רבותי מיר האבן געכאפט א פראסק און פנים פון וואס עס גייט זיין זייער שווער צו ריקאווערן. עס האט זיך אויפגעשטעלט א מיידל וואס איז לויט יעדעם איינעם געווען הפקר פון די 12 יאר, באשילדיגט א יונגערמאן א טאטע מיט קינדער און אייניקלעך וואס האט א גאלרייכע היסטאריע פון העלפן אידן שלא על מנת לקבל פרס, די מיידל האט זיך דירעקט סותר געווען מיט איר ארגענעלער ריפארט צו די דיטעקטיוו, אן קיים שום ראי ווידעא ריקארדינג אדער עניטינג האט מען אים קאנוויקטעט.
מען וועט עס ריפיעלען אבער די וואס האבן זיך דא ארויסגעוויזן מיט זייער איינזאטיגע ״אויפגעקלערטע שנאה וועלן קיינמאל נישט קענען אראפנעמען די פלעק פון זייער פנים!!!!
outspoken האט געשריבן:מי אני צו זאגען, אמאי קרה לנו את הצרה הזאת, אבער ליידער די שיינע לעצטע פאר יאר זיצן די קהלות אין ערכאות, אז מ'וויל איינעם ארויסטרייבען פון א בית המדרש איז נישט גענוג אז מ'רופט פאליציי צו פארטרייבען נאר מ'מאכט זיכער אז מ'גייט דורך די סיסטעם , רבותי, ווען מ'האט אריינגעמישט די גוי האט דאס קיינמאל נישט געטויגט.

לכו ונשובה
ר' אברהם שאהר האט אזוי געזאגט בנוגע רובאשקין, ער האט געברענגט דערצו א מקור.
די ערגסטע פון אלעם איז נאך צו ליינען די גרוילהאפטיגע קאמענטס פון 'וואס איז נייעס'. איך ווער צושאסן פון דעם. א איד זאל שרייבן אז דאס איז א "נס חנוכה", און "פון די בעסטע טעג אין אונזער לעבן" איז א שאנדע און הארצרייסענד. איך וויל נישט ארויסשרייבן וואס איך וואונטש די שונאי ישראל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
שיטה מקובצת האט געשריבן:מורי ורבותי!! לאמיר וויינען אויף די טייכן טרערן וואס זענען פארגאסן געווארן פאר ר' נחמי' לאמיר וויינען אויף די אוצרות מיט געלט וואס רחמנים בני רחמנים האבן ארויסגעשלעפט פון זייער טאש
אויב איך האב אמאל ליינענדיג דיינע תגובות, ארטיקלען געקענט טראכטן ״פשיהא, א קלוגער יונגערמאן״ אדער ״עס לוינט צו זיין א קעננער, טראכטער אאו״ו״ האסטו מיר ברוך השם הודו לשם צוריקגעשליידערט אין מיין פינסטערניש.....
אויב חכמה גיבט ארויס אזא וויסטע תגובה וויל איך זיין נאריש, אויב אויפגעקלערט שרייבט דיין תגובה וויל איך צוריקלויפן צום מיטלאלטרישן שווארצקייט. ווארום דאן האט א גוי געמאכט א פראגראם און געהאקט שטיקער בלי דין אבער מיט דיין רענעסאנסישן קלוגקייט קומט דאס גאר מיט דין ודיין
אוי לו לאדם שמחליט להתחיל להשתמש במח שלו, ולחשוב קצת, על סמך סגנון כתיבה של יענקל, ואוי לו לאדם שמחליט סופית להפסיק להשתמש בראשו על סמך תגובה של יענקל, ויענקל ראה מה רב כחך, ברצותך מחכים ברצותך מתמם,

הונדערט פראצענט ביידע אוי לו׳ס
אשרינו שיש לנו מוחות די גדולות שהורישו לנו דבריהם היקרים והישרים ועליהם נסמוך, ועם מוחותיהם נחשוב, ובאבק רגליהם נתאבק
איך זעה יעצט אין א CBS ריפארט אז וועבערמאן קען באקימען ביז 15 יאר תפיסה. איך האב געמיינט סאך מער Weberman faces up to 15 years in prison when he is sentenced on Jan. 9 http://www.cbsnews.com/8301-201_162-575 ... sex-abuse/
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
שמעקעדיג האט געשריבן:רבותי, וואס קען איך אינזין האבן היינט ביי "שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה"?
בימים ההם = נס חנוכה בזמן הזה = די ווינדערליכע גוף וואס די פארמאגסט וואס איז א לעבעדיגע נס יעדע רגע פון טאג.
ווי דער רמב"ן סוף פ' בא איז מבאר "ומן הנסים הגדולים המפורסמים אדם מודה בנסים הנסתרים שהם יסוד התורה כלה, שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם". אונז דארף מיר דאנקן און לויבן על כל נשימה ונשימה.
איי אונז פארשטיי מיר נישט די דרכי ה' יעצט, דארפן מיר וויסן נסתרים דרכי ה' און מיר גלייבן באמונה שלימה כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, ואתה ברחמיך הרבים עמדת להם בעת צרת"ם אפי' זיי זענען נאך געווען בעת צרתם האבן זיי שוין געגלייבט אז ס'איז "אתה ברחמיך הרבים"
פון דעם טרייעל האט זיך ארויסגעשטעלט די אמתדיקע פרצופים פון הלנו אם לצרינו, פון די וואס וועלן גיבן א איד א זייט פון גערעכטיקייט און רחמנות, און די היימישע אדער געוועזענע היימישע וואס זענען שונאי ישראל האבן פיינט אן אייגענעם ברודער און ווילן זען אונזער הייליקע מסורה אויסגעריסן מיטן שורש.
די ראביי הורוויץ'ס מיט די אנדערע וואס האבן מגלה געווען זייער אמת'ן פרצוף לא נשכח ולא נסלח מיר וועלן פארבלייבן אייערע שונאים לנצח נצחים.