"דיאלאג" דזשורנאל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

"דיאלאג" דזשורנאל

שליחה דורך יידל »

דיאלאג דזשורנאל (Dialouge) איז א דזשורנאל וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך די געוועזענע עורכים פון די דזשואיש אבזערווער. פאר ווער עס געדענקט, איז די דזשואיש אבזערווער געווען א הויעך-קאליבאר דזשורנאל וועלכע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך אגודת ישראל ד'אמעריקע, און דער עורך איז געווען הרב ניסן וואלפין. דארט פלעגט פארעפנטליכט ווערן מאמרי השקפה פון אמעריקאנע גדולים און שריפטשטעלער און שיינע ארטיקלן בענינים העומדים על הפרק. בארימטע שרייבער וועלכע האבן געשריבן פאר די דזש. אבזערווער זענען הרב אבי שאפראן, יונתן ראזענבלום, הרב שמשון שערער, דר. אהרן טווערסקי, הרב יצחק אדלערשטיין און נאך פילע.

דער דזש. אבזערווער האט אויסגעהויכעט די נשמה פאר בערך צוויי יאר צוריק און איז פאר א יאר צוריק מגולגל געווארן אין די נשמה פון דעם דיאלאג דזשורנאל. לויט מאנכע איז דער דיאלאג דזשורנאל פובליצירט געווארן אלץ דירעקטע קאמפעטישאן מיט "חקירה" דזשורנאל, וויבאלד חקירה דזשורנאל ערלויבט זיך צו פובליצירן ארטיקלן וועלכע זענען לאו דוקא אין איינקלאנג מיט די חרדי'שע השקפה. למעשה אבער האט זיך ארויס געשטעלט אז "דיאלאג" ערלויבט זיך צו טרעטן עטוואס ווייטער פון דעם גבול ווי דזשואיש אבזערווער איז געשטאנען, און ערלויבן אישוס פון וואס דזשואיש אבזערוער איז אוועקגעשטאנען, צו ווערן דיסקוסירט צווישן אירע בלעטער.

זינט איר גרינדונג זענען שוין ערשינען צוויי אויסגאבעס. די דריטע דיאלאג דזשורנאל איז ערשינען ממש לעצטע וואך. פאלגנד איז א ליסטע פון ארטיקלן. (רוב ארטיקלן זענען אין ענגליש חוץ צוויי וועלכע זענען אין לשה"ק)

די הויפט ארטיקל איז "א תורה בליק אויף האמאסעקסואליטעט" פון הג"ר אהרן פעלדמאן, ר"י נר ישראל ד'באלטימאר. פארשטייט זיך אז ער איז גאר שארף דערקעגן, אבער מיט א לאגישען טאן.

אויף דעם אישו פון האמאסעקסואליטעט זענען פארהאן נאך צוויי ארטיקלן, איינס פון הרב הלל גאלדבערג, און נאל איינס פון א דר. אילן קארטאן, אבער דעם אישו פון נעמען טעראפי צו היילן האמאסעקסואליטעט, אן אישו איבער וועלכע מ'האט אסאך דעבאטירט בין עמודי קאווע שטיבל. אויך איבער דעם אישו איז דא אין די "בריוון" אפטיילונג א בריוו פון הג"ר שמואל קאמינעצקי, ר"י ד'פילידעלפיא וחבר מועצגה"ת, אויך איבער די טעראפי.

אן ארטיקל פון הרב משה אייזנשטאדטער איבער די נושא וויאזוי ס'קען זיין אז קוהלת אין שיר השירים וועלכע זענען אזוי קעגנגעזעצט אין זייער וועלט-אויסקוק זאלן געשריבן ווערן דורך איין מענטש, אן ארטיקל פון הרב צבי ניימאן איבער די נושא פון לא תגודדו און תפילין אין חוה"מ, און אן ארטיקל פון הרב בנימין בלייך איבער די נושא פון פרה אדומה און די סימבאליזם פון קאליר בכלל אין רויט בפרט אין אידישע מחשבה.

פראפעסאר ראבערט בראדי האט געשריבן גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל איבער א אינטערעסאנטער דאקומענט וואס מ'האט געפונען אין די קיירא גניזה. דעם ארטיקל'ס קעפל איז "פאלעמיקס אין די גאוני'שע תקופה - פירקוי בן בבו'ס בריוו און די אימפליקאציעס דערפון".

דר. אייזיק בעטעטש און דר. עובדיה מאיא האבן גאר אן אינטערסאנטעם ארטיקל איבער די זהות פון ארנבת און שפן אין ליכט פון היינטיגע זאאלאגיע. דער ארטיקל איז בעצם א פארקירצערונג פון זייער בעפארשטייענדיגער בוך "די עניגמא פון דעם ביבלישען שפן". דער בוך איז אן אפענטפער צו הרב נתן סליפקין'ס בוך "די קעמל, די הער און די היירעקס". איך וועל אי"ה שרייבן איבער בעטעטש'ס און סליפקין'ס ויכוח ווען בעטעטש'ס בוך וועט ערשיינען.

