי זיך גע¬געבן אַן עצה: בעת די גריכישע מאַכט-פֿאָר¬שטייער האָבן אינספּעקטירט די גע¬היימע חדרים און ישיבֿות, פֿלעגן זיי אויס¬באַ-האַלטן די ספֿרים און אַרויסנעמען די דרייד¬לעך, די אינספּעקטאָרן זאָלן מיי¬נען, אַז זיי פֿאַרנעמען זיך מיט אַזאַרט-שפּי-לערײַ. דערפֿאַר, כּדי צו דערמאָנען די אַנטי¬סע¬מיטישע רדיפֿות און דעם נצחון פֿון די חשמו¬נאָים, שפּילט מען חנוכּה מיט דריידלעך.
ס׳רובֿ היסטאָריקער האַלטן, אָבער, אַז די הײַנטיקע דריידל-שפּיל האָט זיך פֿאַרשפּרייט בײַ די אייראָפּעיִשע ייִדן ערשט אינעם 16טן יאָרהונדערט. אין דײַטשלאַנד, פֿלעגן די קריסטלעכע ייִנגלעך שפּילן אין דריידלעך ניטל-צײַט. אויפֿן דײַטשישן וואַריאַנט פֿונעם שפּילעכל זענען געשטאַנען די אותיות "N, G ,H ,S", וואָס האָבן געמיינט, פּונקט ווי אין דער ייִדישער ווערסיע פֿון דער שפּיל, "נישט", "גאַנץ", "האַלב" און "שטעל". ווען די שפּילערײַ האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די ייִדן, האָבן זיי אָפּגעטײַטשט די אותיות אויף אַ ייִדישלעכן שטייגער — ווי "נס גדול היה שם".
דאָס דריידל איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ מעטאַפֿיזישער סימבאָל פֿון אוראַלטע צײַטן, איידער עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף דער ייִדישער גאַס. דער גרויסער גריכישער פֿילאָסאָף פּלאַטאָן האָט דער¬מאָנט דאָס דאָזיקע שפּילעכל אינעם פֿערטן טייל פֿון זײַן ווערק "רעפּובליק", וווּ ער באַהאַנדלט דעם באַרימטן פּאַראַדאָקס פֿון די פֿריִערדיקע פֿילאָסאָפֿן, פּאַרמעניד און זענאָן, לויט וועלכע אונדזער שׂכל איז נישט בכּוח צו פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט.
פּאַרמעניד האָט געהאַלטן, אַז די גאַנצע וועלט איז אַן אומצעטיילבאַרע איינקייט; די פֿילצאָליקייט פֿון די וועלט-פֿענאָמענען און דער שטראָם פֿון דער צײַט איז, לויט זענאָנען, בלויז אַן אילוזיע פֿון אונדזער שׂכל. כּדי צו דערקלערן פּאַרמענידס מאָ¬ניסטישע שיטה, האָט זענאָן געבראַכט דעם פּאַראַדאָקס פֿון אַן אויסגעשאָסענער פֿײַל: אין יעדן קאָנקרעטן מאָמענט פֿונעם פֿלי בלײַבט די פֿײַל אויפֿן אָרט — דערפֿאַר קען זי, על-פּי-שׂכל, אין ערגעץ נישט פֿליִען, ווײַל אַ זאַך קען זיך נישט באַוועגן און שטיין אין דער זעלבער צײַט. פֿונעם דאָזיקן פּאַראַדאָקס האָט זענאָן געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז דער גאַנצער פּראָצעס פֿון באַוועגונג איז בלויז אַ דמיון פֿונעם מענטשלעכן שׂכל.
פּלאַטאָן האָט געשריבן, אַז עס זענען יאָ פֿאַראַן אָביעקטן, וואָס שטייען און באַוועגן זיך אין דער זעלביקער צײַט — למשל, דער צענטער פֿון אַ דריידל. פֿון איין זײַט, ווײַל דאָס גאַנצע דריידל דרייט זיך אום, מוז זײַן אַקס זיך אויך דרייען; פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, דרייט זיך דאָס דריידל אַרום דעם צענטער, וואָס בלײַבט אויפֿן אָרט. דערפֿאַר האָט פּלאַטאָן באַטאָנט, אַז די צײַט און רוים זענען רעלאַטיווע באַגריפֿן, וואָס ווענדן זיך אין דעם, ווי אַזוי מע קוקט אויף די פֿיזישע פּראָצעסן — דערפֿאַר קאָן אַן אָביעקט שטיין און באַוועגן זיך אין דער זעלבער צײַט, פֿון צוויי פֿאַרשיידענע קוקווינקלען.
ס׳איז אָבער כּדאַי צו באַמערקן, אַז נעאָ-פּלאַ¬טאָניסטן, די שפּע¬טערדיקע אָנהענגער פֿון פּלאַטאָנס פֿילאָסאָפֿיע, האָבן אויך געשטיצט פּאַרמענידס מאָניזם, און געהאַלטן, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען עמאַ¬נאַציעס פֿון ג-טלע¬כער אייניקייט. אַדרבה, האָבן אַ צאָל שפּע¬טערדיקע פֿילאָסאָפֿן באַטראַכט פּלאַטאָנס משל מיטן דריידל ווי אַ סימבאָל פֿון דעם, ווי אַלע סתּירות צווישן די רעלאַטיווע פֿענאָמענען אינעם אוניווערס ווערן בטל אין זייער אייביקן גײַסטיקן עצם.
עס קלינגט, אפֿשר, אַ ביסל מאָדנע, אַז דער ערשטער קוואַל אין דער וועלט-פֿילאָסאָפֿיע, וווּ עס ווערט דערמאָנט דאָס דריידל, איז פֿאַרבונדן דווקא מיט די גריכן — "אַנטי־העלדן" פֿון דער חנוכּה-מעשׂה. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן די חשמונאָים געקעמפֿט נישט בלויז קעגן די פֿיזישע רדיפֿות פֿון דער גריכישער מאַכט, נאָר אויך קעגן דער נעגאַטיווער השפּעה פֿון דער גריכישער פֿילאָסאָפֿיע אויף די ייִדן; מע דאַרף זיך אָבער דערמאָנען, אַז פּלאַטאָן האָט געלעבט מיט עלטעכע הונ¬דערטער יאָר פֿאַר דער חשמונאָים-תּקופֿה, און ווערט אָפּגעשעצט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט דווקא פּאָ¬זיטיוו; אַ סך רבנים האָבן געהאַלטן, אַז פּלאַטאָנס פֿילאָסאָפֿיע איז זייער נאָענט צו דער תּורה; אַ טייל ייִדישע פֿילאָסאָפֿן און מקובלים זענען געווען בפֿירושע נעאָ-פּלאַטאָניסטן און באַטאָנט, אַז די ייִדישע נבֿיאים האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף פּלאַטאָנס שיטה.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן צו אונזדער ייִדישן דריידל. דער מהר״ל, דער דינאָווער רבי, "בני-ישׂשׂכר", און אַנדערע רבנים, האָבן דערקלערט, אַז דאָס דריידל מיט זײַנע פֿיר זײַטן סימבאָליזירט דעם גאַנג פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע. דער אות "נון" מיינט "נפֿש", און איז פֿאַרבונדן מיט דער בבֿלישער אימפּעריע, וועלכע האָט צעשטערט דעם בית-המיקדש, דעם גײַסטיקן צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן; דער אות "גימל" מיינט דאָס וואָרט "גוף", און סימבאָליזירט די פּערסישע אימפּעריע, וועלכע האָט געוואָלט, אין אַחשוורושס צײַטן, אומברענגען דאָס ייִדישע פֿאָלק; דער אות "ש" מיינט דאָס וואָרט "שׂכל", און סימבאָליזירט די גריכישע אימפּעריע, באַקאַנט מיט איר פֿײַנטלעכקייט צו אַלע זאַכן, וואָס זי האָט געהאַלטן נישט גענוג "שׂכלדיק" און ראַציאָנעל; און דער אות "הא" מיינט דאָס וואָרט "הכּל" ("אַלץ"), און סימבאָליזירט די רוימישע אימ¬פּעריע, ווי אויך די הײַנטיקע מערבֿדיקע וועלט, וואָס לײַדט פֿון אַלע דרײַ חסרונות — רציחה, פֿאַרדאָרבענע עטיק און מאַטעריאַליזם. אַזוי ווי אַ דריידל, וואָס דרייט זיך בלויז אַ געוויסע צײַט, און דערנאָך פֿאַלט אַראָפּ, האָבן אַלע אימפּעריעס אַ סוף; צום סוף, וועלן אַלע מאַכט-סטרוקטורן אין דער וועלט בטל ווערן — דערפֿאַר האָבן אַלע פֿיר אותיות אויף די זײַטן פֿונעם דריידל די זעלבע גימטריא ווי "משיח".
