וואס/ווער איז דער מקור ראשון?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

וואס/ווער איז דער מקור ראשון?

שליחה דורך דעתי הענייה »

גאר אסאך מנהגים, ענינים, סגולות, בחינות, וכדומה, וואס זענען היינט צוטאגס אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל, ווערן נישט דערמאנט אין חז''ל) איך מיין תלמוד בבלי) און אין די שפעטערע יארן, צומאל אין שולחן ערוך, אדער אין די שפעטערע אחרונים, ווערט עס שוין דערמאנט אלס 'א מנהג', דהיינו, עס איז שוין געווען איינגעפירט דאן, שטעלט זיך די שאלה, מהיכן ירק זה חי, פון וואו, פון וועם, און מה טעם יש בה?
צומאל איז עס גאר א מדרש, צומאל א תשובת הגאונים, צומאל מכח א גזירה, און יא, צומאל א טעות.
וואו איך פארשטיי, געפונען זיך דא בינינו א סאך וואס וועלן וויסן צו ענטפערן דערויף, ויהא חלקם בין מזכי הרבים.
און, די ציהל דא איז נישט וואס דער מקור איז, וואס דאס מיינט נארמאל, די מקור פון אונזערע אנגענומענע פוסקים, וואס פון דארטן ווערט עס אנגענומען צווישען אונז, דא וויל איך וויסן, וואס איז דער "מקור ראשון'', כנ''ל.

אזוי ווי מיר שטייען בימי החנוכה, וואלט איך אנגעהויבן מיטן מנהג פון עסן מיליכיגס, אויב איינער קען צו ווייזען די מקור ראשון.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר