איך אויך האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואס מיינט 'סומאטאכע'?
בין איך דער איינציגסטער גולם וואס ווייסט נישט?
סאונד ווי א יאפאנעזישער ווארט.
now that you mention it it's starting to make me very nervous! lol
געוואלד געשריגן האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואס מיינט 'סומאטאכע'?
בין איך דער איינציגסטער גולם וואס ווייסט נישט?
סאונד ווי א יאפאנעזישער ווארט.
now that you mention it it's starting to make me very nervous! lol
שרגא האט געשריבן:פונדעסטוועגן, וויבאלד איך בין נישט קיין זעלבסט-האסנדער חסיד, וואלט מער געשמעקט אויב עס וואלט געקענט צוגיין אויף אן אנדערן אופן, אויף א וועג וואס זאל נישט ברענגען קיין חילול השם, אבער אויב איז אזוי געשען, זאל עס כאטש דינען אלס א גוטער למען ישמעו ויראו. עס זאל דערמאנען די געוויסע פראצענט פון "קראנקע מענטשן", אזוי ווי עס איז דא אין יעדע געזעלשאפט, אז אית דין ואית דיין, אפילו אויף דער וועלט. און עס זאל אויך דינען אלס לעקציע און דערמאנונג פאר איינעם וואס וויל אמאל טראכטן צו פארדעקן חטאים און שטופן אונטער'ן קארפעט אז עס לוינט ענדערש צו נעמען ערנסטע שריט, ווייל צום סוף קען עס קאסטן א טייערערן פרייז.
אוהב דעת האט געשריבן:פארוואס גייען יעצט ארום די ליבאוויטשע אין די ווילאמסבורגע גאסען זונגען זייערע נגונים, זיי ווילען אונז מאכען פריילעך???
נולד מאוחר האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:פארוואס גייען יעצט ארום די ליבאוויטשע אין די ווילאמסבורגע גאסען זונגען זייערע נגונים, זיי ווילען אונז מאכען פריילעך???
מיר האבן א דיעל מיר העלפן זיי מיט רובשקן זיי העלפן אונדז מיט וו''ב.
די חילוק איז ביי העלפן מיינט גרינע דאלארן.ביי זיי מיינט עס זינגען און טאנצען און זאגן לחיים אויף אביסעל וואדקע.
יאנקל האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:זייער א טרויעריגע טאג. א משפחה האט פארלוירן א טאטע (זיי זענען לכולו עלמא נישט שולדיג), א פרוי ווערט געלייקנעט איר פיין, א קהלה איז נישט וויליג צו דיעלן מיט אירע פראבלעמען אין א אפענע וועג. ס'איז נישט דא וואס צו יובלן, ס'איז נישט דא וואס צו שאלן. ס'איז ביטער ווי א זית.
זייער גוט געזאגט. א ווייטאג, א ווייטאג. כאטש די סברא זאגט אז ס'איז רגלים לדבר אז וועבערמאן האט געטון מעשים אשר לא יעשו, איז אבער דאך א דורכפאל פון יוסטיץ אז אויף גאנץ שוואכע באווייזן זאל מען קענען אריינזעצן א מענטש אויף אזויפיל יארן אין טורמע, און נאך פאראומגליקליכן אזויפיל מענטשן ארום.
וועבערמאן האט נישט געטארט באקומען אפילו איין מינוט מער תפיסה צוליב דעם וואס מ'וויל "שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי", אבער אז ס'איז שוין ליידער אזוי ארויסגעקומען, זאל עס כאטש דינען ווי א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי אז:
א) מאלעסטן קינדער איז אן עון בלתי יכופר
ב) פראבלעמען קענען מער נישט אריינגעשטופט ווערן אונטער דעם קארפעט
ג) יוסטיץ איז נישט פונקטליך, אבער עס דערגרייכט געווענליך די זינדיגע
ד) א "קלוגער יונגערמאן" איז נישט קיין "טעראפיסט"
ה) בעטן $150 דאלאר א שעה פאר "קאונסלינג" איז א רשעות
קיינער פון אונז איז מחולק מיט דיינע לעצטע פונקטן. מירהאלטן אבער אז ר' נחמיה איז אומשולדיק און איז א קרבם ציבור פון די שפלים ונבזים. היינט איז געווען קיין יוסטיץ די מידיע באריכטן די לעצטע טעג און דער היינטיקער פסק דארף אויפטרייסלען יעדן איד אז מיר זענען אין אן עקזיסטענציאלע סכנה דא אין אמעריקע.
דאס איז אמת אז די טאבלאידן, הויפטזעכליך דער "ניו יארק פאוסט", זענען געווען איינזייטיג אויף א שרעקליכן פארנעם. אבער די באריכטן פון פרעסטיזשפולע נייעס-קוועלער, ווי "ניו יארק טיימס", זענען געווען פיל מער באלאנצירט.
אפילו אזא איינער ווי דו וואס האלט אז וועבערמאן איז גענצליך אומשולדיג דארף נישט ארויסנעמען פון דעם יעצטיגן פסק אז מיר זענען אין אן "עקזיסטענציאלע סכנה דא אין אמעריקע." דער פסק איז יסודות'דיג דורכגעפוילט צוליב א פעלערהאפטיגן יוסטיץ-סיסטעם וואס לאזט מענטשן איבערגענומען ווערן פון די בכיות פון א שיין מיידל, און אויף דעם ארויף באזירן א פסק.