דער גרויסער חסידישער רבי, רב פּינחס קאָרעצער, האָט דערקלערט, אַז אַלע נסים אין דער וועלט קומען פֿון "היכל-משיח" — די גײַסטיקע "וועלט פֿון פֿרײַהייט". אין חנוכּה-צײַט פֿילט זיך באזונדערס שטאַרק דאָס ליכט פֿון גאולה, דערפֿאַר זענען די אותיות אויפֿן דריידל מרמז אויף משיחן; הגם די דאָזיקע אותיות שטאַמען, מעגלעך, פֿון אַ פֿרעמדן קוואַל, האָט פּינחס קאָרעצער באַטאָנט, אַז די ייִדן האָבן זיי "פֿאַרייִדישט", אַרײַנגעבראַכט אין זיי דעם תּורה-גײַסט.
דער אַנדערער גרויסער חסידישער צדיק, רבי נחמן בראַצלעווער, האָט אויס¬געאַרבעט זייער אַ טיפֿע און פּאָעטישע מעטאַפֿיזישע טעאָריע פֿונעם דריידל, געבראַכט אינעם ספֿר "שׂיחות הר״ן". די גאַנצע וועלט איז ענלעך צו אַ דריידל, ווײַל אַלע זאַכן זענען רעלאַטיוו און פֿאַרבײַיִק: "אַ מענטש ווערט אַ מלאך און אַ מלאך ווערט אַ מענטש; דער קאָפּ ווערט דער פֿוס, און דער פֿוס ווערט דער קאָפּ — אַלע זאַכן אין דער וועלט דרייען זיך און ווערן פֿאַרוואַנדלט איינע אין דער צווייטער", זאָגט רבי נחמן. אַזעלכע באַגריפֿן, ווי "העכער" און "נידעריקער", זענען רעלאַטיוו, און פֿאַרלירן זייער באַדײַט אינעם ג-טלעכן "צענטער פֿונעם דריידל".
בײַם אָנהייב פֿונעם מאמר וועגן דעם דריידל, קריטיקירט רבי נחמן פֿילאָסאָפֿיע און הייסט נישט צו שטודירן אַפֿילו די ייִדישע חקירה-ספֿרים. אָבער, ווי מיר האָבן שוין געזען, שטאַמט אַזאַ "רעלאַטיוויסטישער" אָפּטײַטש פֿונעם דריידל דווקא פֿון דער פּלאַטאָנישער פֿילאָסאָפֿיע. רבי נחמן אַליין, הגם ער האָט פֿאַרווערט זײַנע חסידים צו שטודירן פֿילאָסאָפֿיע, האָט זי גוט געקענט; דער רבי האָט געהאַלטן, אַז אַ צדיק מוז דווקא אַרײַנקוקן אין צווייפֿלהאַפֿטיקע און אַפֿילו בפֿירוש אַפּיקורסישע ביכער, כּדי צו זאַמלען די "פֿינקלעך" פֿון קדושה, וואָס זענען פֿאַרשפּרייט אין אַלע חכמות פֿון דער וועלט.
די ענלעכקייט צווישן רבי נחמנס רעלאַטיוויזם און פּלאַטאָנס משל איז, מסתּמא, נישט קיין צופֿאַל. ווײַטער אינעם זעלבן מאמר, ברענגט ער אַ בולטן נעאָ-פּלאַטאָנישן אָפּטײַטש פֿון די דריידל-אותיות: "היולי, נבֿדל, גלגל, שפֿל" — פֿיר מדרגות פֿונעם וועלט-באַשאַף, וואָס פֿאַר¬שפּרייט זיך פֿונעם ג-טלעכן "צענטער"; ס׳זעט אויס, אַז דער רבי קריטיקירט נישט דעם פֿילאָסאָפֿישן צוגאַנג בכלל, נאָר דווקא דעם משׂכּילישן ראַ¬ציאָנאַליזם. בײַם אָנהייב פֿונעם מאמר קריטיקירט ער די פֿי¬לאָסאָפֿן, וואָס פֿרעגן "פּוסטע קשיות" וועגן דעם צוועק און באַדײַט פֿון די זאַכן. אין די מאָדערנע טערמינען, קריטיריקט ער די קלאַסישע פֿילאָסאָפֿיע — אַזוי ווי די הײַנטיקע פּאָסטמאָדערנע דענקער — פֿאַר זוכן אַבסאָלוטע באַדײַטן און היעראַרכיעס.
אַ טייל אַנדערע ייִדישע קריטיקער פֿון פֿילאָסאָפֿיע האָבן אויך געמיינט דווקא דעם משׂכּילישן ראַציאָנאַליזם. למשל, דער מחבר פֿונעם "ספֿר-הברית", אַ פּראָמינענטער ווילנער רבֿ און מקובל, האָט כּסדר פֿאַרדאַמט "פֿילאָסאָפֿיע", אָבער, אין דער זעלבער צײַט, געלויבט די ווערק פֿון זײַן גרויסן דײַטשישן מיטצײַטלער-פֿילאָסאָף, אימאַנועל קאַנט. רבי נחמן האָט אויך קריטיקירט די קלאַסישע פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם רעלאַטיוויסטישן פֿילאָסאָפֿישן שטאַנד¬פּונקט; מע קען זאָגן, אַז אין זײַן מאמר האָט ער "מתקן" געווען דעם פּלאַ¬טאָנישן משל, איבערדערציילנדיק אים אויף אַ מער ריכטיקן אופֿן.
ס׳איז אינטעראַנט, אַז, אַחוץ דעם פֿילאָ¬סאָפֿישן באַדײַט פֿונעם "דריידל-משל", דרייט זיך די גאַנצע פֿיזישע וועלט טאַקע ווי אַ דריידל: די עלעקטראָנען, פּראָטאָנען און אַנדערע עלעמענטאַרע טיילעכלעך פֿון מאַטעריע, וואָס האָבן דעם "ספּין" — אַ פּאַראַדאָקסישע "זיך-דרייענדיקע" אייגנשאַפֿט. די עלעמענטאַרע טיילעכלעך פֿירן זיך אַזוי, ווי זיי וואָלטן זיך תּמיד געדרייט, הגם, לויט דער מאָדערנער קוואַנט-פֿיזיק, איז עס בלויז אַן אילוזיע — פּונקט ווי דער צענטער פֿונעם דריידל אין פּלאַטאָנס משל. די אַטאָמען, פּלאַנעטן, גאַלאַקטיקעס — דער גאַנצער אוניווערס דרייט זיך אין אַ מיסטישן ריטעם פֿון אַנטוויקלען זיך און אומקערן זיך צוריק צום אָנהייב, אין דער אייביקער צונויפֿשמעלצונג פֿון טראַדיציע און חידוש; ווי ס׳איז באַקאַנט, מיינט דאָס וואָרט "חנוכּה" גופֿא באַנײַונג און אויפֿלעבונג
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

באיזה לשון זה נכתב?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

איך אויך האט געשריבן:באיזה לשון זה נכתב?

יידיש , לא אידיש
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
פארשפארט