זייער גוט געזאגט. א ווייטאג, א ווייטאג. כאטש די סברא זאגט אז ס'איז רגלים לדבר אז וועבערמאן האט געטון מעשים אשר לא יעשו, איז אבער דאך א דורכפאל פון יוסטיץ אז אויף גאנץ שוואכע באווייזן זאל מען קענען אריינזעצן א מענטש אויף אזויפיל יארן אין טורמע, און נאך פאראומגליקליכן אזויפיל מענטשן ארום. וועבערמאן האט נישט געטארט באקומען אפילו איין מינוט מער תפיסה צוליב דעם וואס מ'וויל "שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי", אבער אז ס'איז שוין ליידער אזוי ארויסגעקומען, זאל עס כאטש דינען ווי א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי אז: א) מאלעסטן קינדער איז אן עון בלתי יכופר ב) פראבלעמען קענען מער נישט אריינגעשטופט ווערן אונטער דעם קארפעט ג) יוסטיץ איז נישט פונקטליך, אבער עס דערגרייכט געווענליך די זינדיגע ד) א "קלוגער יונגערמאן" איז נישט קיין "טעראפיסט" ה) בעטן $150 דאלאר א שעה פאר "קאונסלינג" איז א רשעות
הארצלאז!
יענקל,
אויב איך האב אמאל ליינענדיג דיינע תגובות, ארטיקלען געקענט טראכטן ״פשיהא, א קלוגער יונגערמאן״ אדער ״עס לוינט צו זיין א קעננער, טראכטער אאו״ו״ האסטו מיר ברוך השם הודו לשם צוריקגעשליידערט אין מיין פינסטערניש.....
אויב חכמה גיבט ארויס אזא וויסטע תגובה וויל איך זיין נאריש, אויב אויפגעקלערט שרייבט דיין תגובה וויל איך צוריקלויפן צום מיטלאלטרישן שווארצקייט. ווארום דאן האט א גוי געמאכט א פראגראם און געהאקט שטיקער בלי דין אבער מיט דיין רענעסאנסישן קלוגקייט קומט דאס גאר מיט דין ודיין
זייער גוט געזאגט. א ווייטאג, א ווייטאג. כאטש די סברא זאגט אז ס'איז רגלים לדבר אז וועבערמאן האט געטון מעשים אשר לא יעשו, איז אבער דאך א דורכפאל פון יוסטיץ אז אויף גאנץ שוואכע באווייזן זאל מען קענען אריינזעצן א מענטש אויף אזויפיל יארן אין טורמע, און נאך פאראומגליקליכן אזויפיל מענטשן ארום. וועבערמאן האט נישט געטארט באקומען אפילו איין מינוט מער תפיסה צוליב דעם וואס מ'וויל "שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי", אבער אז ס'איז שוין ליידער אזוי ארויסגעקומען, זאל עס כאטש דינען ווי א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי אז: א) מאלעסטן קינדער איז אן עון בלתי יכופר ב) פראבלעמען קענען מער נישט אריינגעשטופט ווערן אונטער דעם קארפעט ג) יוסטיץ איז נישט פונקטליך, אבער עס דערגרייכט געווענליך די זינדיגע ד) א "קלוגער יונגערמאן" איז נישט קיין "טעראפיסט" ה) בעטן $150 דאלאר א שעה פאר "קאונסלינג" איז א רשעות
קיינער פון אונז איז מחולק מיט דיינע לעצטע פונקטן. מירהאלטן אבער אז ר' נחמיה איז אומשולדיק און איז א קרבם ציבור פון די שפלים ונבזים. היינט איז געווען קיין יוסטיץ די מידיע באריכטן די לעצטע טעג און דער היינטיקער פסק דארף אויפטרייסלען יעדן איד אז מיר זענען אין אן עקזיסטענציאלע סכנה דא אין אמעריקע.
רבותי מיר האבן געכאפט א פראסק און פנים פון וואס עס גייט זיין זייער שווער צו ריקאווערן. עס האט זיך אויפגעשטעלט א מיידל וואס איז לויט יעדעם איינעם געווען הפקר פון די 12 יאר, באשילדיגט א יונגערמאן א טאטע מיט קינדער און אייניקלעך וואס האט א גאלרייכע היסטאריע פון העלפן אידן שלא על מנת לקבל פרס, די מיידל האט זיך דירעקט סותר געווען מיט איר ארגענעלער ריפארט צו די דיטעקטיוו, אן קיים שום ראי ווידעא ריקארדינג אדער עניטינג האט מען אים קאנוויקטעט.
מען וועט עס ריפיעלען אבער די וואס האבן זיך דא ארויסגעוויזן מיט זייער איינזאטיגע ״אויפגעקלערטע שנאה וועלן קיינמאל נישט קענען אראפנעמען די פלעק פון זייער פנים!!!!
די טעבלאודס זענען אלעמאל סענזאציאנעל און ס'האט בכלל נישט מיט ארטאדאקסישע אידן. פון דעם מאכן זיי ליידער געלט, פון געלע זשורנאליזים. ובפרט ווען ס'האט מיט היאפאקריטסווע (מ'כלומר'ש א גלח אדער א ראביי אדער א טיטשער וואס זינדיגט) אדער מיט שמוץ.
די ניו יארק טיימס האט בעיקר זיך באצויגן צו די חלקים וואס קיין איינע פון די צדדים האבן געלייקענט: פארוואס מ'שיקט קינדער צו טעראפי, צו וועם מ'שיקט זיי, אנדערע וועגן וויאזוי מ'האלט א קהלה אין די ראמען, ועוד.
מי אני צו זאגען, אמאי קרה לנו את הצרה הזאת, אבער ליידער די שיינע לעצטע פאר יאר זיצן די קהלות אין ערכאות, אז מ'וויל איינעם ארויסטרייבען פון א בית המדרש איז נישט גענוג אז מ'רופט פאליציי צו פארטרייבען נאר מ'מאכט זיכער אז מ'גייט דורך די סיסטעם , רבותי, ווען מ'האט אריינגעמישט די גוי האט דאס קיינמאל נישט געטויגט.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID