דאס חנוכה דרעהדעל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8036 מאל

דאס חנוכה דרעהדעל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[center]דאס חנוכה דרעהדעל[/center]

[justify]איך געה פאר אייך יעצט האַלטען א דרשה וועגען חנוכה.

מיין טהעמא איז – "דאָס דריידעל, מאי קא משמע לן?" וואס לאזט מיך דאס דריידעל הערען?

מיינט ליעבע אידן, ווען איהר וועט זיך צוקוקען גוט צום דריידעל ווי עס דרעהט זיך, ווי עס ווארפט זיך, ווי עס בויגט זיך אויף אלע זייטען און ווי עס מוז אום ענדע פאַלען. עס קען זיך גאר ניט העלפען, וועט איהר דערפון קענען אראבּנעהמען א מוסר השכל, אז יעדע זאך וואס שאקעלט זיך, יעדע זאך וואס שטעהט ניט פעסט, מוז פאַלען.

מען קען זיך דרעהען אהין און אהער, מען קען זיך ווארפען אויף אלע זייטען בלויז א קורצע שטיקעל צייט. מען מוז פאלען!...

דער מענש איז פונקט ווי דאס דריידעל, להבדיל, ווען ער הויבט זיך אן שאקלען, מוז ער פאלען.

דאס דריידען פאלט אויף איינע פון די פיער בוכשטאבען, אויף נ.ג.ה. אדער ש. מען דעצעהלט אונז, אז דיעזע בוכשטאבען זיינען די אנפאנגס-ווערטער נס גדול היה שם. אבער איך דענק, אז דאס זיינען גאר די ראשי תיבות פון די ווערטער: נאר גבירים האבען שנאפס. (מעשה בענין שנאפס)

אבער ניט דאס בין איך אויסען, איך בין אייך דא בלויז געקומען ערקלעהערן דעם גרויסען סוד פונ'ם דריידעל.

דער מענש איז אקוראט ווי דאס דריידעל, ווען ער שאקעלט זיך מוז ער פאלען, און פאלט אויף דיזעלבע בוכשטאבען ווי דאס דריידעל. אויף א נון, אויף א גימל, אויף א היא אדער אויף א שין.

דיעזע פיער בוכשטאבען, זיינען דער שליסעל צום גרויסען סוד פאר וואס פיעלע מענטשען פאלען.

די "נון" מיינט נקבות, זעהר פיעל גרויסע מענשען זיינען שוין דורך דער דאזיגער נון געשטרויכעלט געווארן און זיינען געפאלען עד שאול תחתיה.

די "גימל" מיינט געמבלען. גרויס, שרעקליך גרויס איז די צאהל פון געפאלענע מענשען דורך געמבלען. ווייל געמבלען פיהרט שוין אויך צו גניבה און צו גזילה, אלץ דיעזעלבע גימל. אז ווער צום צום דריידעל וואס פאלט אויף דער גימל.

די "היא" מיינט פשוט די וואס האבען קיין שכל ניט, פערד וואס דארפען עסען היי און האבער. זעהר פיעל מענשען פאלען דורך זייער אייגענע נארישקייט. מען דארף זיי נאר א דרעה טהאן, שאקלען זיי זיך און דרעהען זיך אהין און אהער ביז זיי פאלען.

די "שין" מיינט צוויי זאכען – שכרות און שקרנות. סאי דער שיכור, סאי דער שקרן קענען זיך ביידע לאנג אויף די פיס ניט האלטען. זיי מוזען פאלען. אנדערע שאקלען זיך מעהר, אנדערע וועניגער, אבער פאלען מוזען זיי.[/justify]

דאס איז דער סוד פון דריידעל,
יעדער פארשטייט עס גאנץ פליין,
ווער נאר עס וויל, דער דרעהט עס,
און פאלען מוז עס אליין...


דאס איז דער סוד פון דריידעל
וואס קען ניט זיין איבער זיך באס,
ביז עס פאלט אויף אן אות.

העתק מתוך: דרשות, רעדעס און לעקטשורס פון חיים מאליץ, ניו יארק 1925.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר