מעשיות וואס דארפן בלייבן סודות
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מעשיות וואס דארפן בלייבן סודות
עס איז ארויסגעקומען א נייער ספר איבער הרב אלישיב מיט'ן נאמען 'הסוד'. דארט ווערט אנטדעקט דער סוד ווי אזוי צו בויען אן אטאם באמבע, ווי אזוי צו מאכן קארס פארן אויף וואסער, און נאך פארשידענע מיליטערישע סודות וואס הרב אלישיב האט מגלה געווען תיכף פאר זיין פטירה ווען א פייער איז אראפגעקומען פון הימל און האט אפגעשיידט צווישן דעם עולם און...
אקעי, איר קענט ווייטער שפינען אלע מיינע פאנטאזיעס וואס איך האב זיך פארגעשטעלט בשעת'ן זעען דעם מאדנעם נאמען פאר א ביאגראפיע ספר. שטעלט זיך ארויס אז דער ספר דעקט אויף, נישט מער און נישט ווייניגער, די פונקטליכע אינסטרוקציעס ווי אזוי צו אויסוואקסן א הרב אלישיב!
איין מינוט, לויפט עס נאכנישט קויפן. איך גלייב נישט אז איר וועט עס קענען מקיים זיין. דארט שטייט אז מען דארף לערנען הונדערט און צוויי יאר זעכצן שעה א טאג און נישט ארויסקוקן פון גמרא און נישט קענען די נעמען פון די קינדער, דאס זענען מער ווייניגער די אינגרידענטס צום רעצעפט וואס רופט זיך 'הרב אלישיב'. אקעי, נישט ממש אזוי, איך האב היבש מגזם געוווען און אויסגעלאזט א גרויסער חלק פון די אינגרידיענטס ווי למשל אז מען טאר קיינמאל נישט מסיח דעת זיין פון די גמרא וואס מען לערנט, אבער איר דארפט פארשטיין, סוף כל סוף איז עס א סוד און איך קען נישט אלס ארויסגעבן.
איך שטעל זיך פאר אז דער עולם כאפט שוין בערך פון וואס דער ספר רעדט זיך. ווי אזוי הרב אלישיב האט געלערנט און געלערנט און געלערנט. פשוט ישב ולמד. למד, ולמד, ועוד למד. כך, בלי הפסק, ובלי אכילה בלי שתיה, ובלי לינה. וכבר התפעלו מאין באו לו ילדיו, וזקנים שבדור היו אומרים סוד ה' ליריאיו.
אגב וועל איך זאגן עטליכע אינטערעסאנטע חידושים - לאו דוקא סודות - וואס איך האב געטראפן דורכבלעטערנדיג דעם דיקן ספר פון עטליכע הונדערט זייטן. עס ווערט שטארק ארויסגעהויבן זיין הבנה און סברא ישרה. זיי שרייבן ווי ער פלעגט לאכן פון די וואס פארשטייען אז גמרא לחוד והלכה לחוד. איינמאל ווען מען איז אים געקומען פרעגן וועגן עפענען א כולל וואו מען לערנט נאר שולחן ערוך און משנה ברורה, האט ער געפרעגט, קענסט דאך עפענען א כולל וואו מען לערנט צאינה וראינה... אויך שטייט דארט אז ביי יעדע חזרה פלעגט ער לערנען די גמרא כאילו ער לערנט עס דעם ערשטן מאל, און יעדן מאל מחדש געווען נייע הערות. גאנץ א גוטע הנהגה, איך געדענק מיין מגיד שיעור אין שיעור א' פלעגט שטענדיג מעורר זיין דערויף. (יעצט כאפ איך ער האט עס גע'גנב'ט פון הרב אלישיב). זיין כח הזכרון, לויט דעם בוך, איז אויך געווען געוואלדיג. דאס איז פארשטענדליך אויב ער האט טאקע געלערנט יעדע זאך אזוי פיל מאל און מיט א ריכטיגע הבנה.
וואס עס טוט מיר וויי איז אזוי. (אויסער דער בל תשחית פון די ימ'ן מיט טינט און פאפירן וואס וואלטן געקענט פארנוצט ווערן פאר וויכטיגערס און אנשטאט דעם מאכן א קליינער קונטרס פון הרב אלישיב'ס דרך הלימוד) מען לייגט דארט אראפ א גדול בתורה כאילו ער האט א דזשאב פון מורמלען תורה ווערטער טאג און נאכט. און גראדע איז א חלק פון זיין דזשאב אז ער דארף אויך פארשטיין וואס ער רעדט. בקיצור, א גדול בתורה איז א מאשין וואס שאקלט זיך איבער'ן גמרא יומם ולילה. וועט איר פרעגן, נו, מה כל הרעש, דאכט זיך מען דארף נישט חושש זיין אז צופיל וועלן נאך טון. וועל איך אייך מסביר זיין.
דער מחבר שרייבט אז ער האט געפרעגט רב אלישיב וועגן די באקאנטע מימרא פון רבי חיים עוזר אז יונגערהייט האט ער געמיינט אז מחדש זיין חידושים איז א קונץ, אויף דער עלטער האט ער איינגעזען אז דער שענסטער חידוש איז צו מחיה זיין א צובראכענע אלמנה. האט זיך דער מחבר געשטעלט צו זיין רבי'ן מיט א לומדישע קשיא, אמער, מיר ווייסן דאך ותלמוד תורה כנגד כולם. רב אלישיב האט זיך ערנסט פארטראכט, און צום סוף האט ער מיישב געווען בדרך דוחק אז ר' חיים עוזר האט געפילט אז ער האט א גשמיות'דיגע הנאה פון דאס לערנען, משא"כ ביים צוזאמשטעלן געלט איז דאס געווען כולו לשם שמים, דערפאר האט דאס געהאט ביי אים מער חשיבות. דער קלוגער מחבר האט אבער נישט נאכגעלאזט (מסתמא ילדות היתה בו והרהיב עוז בנפשו - איך געדענק נישט גענוי) און ווייטער געפרעגט, אמער, און וויבאלד עס איז נישט כולו לשמה איז שוין די תורה ווייניגער פון צדקה? האט הרב אלישיב פארקנייטשט זיין שטערן און גע'פסק'נט, יא. דער מחבר נעמט ארויס די גדלות פון רב אלישיב פון דער מעשה אויף עפעס א וועג, פרעג מיך נישט ווי אזוי.
און איך שטיי און וואונדער זיך, וואספארא מין מגלה פנים במעשה שלא כהלכה איז דאס, ר' חיים עוזר האט אונז דא געוואלט לערנען א לומד'ישער דיוק אין ותלמוד תורה כנגד כולם? פארוואס מוז מען אויסדרייען די ווערטער פונקט קאפויער, קען דען נישט זיין אז אויפלעבן אן אלמנה איז ווירקליך וויכטיגער ווי קענען נאך תוספות? דאס איז שוין אויסער דער קרומער געדאנק אז מען טאר חלילה נישט הנאה האבן פון א שיין שטיקל תורה ווייל עס איז שלא לשמה, אויף אזוי ווייט איז דאס פוגם, אז אפילו העלפן אן אלמנה איז שוין בעסער ווי דעם!
אט האט איר נאך אזא דוגמא. הרב אלישיב האט זייער ליב געהאט צו לערנען אין די שיינע חידושים פון משנה למלך. ער פלעגט אבער כמעט נישט אריינקוקן דערין. ווען איינער האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געענטפערט, ס'טייטש, מען קען דאך אין די צייט לערנען נאך א תוספות. דאס מיינט גוט אפגעלערנט מצוות לאו ליהנות ניתנו. חלילה צו הנאה האבן פון א געשמאקער משנה למלך, קענסט דאך זיך פלאגן אויף א תוספות.
מענין לענין, א מעשה וואס איך האב שוין געזען אין צייטשריפטן נאכברענגען כלומר'שט צו דערציילן דאס גדלות. א איד איז אריינגעקומען צו ווייזן זיינע תפילין. הרב אלישיב פסק'נט קורץ און שארף, פסול. דער איד מיינט ער שטרעקט זיך אויס. די תפילין האב איך שוין פון די בר מצוה, שרייט ער. אבער ס'נישטא צו וועמען צו רעדן, הרב אלישיב איז שוין פארטיפט אין די סוגיא. אזוי לאנג ווי מען דארף אים פאר א פסק איז ער מחוייב צו ענטפערן. דארפסט סתם חיזוק, אביסל בארואיגונג? ביסט נישט ווערד, די גמרא איז אים וויכטיגער ווי דאס פעקל פלייש וועלכער איז גראדע אין צער.
שוין, איך האב זיך אביסל צוררעדט, להוי ידוע אז איך גלייב נישט אזעלכע לשון הרע אויף אזא גדול בישראל, און אויב עס האט יא חלילה פאסירט בין איך אים דן לכף זכות אז ער האט פשוט נישט פארשטאנען צו מענטש'נס געפילן, אבער געוואלד, דאס לערנט מען פאר אונזערע קינדער און בחורים? דאס איז דער סוד ווי אזוי צו וואקסן א גדול? ווער ווייסט נישט וויפיל אמת'ע גדולים און תורה ריזן, וועמענ'ס צייט איז נאך געווען אזוי טייער ווי הרב אלישיב, זענען געזעצן און פארברענגט שעות ארוכות צו אויסהערן פלעפלערייען פון צובראכענע אידן, פארוואס דארף מען איינבאקן אזא אנטי מענטשהייט און גלייכגילטיגקייט צו מענטשליכע געפילן און עס נאך שיין איינפאקן אין א סוד צו וואקסן א גדול?
פארוואס ווייסט נישט דער היינטיגער דור ווי אזוי צו צענזורירן תולדות פון צדיקים?
פארוואס פארשטייט נישט דער מחבר אז אזא בוך דארף בלייבן, יא, א סוד.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ייש"כ יאיר,
ליינענדיג עשתונותיך איז מיר דורך במחשבה איין זאך, "יא, אזוי קוקן אויס די ליטאים וואס ווערן חסידים".
שוב ראיתי דברי טעפל, וואס קומט צו א פונקט פארקערטע מסקנה.
לגוף הענין, זייער אסאך מעשיות אויף רב אלישיב, זענען פשוט א תוצאה פון זיין בדידית און קאלטקייט וואס ער האט געהאט. - יא, אביש בראדט וועט פארציילן איבער זיין "ממקומך" וואס רב אלישיב האט געהייסן איבערזינגען. הגרח"ק שליט"א וועט שרייבען אז מו"ח "מסר נפשו" לקופת העיר וכו', ס'אלץ שטותים. דעם איד איז נישט אנגעגאנגען גארנישט אויף דער וועלט. אין "השקדן" פארציילט ער אז רב אלישיב האט גע'חלש'ט ווען ער איז געקומען לערנען אין כולל צווישען מענטשען
בעיני ראיתי וויאזוי ס'פסקנ'ט זיך שאלות 1 2 3, לפי טעם וריח של השואל. רעשינעל דזו'דעיזים האט געפאוסט וועגן דעם (די לעצטע הערה) די וואך.

Under influence
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יידל האט געשריבן:טעפל, זיי נישט אומזיסט מוציא לעז אויף די ליטווישע, ווי כאילו דאס איז זייער מהלך. הג"ר שלמה זלמן איז נישט געווען אזוי.
ח"ו איך בין נישט מוציא לעז גארנישט, אבער פון דיין ראיה זעהט מען ווייטער אז דו קענסט נישט די ריכטיגע ליטווישע, ר' שלמה זלמן איז געווען א ירושלמי (איך מאך איהם ח"ו ח"ו נישט אוועק).
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יידל האט געשריבן:די ריכטיגע ליטווישע קענען נישט די נעמען פון זייערע קינדער?
כ'האב נישט געמיינט דאס, אבער אז די וועסט ליינען השקדן און כ'האב עס דערנאך געהערט פון נאך באקאנטע אז דאס איז זיין רעביצן געווען שולדיג זי האט איהם גארנישט געלאזט זיין אינוואלווד אינדערהיים און געטועהן אלעס ער זאל אפילו נישט רעדן מיט די קינדער נאר גיין גלייך לערנען...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
קריטיקס פלעגען זאגען רב אלישיב, כבודו במקומו מונח, ליידט פון די סאשעל סאסיעפעט דיסארדער, גרויסע סעקסעפולע מענטשען ליידען דערפון, סאיז א דיסקאנעקט פון מענטשליכע הרגישום. איך האב אמאל געהערט ווי א סיאיאוי פון א גרויסע קאמפאני זאגט אויף א אינטערוויו, איך בין א סוסיעפעט און איך וועל עס נישט אויפגעבען פאר קיין געלט.
די אינטערנעט האט געבוזט דערמיט ווען א אנונימע שרייבער וואס מאנכע האלטען אז ס'איז פון זיין אייניקעל האט ארויסגעגעבן בחייו א בוך ווי ער פארציילט מיט תמימות אז זיין זיידע איז בטבע נישט א גרויסע בעל חסד, ער איז שעמעדיג, צוריק געצויגען און קאמפליטלי אוט אף טאטש. זיינע טעכטער זענען געקוואוט און די בוך אז זייער טאטע די גרויסע גדול האט מיט זיי כמעט נישט פארטוישט קיין ווערטער און זיי נישט געקענט ביים נאמען. אלעס איז געווען תורה תורה. די בוך וויל דערמיט ארויס ברענגען זיין גדלות.."השקדן" קליגע ליטוואקעס רופען עס "השקרן" איז געוויזען געווארן כמה פעמים צו זיין גרויסע איידעם רב חיים.. ווען הגאון מארק שפירא שליט"א האט אמאל גערעדט דערפון ביי א שיעור און זיך הויעך געווינדערט ווי איז די שכל פון די מחבר.. האט עס אויפגאקאכט א קאשא. דער אלטער בחור שמריא האט זיך צו געכאפט דערצו ווי צו הייסע לאקשען און בריווען זענען געפלויגען אהין און צוריק.. די רעיסט ווי מ'זאגט איז היסטערי..
די אינטערנעט האט געבוזט דערמיט ווען א אנונימע שרייבער וואס מאנכע האלטען אז ס'איז פון זיין אייניקעל האט ארויסגעגעבן בחייו א בוך ווי ער פארציילט מיט תמימות אז זיין זיידע איז בטבע נישט א גרויסע בעל חסד, ער איז שעמעדיג, צוריק געצויגען און קאמפליטלי אוט אף טאטש. זיינע טעכטער זענען געקוואוט און די בוך אז זייער טאטע די גרויסע גדול האט מיט זיי כמעט נישט פארטוישט קיין ווערטער און זיי נישט געקענט ביים נאמען. אלעס איז געווען תורה תורה. די בוך וויל דערמיט ארויס ברענגען זיין גדלות.."השקדן" קליגע ליטוואקעס רופען עס "השקרן" איז געוויזען געווארן כמה פעמים צו זיין גרויסע איידעם רב חיים.. ווען הגאון מארק שפירא שליט"א האט אמאל גערעדט דערפון ביי א שיעור און זיך הויעך געווינדערט ווי איז די שכל פון די מחבר.. האט עס אויפגאקאכט א קאשא. דער אלטער בחור שמריא האט זיך צו געכאפט דערצו ווי צו הייסע לאקשען און בריווען זענען געפלויגען אהין און צוריק.. די רעיסט ווי מ'זאגט איז היסטערי..
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
טעפל האט געשריבן:יאיר, געוואלדיג געשריבען מיט א זאפטיגע פעדער, האסט גוט ארויסגעברענגט די נקודה.
אבער צוויי זאכען דארף מען זאגען איינס אז מיין אז די קענסט נישט די ליטווישע מהלך, אזוי זעהט אויס. און צווייטענס אז האסט געמעגט שרייבן אז הרב אלישיב כבודו במקומו מונח (חוץ אויב דו טארסט דעס נישט זאגן ח"ו).
קודם כל, א דאנק פאר די קאמפלימענט.
אויב איך מעג זיך קריגן מיט כבודו הרמה, מיין איך אז די ליטווישע מהלך איז קיינמאל נישט געווען אזוי. לאמיר אויסרעכענען עטליכע פון די ליטווישע גדולים. ר' חיים עוזר, ווי דערמאנט אין די מעשה, האט פארשאפט פערזענליך און פארטיילט ריזיגע סכומים צדקה, ער האט אויסגעהערט יעדן לב נשבר, און סיי וועלכער איד וואס האט געדארפט אן עצה. דער חזון איש איז ידוע ומפורסם אז יעדער אורחי פרחי פלעגט זיך דרייען דארט און דער חזון איש האט יעדן מקרב געווען. באזונדער פלעגט ער מקרב זיין יונגע בחורים און יונגעלייט, ער פלעגט זיי אפט פרעגן שאלות נאר כדי זיי זאלן זיך שפירן גוט אז דער חזון איש פרעגט זיי. קוק נאר אריין אין אגרות חזון איש, און זע מיט וואספארא ווארעמקייט און איבערגעגעבנקייט דער גדול הדור שרייבט צו יונגע בחורימ'לעך.
ר' משה פיינשטיין האט געהאט א הארץ ווייך ווי פוטער, איך געדענק א מעשה ווי א קינד איז אים געקומען פרעגן פון וויליאמסבורג או שבת קודש א שאלה וועגן איר מאמע וואס איז געווען קראנק. ר' משה האט זיך אויפגעהויבן און אריבערשפאצירט דעם בריק ביז דעם קינד'ס היים און זיכער געמאכט אז אלעס איז בסדר און אז די קינדער ווערן קעיר גענומען. פון ר' יעקב קאמינעצקי'ס גאלדענע מידות דארף מען קיינעם נישט דערציילן. זיין לעכטיגער שמייכל זאגט שוין אלעס אויס. איך וואלט געקענט אויסרעכענען נאך צענליגער גדולים, אבער הזמן יכלה והם לא יכלו.
דאס אז עס איז געווען איין גדול וועלכער האט נישט פארשטאנען צו מענטשן איז בכלל נישט געפערליך, דאס נעמט אינגאנצן נישט אוועק פון זיין גרויסקייט, עס זענען געווען פיל גדולים וואס האבן געהאט די אדער אנדערע שוואכקייטן, אבער אויף דעם האבן מיר שוין אן אויסגעטרעטענעם וועג מפי אבותינו ורבותינו אז מען פילט אן א מויל מיט וואסער און מען מאכט א שווייג, און ווען עס פעלט אויס פארדרייט מען עטליכע מעשיות אז עס זאל אויסזען כהוגן. די צרה איז אז מיר זענען אזוי פארטעמפט אז מען כאפט שוין אפילו נישט ווי אבנארמאל אזעלכע מעשיות הערן זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
די צרה מיט הרב אלישיב איז נאך ווייטער, אז עס איז צו זייער מזל נישטא וואס צו דערציילן אויף אים אויסער זיין התמדה און דערנאך פארענטפערן פארוואס ער איז געגאנגען זיצן און היכל שלמה. פון דעם באשטייט מער ווייניגער די נארמאלע מעשיות אין השקדן. און אז עס איז נישטא קיין מעשיות מוז מען אפירקראצן אזעלכע מאדנע צורודערטע מעשיות וואס ברענגט נאר ארויס אז די התמדה פון הרב אלישיב איז מעגליך געקומען פון א נפשיות'דיגער פראבלעם, כאטש מסתם איז דאס אינגאנצן נישט געווען אזוי, אבער פון אזעלכע מעשיות באקומט א נארמאלער מענטש וואס האט נאכנישט אפגע'הרג'עט זיינע געפילן אזא בליק.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
לדעתי וואלט איך געזאגט אז זאלען זיי שרייבען אלע מעשיות, און אונז וועלען שוין דיסיידען אויב די מעשיות זענען מעלות אדער חסרונות.
ווי נישט ווי האט דאך יעדער מענטש חסרונות, הגם אז ווען מען גיט ארויס א ספר אויף א מענטש איז נישט דאס פלאץ צו שרייבען די חסרונות, עכ"ז טאמער פילט איינער אז אפילו א חסרון איז אויך מעלה, זאל ער עס שרייבען.
דאס וואס ער האט נישט געוויסט פין זיינע טעכטערס נעמען, איז לאו דוקא א ליטווישע זאך, עס איז דא א באקאנטע חסידישער רבי וואס מען פארציילט אויף אים אויך, אז ער האט נישט געהאט קיין סאך שייכות מיט די קינדער, און ווען ער האט חתונה געמאכט און ער האט עפעס געדארפט ווארטען זי זאל קומען צו דער חופה האט ער זיך אויסגעדריקט, אוי וויי, צער גידול בנים.
ממילא צו א חסיד צו א ליטוואק, שרייבען "אלע" מעשיות פין גדולים איז זיכער א פלוס. איי מען וועט זיך אנלערנען פין דעם? דאס איז נישט קיין חשש, ווייל סוף כל סוף זאגט מען אייביג דער באקאנטער תירוץ, אז מען האלט נישט אויף דער מדריגה, און עולם כמנהגו נוהג.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יאיר האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:יאיר, געוואלדיג געשריבען מיט א זאפטיגע פעדער, האסט גוט ארויסגעברענגט די נקודה.
אבער צוויי זאכען דארף מען זאגען איינס אז מיין אז די קענסט נישט די ליטווישע מהלך, אזוי זעהט אויס. און צווייטענס אז האסט געמעגט שרייבן אז הרב אלישיב כבודו במקומו מונח (חוץ אויב דו טארסט דעס נישט זאגן ח"ו).
קודם כל, א דאנק פאר די קאמפלימענט.
אויב איך מעג זיך קריגן מיט כבודו הרמה, מיין איך אז די ליטווישע מהלך איז קיינמאל נישט געווען אזוי. לאמיר אויסרעכענען עטליכע פון די ליטווישע גדולים. ר' חיים עוזר, ווי דערמאנט אין די מעשה, האט פארשאפט פערזענליך און פארטיילט ריזיגע סכומים צדקה, ער האט אויסגעהערט יעדן לב נשבר, און סיי וועלכער איד וואס האט געדארפט אן עצה. דער חזון איש איז ידוע ומפורסם אז יעדער אורחי פרחי פלעגט זיך דרייען דארט און דער חזון איש האט יעדן מקרב געווען. באזונדער פלעגט ער מקרב זיין יונגע בחורים און יונגעלייט, ער פלעגט זיי אפט פרעגן שאלות נאר כדי זיי זאלן זיך שפירן גוט אז דער חזון איש פרעגט זיי. קוק נאר אריין אין אגרות חזון איש, און זע מיט וואספארא ווארעמקייט און איבערגעגעבנקייט דער גדול הדור שרייבט צו יונגע בחורימ'לעך.
ר' משה פיינשטיין האט געהאט א הארץ ווייך ווי פוטער, איך געדענק א מעשה ווי א קינד איז אים געקומען פרעגן פון וויליאמסבורג או שבת קודש א שאלה וועגן איר מאמע וואס איז געווען קראנק. ר' משה האט זיך אויפגעהויבן און אריבערשפאצירט דעם בריק ביז דעם קינד'ס היים און זיכער געמאכט אז אלעס איז בסדר און אז די קינדער ווערן קעיר גענומען. פון ר' יעקב קאמינעצקי'ס גאלדענע מידות דארף מען קיינעם נישט דערציילן. זיין לעכטיגער שמייכל זאגט שוין אלעס אויס. איך וואלט געקענט אויסרעכענען נאך צענליגער גדולים, אבער הזמן יכלה והם לא יכלו.
דאס אז עס איז געווען איין גדול וועלכער האט נישט פארשטאנען צו מענטשן איז בכלל נישט געפערליך, דאס נעמט אינגאנצן נישט אוועק פון זיין גרויסקייט, עס זענען געווען פיל גדולים וואס האבן געהאט די אדער אנדערע שוואכקייטן, אבער אויף דעם האבן מיר שוין אן אויסגעטרעטענעם וועג מפי אבותינו ורבותינו אז מען פילט אן א מויל מיט וואסער און מען מאכט א שווייג, און ווען עס פעלט אויס פארדרייט מען עטליכע מעשיות אז עס זאל אויסזען כהוגן. די צרה איז אז מיר זענען אזוי פארטעמפט אז מען כאפט שוין אפילו נישט ווי אבנארמאל אזעלכע מעשיות הערן זיך.
יאיר, מיט דעם ביסטו אינגאנצען גערעכט, די ליטווישע חלק האב איך געמיינט די אנדערע סיפורים נישט די נישט קענען נעמען...נאר די תעירה וכו'.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
פערינא האט געשריבן:קריטיקס פלעגען זאגען רב אלישיב, כבודו במקומו מונח, ליידט פון די סאשעל סאסיעפעט דיסארדער, גרויסע סעקסעפולע מענטשען ליידען דערפון, סאיז א דיסקאנעקט פון מענטשליכע הרגישום. איך האב אמאל געהערט ווי א סיאיאוי פון א גרויסע קאמפאני זאגט אויף א אינטערוויו, איך בין א סוסיעפעט און איך וועל עס נישט אויפגעבען פאר קיין געלט.
די אינטערנעט האט געבוזט דערמיט ווען א אנונימע שרייבער וואס מאנכע האלטען אז ס'איז פון זיין אייניקעל האט ארויסגעגעבן בחייו א בוך ווי ער פארציילט מיט תמימות אז זיין זיידע איז בטבע נישט א גרויסע בעל חסד, ער איז שעמעדיג, צוריק געצויגען און קאמפליטלי אוט אף טאטש. זיינע טעכטער זענען געקוואוט און די בוך אז זייער טאטע די גרויסע גדול האט מיט זיי כמעט נישט פארטוישט קיין ווערטער און זיי נישט געקענט ביים נאמען. אלעס איז געווען תורה תורה. די בוך וויל דערמיט ארויס ברענגען זיין גדלות.."השקדן" קליגע ליטוואקעס רופען עס "השקרן" איז געוויזען געווארן כמה פעמים צו זיין גרויסע איידעם רב חיים.. ווען הגאון מארק שפירא שליט"א האט אמאל גערעדט דערפון ביי א שיעור און זיך הויעך געווינדערט ווי איז די שכל פון די מחבר.. האט עס אויפגאקאכט א קאשא. דער אלטער בחור שמריא האט זיך צו געכאפט דערצו ווי צו הייסע לאקשען און בריווען זענען געפלויגען אהין און צוריק.. די רעיסט ווי מ'זאגט איז היסטערי..