דערנאך איז דא א סעריע ארטיקלן איבער מציצה בפה. דר. יונתן זענלימאן און דר. לארענס סטענבערי פרעגן אפ דר. דניאל בערמאן'ס ארטיקל וועלכע איז ערשינען אינעם פאריגען נומער פון דיאלאג ווי דר. בערמען האט גע'טענה'ט אז מצב"פ איז בכלל נישט קיין מעדעצינישע סכנה. דאקטוירים זענלימאן און סטענבערי פרעגן אפ זיינע טענות. דערויף איז דא אן אפענטפער פון דר. בערמאן ווי ער פרובירט אפענטפערן זייערע קושיות.

נאך אן ארטיקל איבער מצב"פ פון פראפעסער ברענדא ברויער ווי זי (יא, ס'איז א פרוי) פרעגט שטארקע קושיות אויף די CDC'ס רעפארט אויף די שעדליכקייט פון מצב"פ. דערנאך אן ארטיקל פון פראפעסאר שמעון בערמאן ווי ער אנאליזירט די CDC'ס סטאטסטיקיל מעטעדאלאגיע. א דריטער ארטיקל פון פראפעסאר אבי פעדערגרין וועלכע האט אויך קושיות אויף די CDC'ס סטאטיסטיקס. א פערטע ארטיקל פון הרב פראפעסאר אברהם שטיינבערג און דר. משה וועסטרייך מיטן קעפל "מצב"פ אין טרעדיציאנאל אידישע ברית מילה", ווי זיי דיסקוסירן די חלקי ההלכה והמעדעצין.

א פיפטע ארטיקל פון התאחדות הרבנים'ס לויער און בא כוח אין די מצב"פ קעיס, ירחמיאל סימינס ווי ער קריטיקירט די ניו יארק דעפארטמענט אף העלטה שטודיע איבער מצב"פ.

דערנאך א זעקסטע ארטיקל איבער די לעגאליטעט פון די קאנסענט פארום וואס די שטאט פארלאנגט פון צוויי לויערס, שי דבורצקי און יעקב ראטה (דוכט זיך מיר אז ביידע פון זיי זענען אויף די דעי דזשאונס טיעם וועלכע באקעמפט די מצב"פ קאנסענט פארום געזעץ).

דערנאך צוויי ארטיקל אין לשה"ק. איינס פון הרב יחיאל גאלדהאבער ווי ער שרייבט איבער די היסטאריע און פולמוס פון נישואי אזרחיים אין פראנקרייך און אין איטאליע. און נאך אן ארטיקל פון הרב אליהו אביגדור פעלדמאן מיטן קעפל "מציצה בפה ושכיחא הזיקא"

אפאר רעצענזיעס וועלכע כ'האב געזען אנליין האבן ארויסגעהויבן די פאקט אז כאטשיג די אויסגאבע איז שטארק פרא-מצב"פ (פארשטייט זיך, וויבאלד אגו"י אפיליאירטע גיבן דאך דאס ארויס) האבן זיי אויך געגעבן א פלאטפארמע פאר אנטי-מצב"פ צו שרייבן זייער מיינונג.

דיאלאג קען מען נישט באקומען אנליין, אז איר ווילט עס ארדערן פארבינדט אייך מיט דיאלאג דורך רופן 410-367-2567 אדער אימעילן editor@dialoguemagazine.org
אדער נוצן סנעיל מעיל: AJOP 5906 Park Heights Avenue, Suite 10, Baltimore MD 21215
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ייש"כ יידל פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע. איך בין שוין זייער נייגעריג צו הערן איבער דעם שפן, מיט וואס זיי קריגן זיך מיט הרב סליפקין.
אגב, אויב איך געדענק גוט האט שוין די זשואיש אבזערווער אויסגעהויכט די נשמה א שיינע פאר יאר צוריק, א קורצע צייט נאכדעם וואס משפחה אויף ענגליש האט זיך געגרינדעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דזשואיש אבזערווער האט זיך טאקע פארמאכט שוין אין 2009 (3 יאר צוריק). זע דא. אבער משפחה מאגאזין האט זיך שוין געעפנט אין ענגליש אין 2004, זע דא.

אגב דארף מען אנמערקן אז דזשואיש אבזערווער איז געווען מער א מאגאזין, נישט אזוי אקאדעמיש ווי דיאלאג, וועלכע איז א דזשורנאל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'דא צו באקומען אין ביגעלאייזן, ז. ברמן.
Under influence
פארשפארט