יואליש האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:
אבער דא אויבענדערמאנטע מעשה איז א מילתא דעבידא לגלויי
אדרבה זיי מודיע ווען ס'וועט נתגלה ווערן...
א שטארקע כאפ פון א קשיא. קום אהער, נעם א בענקל און כ'וועל דיר מסביר זיין וואס כ'מיין. לויט די מעשה, האט דער פאטער פארציילט זיין איבערלעבעניש וואס ער האלט שוין אין זיך פאר יארן. ער האט דאס פארציילט פאר ווער ס'האט אים אויסגעהערט (זיין טאכטער איז שוין חתונה געהאט). לפי זה קומט אויס, אז ס'ברויכן זיין מערערע מענטשן ווואס קענען קומען זאגן "יא, ער האט מיר עס פארציילט." אדער "יא, ער האט עס פארציילט פאר מיין ברידער און שוואגער."
הענס, פארדעם פרעג איך אויב איינער האט געהערט דערפון.
אבער ס'זענען דא מענטשן ביי וועם די מעשה איז שקר נאך פאר ווי וואס ווען, משום איזהו סיבה שיהיה.
גראדע האב איך עס אויך געהערט פארגאנגענע וואך,
איך האב עס געהערט מיט א נאמען מיט פרטים,
איך בין למעשה זייער נאענט מיט די בעל המעשה,
האב איך מיך פארבינדן מיט אים,
זאגט ער מיר אז ער ווייסט נישט פון וועם די מעשה שטאמט
אסאך האבן אים שוין געפרעגט,
ער זאגט זעט אויס אז איינער האט געוואלט נוצען זיין טאכטער,
צו שלאגן כפרות מיט דעם וועבערמאן,
אבער ער זעלבסט ווייסט נישט פון די גאנצע זאך,
(איך האב געהאט געהערט פון אים א שטיק צייט צוריק איבער אן ענליכע געשעעניש מיט זיינס א טאכטער, זעט אויס אז דאס האט געשאפן די שמועות, און איינער האט דאס שוין פארבינדן מיט דעם וועבערמאן)