מ'האט גראדע בשעתו געשמועסט דערפון אויך ביינונז אין שטיבל דא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אין א נייע פאוסט דורך מארק שפירא ברענגט ער עטליכע זאפטיגע מעשיות פון "השקדן", און ער ווייזט ווי אזוי מ'האט עס ארויסגענומען אין די ארטסקראל הוצאה אויף ענגליש. אין צוגאב ברענגט ער ענליכע מעשיות פון אנדערע ספרים אויף נאך גדולים. איין קוריאזע מעשה וואס האט מיר געקאסט א לאך קומט פון טובך יביעו פון ר' יצחק זילבערשטיין. א יונגערמאן וואס איז געווען אריינגעטון אין לערנען האט געהאט אסאך קינדער, און ווען ער האט געבוירן א מיידל האט ער "בטעות" געגעבן א נאמען וואס איינע פון זיינע קינדער האבן שוין געהאט! אויב האב איך אמאל געהאט א ספק אז ר' יצחק אדער איינער פון זיינע "שואלים" ערפינדן די אלע צורידערטע שאלות איז עס יעצט געווארן נתברר אלס זיכער.
האדם לא נברא אלא להתענג
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:לדעתי וואלט איך געזאגט אז זאלען זיי שרייבען אלע מעשיות, און אונז וועלען שוין דיסיידען אויב די מעשיות זענען מעלות אדער חסרונות.
ווי נישט ווי האט דאך יעדער מענטש חסרונות, הגם אז ווען מען גיט ארויס א ספר אויף א מענטש איז נישט דאס פלאץ צו שרייבען די חסרונות, עכ"ז טאמער פילט איינער אז אפילו א חסרון איז אויך מעלה, זאל ער עס שרייבען.
.
דאס ביזטו גערעכט ווען עס וואלט געווען אזא מין זאך ווי א ביאגראפי אויף א גדול בישראל, אזוי ווי למשל א ביאגראפי אויף יעדע גרויסע פערזענליכקייט פרובירט צו אנשטעלן א בילד כאילו מאיז אביעקטיוו און מפרובירט צו באהאנדלען דעם פערזענליכקייט פון אלע אספעקטן, פאזיטיווע און נעגאטיווע.
אבער היות ביי די חרדים איז איינגעפירט צו באשרייבן א גדול בישראל בלויז צדקות מעלות און כולו פאזעטיוו, ווייל די ציהל איז בכלל נישט צו אפמאלען א ביאגראפי נאר ענדערש "הירוגראפיע" [א טערמין וואס ווערט גענוצט אויף בוכער וואס זוכט צו גרויס מאכן דעם באטרפנדעם, וליתר הרחבה עיין בספר החזון איש להחוקר ר' בנימין בראון]
איך זאג עס נישט דווקא אלס חסרון אבער די מציאות איז אז ווען מגעט ארויס ביי אונז א ספר אויף א גדול מיינט מען צו זאגן כזה ראה וקדש, אזוי דארף מען זיין! ממילא טאהר מען נישט שרייבן קיין חסרונות.
א ראי' האסטו אז דאס פארהייליגן די חסרונות פון גדולי ישראל האט שלעכטע רעזולטאטן איז די כלומרש'טע שארפקייט און גור וואס גרעניצט זיך טיילמאל מיט שפיכת דמים, און אזוי אויך אין בריסק ווי [כמעט] יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן אין נערוועזיגקייט און אין אומטאלעראנץ.
ועוד חזון למועד
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
דא רעדט מען נישט סתם פון באשרייבן די ביאגראפיע, מען רעדט דאך אז מען געבט ארויס דעם באהאלטענעם סוד ווי אזוי מען קען ווערן א גדול בישראל, און דערפאר דארף מען דא מער אכטונג געבן וואס מען שרייבט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
כבוד הרב יאיר, שיין ארויסגעברענגט א נקודה וואס פון דער ערשטע מינוט אן ווען כ'האב געהאט אדורך געבלעטערט דעם ספר עלתה כן במחשבתי.
איך וויל נאר מוסיף זיין צו דיינע ווערטער, אז דאס איז א טיפישע עקסעפל פון א מחבר ספר, וואס גוט ארויס א ספר, וואס דער מחבר זעלבסט האלט נישט דערביי. קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים, אקעי טאקע ער קומט מיר נישט דא מוט קיין מוסר, אבער ער קומט דאך יא צוגיין מיט א רעסעפי פון "נאכמאכען" דהיינו אז יעדער איינער קען ווערן א הרב אלישיב אויב גייט ער נאך די אנווייזונגען פון אט דעם ספר.