שמעקעדיג האט געשריבן:די ערגסטע פון אלעם איז נאך צו ליינען די גרוילהאפטיגע קאמענטס פון 'וואס איז נייעס'.
איך ווער צושאסן פון דעם.
א איד זאל שרייבן אז דאס איז א "נס חנוכה", און "פון די בעסטע טעג אין אונזער לעבן" איז א שאנדע און הארצרייסענד.
איך וויל נישט ארויסשרייבן וואס איך וואונטש די שונאי ישראל.
שרגא האט געשריבן:נאר למעשה, וואס זאל איך טון אז ליידער בין איך סייווי געווען איבערצייגט אין זיין שולד. און נאך איידער די דזשורי האט אנגעהויבן דן זיין דערויף. ממילא בין איך צופרידן פון דעם חלק אז א מענטש, וואס חוץ די עצם נידריגע מעשים האט ער פארראטן זיין פראפעסיאנאלע אויפגאבע און צומאל גאר מער קאליע געמאכט, גייט מער נישט זיין קיין טעראפיסט פאר קיין מענער אדער פרויען.
I don't understand the rules in the courtroom but for some reason when she responded to a question "Oh, you mean when he burned me?" the defense was all up in arms and the judge instructed her never to mention it again on the stand. Yes he even mutilated her young delicate body! A monster is not the word! This is only what he did to her. It just shows that all the others never got real professional help who would have been mandated reporters and then he might have been stopped earlier.
שרגא האט געשריבן:אין די לעצטע 20 יאר זענען דא טויזנטער אנגעקלאגטע, אריינגערעכנט הונדערטער "רעיפיסט", וואס זענען דערקלערט געווארן שולדיג לויט דעם זעלבן יוסטיץ סיסטעם, אבער פינף,צען אדער צוואנציג יאר שפעטער האט DNA איבערצייגט קלאר אז זיי זענען אומשולדיג און זיי זענען ארויס פון תפיסה.
פוינט איז: א דזשורי איז נישט אייביג קיין "פרוף" אז יענער איז טאקע שולדיג, זיי קענען זיך אויך אמאל טועה זיין. איבערהויפט ביי די יעצטיגע קעיס ווען יענער "דעילי ניוס" זשורנאליסט האט קוים צוויי טעג צוריק נאכגעזאגט פון די "אלטערנעיט דזשורארס" אז עס איז "ספליט דאון די מידל" און איין דזשורי האט אים געזאגט נאכ'ן מיטהאלטן די גאנצע פראסעקיושען אז "עס איז נישטא קיין קלארע עווידענס". דעריבער קען איך פארשטיין אז איינער וואס איז פאר א געוויסע סיבה קלאר איבערצייגט אין זיין אומשולד, האלט זיך ווייטער ביי זיינעם און ווערט נישט געטוישט בלויז ווייל "די דזשורי האט אים פאראורטיילט". און עס לאזט זיך אויך ארגומענטירן אז מיט'ן זיין א חסידישער איד, איבערהויפט ווען די פראקורארן האבן אזוי סאך גערעדט דערפון און כסדר געלייגט א דגוש אויף דעם חלק און געוואלט פארבן אין שווארצע קאלירן די גאנצע קאמוניטי, האט ער סייווי געהאט שוואכע שאנסן אז די דזשורי זאל אים ריינוואשן.
נאר למעשה, וואס זאל איך טון אז ליידער בין איך סייווי געווען איבערצייגט אין זיין שולד. און נאך איידער די דזשורי האט אנגעהויבן דן זיין דערויף. ממילא בין איך צופרידן פון דעם חלק אז א מענטש, וואס חוץ די עצם נידריגע מעשים האט ער פארראטן זיין פראפעסיאנאלע אויפגאבע און צומאל גאר מער קאליע געמאכט, גייט מער נישט זיין קיין טעראפיסט פאר קיין מענער אדער פרויען.
פונדעסטוועגן, וויבאלד איך בין נישט קיין זעלבסט-האסנדער חסיד, וואלט מער געשמעקט אויב עס וואלט געקענט צוגיין אויף אן אנדערן אופן, אויף א וועג וואס זאל נישט ברענגען קיין חילול השם, אבער אויב איז אזוי געשען, זאל עס כאטש דינען אלס א גוטער למען ישמעו ויראו. עס זאל דערמאנען די געוויסע פראצענט פון "קראנקע מענטשן", אזוי ווי עס איז דא אין יעדע געזעלשאפט, אז אית דין ואית דיין, אפילו אויף דער וועלט. און עס זאל אויך דינען אלס לעקציע און דערמאנונג פאר איינעם וואס וויל אמאל טראכטן צו פארדעקן חטאים און שטופן אונטער'ן קארפעט אז עס לוינט ענדערש צו נעמען ערנסטע שריט, ווייל צום סוף קען עס קאסטן א טייערערן פרייז.
וויליאמסבורגער האט געשריבן:צוויי אינטערסאנטע פרטים וואס כ'געזעהן אין ראשעקאל'ס לינקס:
1) נחמיה זיצט יעצט אין רייקערס איילינד
2) א פראסעקיאטער האט געזאגט פאר וואל סטריט זשורנאל אז מ'ארבייט אז נאך א קרבן פון וועבערמאן זאל ארויסקומען. (איך האלט נישט די אטעם)