אחרי ככלות הכל - וועבערמאן סומאטכע
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
אחרי ככלות הכל - וועבערמאן סומאטכע
אחרי ככלות הכל שטעלט זיך די פראגע צו האט דער פרשה סוף פסוק אויפגעטאן? צו האט עס פארבעסערט אונזער טראסט אינעם סעקולארן קאורט סיסטעם? צו וועט עס זיי ברענגען צו זייער ציל אז מיר זאלן באריכטן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פאברעכנס צו די אויטאריטעטן אנדערש ווי דעם אומבאלומפערטן וועג מיר האבן זיי באהאנדלט ביז היינט?
דער ענטפער מיין איך איז א הילכיקן ניין. דער קאנפידענץ פונעם עמך ציבור אינעם סיסטעם איז געפאלן צו נול. הערנדיג דעם עולם'ס רעאקציעס אינעם גאנצן שטאט זע איך ווי דער עולם האט געזען מיט די אויגן, נישט קיין קאמפליצירטע פינאנציעלע טערמינען פון מאני לאנדרינג און בענק פראוד ווי די רעגירונג קען אונז פארקויפן באפקעס, נאר אן אפענער טרייעל וואס יעדער האט מיטגעהאלטן מיט אלע פרטים אדאנק קאווע שטיבל און אנדערע פארומס. מיר האבן געזען א זשורי פון 12 טינקלדיקע נישט-אידן נעמען אן א באשולדיגונג פון א פארווייטאקטע פראסטאטוטקע אן קיין טראפל פאקטישע באווייזן בעת זי האט זיך סותר געווען צענדליקער מאל, און אדאנק בלויזע ווערטער אן פאקטן האט מען אריינגשליידערט א איד אין גרוב פארן לעבן. צו אזא סיסטעם זיך צו בידים איבערגעבן פילט דער עולם איז זעלבסטמארד פון אונזער קיום. פאקט איז א היימישער איד איז אויטאמאטיש גילטי פאר א זשורי, דאס האט אונז דער טרייעל באשטעטיקט. פאקט איז די מידיע דא אין נ"י וועט זיך באנעמען צו אונז נוסח נאצי שטורמער. פאקט איז דעם די-עי'ס אגענדעס און חשבונות וועלן באשלוסן ווען צו נאגלען א קרבן און ווען נישט. פאקט וועט פארבלייבן יוסטיץ איז טויט פאר חרד'ישע אידן אין אמעריקע.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
מיר דארפן וויסן וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז, ער וויל זען תשובה פון אונז, ער וויל מיר זאלן געדענקען מ'איז אין גלות, נישט נאר ביי גויים, נאר אויך ביי אידן מוסרים ומלשינים, אידן וואס האבן אונז פיינט פונקט ווי דער גוי, מיר דארפן ווייטער בעטן און ווענדן די אויגן צום א-ל חנון ורחום צו ווערן אויסגעלייזט פון דעם לאנגן גלות כללית, און פון די קליינע גליות פרטיות.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
וואס זאל איך זאגן און וואס זאל איך שרייבן, מה נאמר ומה נדבר, איך בין צומישט.
מיינע געפילן ברויזן און שטורעמען, איך ווייס אבער נישט וואס צו טוהן.
איך ברויז אויף געוויסע שרייבער דא, וואס פרייען זיך {יא זיי פרייען זיך און וויפיל זיי לייקענען עס זעהט מען עס נאכמער} אז א איד גייט זיצן עד יומו האחרון אין תפיסה.
איך ברויז אויף די אידן, וואס האלטן אז די מעשה קען נישט זיין אמת.
איך ברויז אויף דעם וואס עס ווערט נישט גענומען קיין שריט, אז מען זאל העלפן אלע וויקטים'ס אינערהאלב אונזער סיסטעם, און אויך זאל דאס זיין לעגאל על פי חוקי המדינה.
איך ברויז אויף די מוסדות וואס נעמען אויף מלמדים און מחנכים, און מען קוקט בכלל נישט נאך זייער בעקגראונד, צו בעניני חינוך צו בשאר ענינים, און מען האלט אפי' נישט קיין אויג נאכדעם וואס זיי זענען שוין יא אויפן דזשאב, וואס מיט דעם שתי רעות עשו.
איך ברויז אויף שרייבער וואס האבן גענומען א זייט און וועלן דאס אויף קיין שום אופן נישט טוישן.
איך ציטער פון די וויסטע העצע וואס די מידיא האט געברענגט אויף אונז {יא אונזער שולד צו נישט}.
איך בין זייער באזארגט פאר יעדן איד, וואס גייט דארפן אנקומען לעיני הגויים אין געריכט, וואס פארא אימעדזש ער גייט האבן.
איך בין זייער באזארגט וועגן אונזערע קינדער, און ח"ו טאמער גייט איינער אוועקגיין פון אונזער דרך, ווער גייט אים אויסנוצן צו פראסקענען אונזער קאמיוניטי.
איך לאך פון די מענטשן, וואס מיינען אז מיטן טאנצן מה יפית, פארן גוי, גייען זיי אויסמענטשלען/צופיקסן כלל ישראל אדער זיך באשיצן.
איך וויין אויף די מענשן וואס מיינען אז מיטן אדאפטירן גוטע זאכן פון דעם גוי אקעגן אונזער מסורה, גייט מען זיין מער וועלקאם דא אין גלות, אדער מער ארויפגעקוקט ביים גוי.
איך וואונדער מיר, וואספארא נאך צרות מיר גייען יעצט אנהייבן צו ליידן פון הנושרים במחנינו, וואס לו יהא אז זיי זענען ליידער געווארן אביוזט, און זיי דארפן נישט האלטן דעם ארויפגעצווינגענעם חינוך, מיינט דאס אבער נישט אז יעדער איינער דארף באצאלן א פרייז פאר דעם.