אז הרב הרב אלישיב איז געוועהן אזוי, קען זיין, ער טאקע קיינעם נישט נאך געמאכט, קיינער האט איהם נישט געגעבן קיין סודות פון חדר פון א פריעדיגע, דהיינו הרב אלישיב איז געוועהן א נאטירליכע זאך, זיין אהבת התורה האט איהם געברענגט צו התמדת התורה און אזוי ווייטער. אבער דער מחבר האט פון "הסוד" האט נאך נישט מצליח געוועהן אז זיין ספר וואס אינהאלט דעם סוד האט נאך נישט באוויזען אהער צושטעלן א דאנק איהם נאך א סארט פון אלישיב קאליבראר, קוקט אויס אז זיין רעסעפי הייבט בכלל נישט אן צו ארבעטן.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
זיין רעסיפי ארבעט אפשר, נאר עס איז בכלל נישט קיין סוד. מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו אויסטרעפן אז אויב מען לערנט אכצן שעה א מעת לעת פאר הונדערט און צוויי יאר וואקסט מען אויס א ריזיגער תלמיד חכם. א סוד איז אויב ער וואלט מגלה געווען וואס האט געברענגט רב אלישיב דאס צו אויספירן, און פון דעם רעדט ער בכלל נישט. אלזא ועל איך עס יעצט מגלה זיין, הרב אלישיב האט געהאט א פראבלעמאטישע פערסאנאליטי וואס האט אים נישט געלאזט לעבן ווי א נארמאלער מענטש מיט חברים און משפחה. שוין איינמאל א סוד.
האדם לא נברא אלא להתענג
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
כ'האב געטראפן צווישן מיין פאטער'ס חפיצים אינדערהיים עטליכע טעיפס אין וועלכע ער מיט נאך אנדערע לומדים שמועסן דורך די סיסטעם וויאזוי מ'איז מעבר דעם אידישן לוח.
כ'גרייט מיך עס צו פארקויפן פאר די אינטעליגענט עידזשענסיס, נאר דער וואס בידט פאר דעם העכסט פרייז פארשטייט זיך.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:כבוד הרב יאיר, שיין ארויסגעברענגט א נקודה וואס פון דער ערשטע מינוט אן ווען כ'האב געהאט אדורך געבלעטערט דעם ספר עלתה כן במחשבתי.
איך וויל נאר מוסיף זיין צו דיינע ווערטער, אז דאס איז א טיפישע עקסעפל פון א מחבר ספר, וואס גוט ארויס א ספר, וואס דער מחבר זעלבסט האלט נישט דערביי. קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים, אקעי טאקע ער קומט מיר נישט דא מוט קיין מוסר, אבער ער קומט דאך יא צוגיין מיט א רעסעפי פון "נאכמאכען" דהיינו אז יעדער איינער קען ווערן א הרב אלישיב אויב גייט ער נאך די אנווייזונגען פון אט דעם ספר.
אז הרב הרב אלישיב איז געוועהן אזוי, קען זיין, ער טאקע קיינעם נישט נאך געמאכט, קיינער האט איהם נישט געגעבן קיין סודות פון חדר פון א פריעדיגע, דהיינו הרב אלישיב איז געוועהן א נאטירליכע זאך, זיין אהבת התורה האט איהם געברענגט צו התמדת התורה און אזוי ווייטער. אבער דער מחבר האט פון "הסוד" האט נאך נישט מצליח געוועהן אז זיין ספר וואס אינהאלט דעם סוד האט נאך נישט באוויזען אהער צושטעלן א דאנק איהם נאך א סארט פון אלישיב קאליבראר, קוקט אויס אז זיין רעסעפי הייבט בכלל נישט אן צו ארבעטן.
נישט גערעכט, ס'דא א גאר גרויסע רעבי און מאנסי, יעדער פארשטייט פון וועם איך רעד, מ'זאגט אז ער לערנט 18 שעה א מעת לעת,
און ער איז נאך אלס א געזונטע עם הארץ, מילד גערעד, און ווי אויך האט אים זיין תורה נישט געברענג צו קיין מדות טובות.
אשר על כן מוז יא צו זיין עפעס א סוד צו קענען לערנען 18 שעה, און צו געדענקן דאס לערנען, והבן היטב.
I AM SICK AND TIRED ALREADY