איך ברויז...
איך בין ברוגז...
איך לאך און וויין...
איך בין גוט צומישט און אויס מענטש.
בקיצור אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
מען דארף זיין גערישט, אז מהיום והלאה וועט מען הערן אסאך ענליכע מעשיות, פון בת קמה באביה, ובמוריה,
יעדער איינער קען זיין א קרבן, עס איז ליידער אין בית אשר אין שם, אן אפגעפארן קינד מאיזה סיבה שהיא, און מען קען קיינמאל נישט אויסרעכענען מה יולד יום, און ווער גייט אים/ אויפקלערן צו מאכן נייעס.
יעדער איינער קען זיין א קרבן, עס איז ליידער אין בית אשר אין שם, אן אפגעפארן קינד מאיזה סיבה שהיא, און מען קען קיינמאל נישט אויסרעכענען מה יולד יום, און ווער גייט אים/ אויפקלערן צו מאכן נייעס.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
בן תמליון האט געשריבן:אחרי ככלות הכל שטעלט זיך די פראגע צו האט דער פרשה סוף פסוק אויפגעטאן? צו האט עס פארבעסערט אונזער טראסט אינעם סעקולארן קאורט סיסטעם? צו וועט עס זיי ברענגען צו זייער ציל אז מיר זאלן באריכטן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פאברעכנס צו די אויטאריטעטן אנדערש ווי דעם אומבאלומפערטן וועג מיר האבן זיי באהאנדלט ביז היינט?
דער ענטפער מיין איך איז א הילכיקן ניין. דער קאנפידענץ פונעם עמך ציבור אינעם סיסטעם איז געפאלן צו נול. הערנדיג דעם עולם'ס רעאקציעס אינעם גאנצן שטאט זע איך ווי דער עולם האט געזען מיט די אויגן, נישט קיין קאמפליצירטע פינאנציעלע טערמינען פון מאני לאנדרינג און בענק פראוד ווי די רעגירונג קען אונז פארקויפן באפקעס, נאר אן אפענער טרייעל וואס יעדער האט מיטגעהאלטן מיט אלע פרטים אדאנק קאווע שטיבל און אנדערע פארומס. מיר האבן געזען א זשורי פון 12 טינקלדיקע נישט-אידן נעמען אן א באשולדיגונג פון א פארווייטאקטע פראסטאטוטקע אן קיין טראפל פאקטישע באווייזן בעת זי האט זיך סותר געווען צענדליקער מאל, און אדאנק בלויזע ווערטער אן פאקטן האט מען אריינגשליידערט א איד אין גרוב פארן לעבן. צו אזא סיסטעם זיך צו בידים איבערגעבן פילט דער עולם איז זעלבסטמארד פון אונזער קיום. פאקט איז א היימישער איד איז אויטאמאטיש גילטי פאר א זשורי, דאס האט אונז דער טרייעל באשטעטיקט. פאקט איז די מידיע דא אין נ"י וועט זיך באנעמען צו אונז נוסח נאצי שטורמער. פאקט איז דעם די-עי'ס אגענדעס און חשבונות וועלן באשלוסן ווען צו נאגלען א קרבן און ווען נישט. פאקט וועט פארבלייבן יוסטיץ איז טויט פאר חרד'ישע אידן אין אמעריקע.
גוט געזאגט,
נאר ווען דער פראבלעם זאל זיין ווי דו זאגסט, אז "אונזער ציבור" זאל זיך איבערגעבן בידיים, און דאס גייט נישט געשעהן, וואלסטו געווען גערעכט, און מען וואלט מיט רעכט געקענט זאגן אז מען האט גארנישט אויפגעטון; אבער למעשה איז דער פראבלעם פארקערט, אז די קעגנערס האבן ליידער באקומען טאנען חיזוק, און זיי וועלן ווארשיינליך ממשיך זיין מיט זייערע שמוציגע מעשים ה"י.
וירח ה' את ריח הניחוח
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
פאר איך לייג צו מיין צוויי סענטס, וועל איך זאגען ויהי רחום יכפר עון.
שלמה המלך זאגט אין חדש תחת השמש, די קאטוילישע קירכע איז אדורך אזא קריזיס בערך 10 יאר צירוק, פארשטייט זיך אז מיר זענען ישראל קדושים, אבער א BASE ווי אנציהויבען איז דאס.
נאכאמאל ויהי רחום יכפר.

פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
מיין מיינונג
פאר מאלעסטערס במחנינו גייט ארויס קומען א נייע היילונג
מכות רצח
עלטערן אינטרעסירט היינט נישט וואס די מוסד זאגט טוט,
און צו די אויטאריטעיטן גייט מען אויך נישט גיין נאר די אויפגעקלערטע און"הארצלאזע" און סיסטעם פיינט האבער.
נאר וואס דען ?
מען גייט טיילן מכות ,און אז די ווילסט רוף פאליס, ויקוב הדין את ההר.
פאר מאלעסטערס במחנינו גייט ארויס קומען א נייע היילונג
מכות רצח
עלטערן אינטרעסירט היינט נישט וואס די מוסד זאגט טוט,
און צו די אויטאריטעיטן גייט מען אויך נישט גיין נאר די אויפגעקלערטע און"הארצלאזע" און סיסטעם פיינט האבער.
נאר וואס דען ?
מען גייט טיילן מכות ,און אז די ווילסט רוף פאליס, ויקוב הדין את ההר.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
sunbar האט געשריבן:קפנדריא האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:זיי נישט קיין ראסיסט...
ריכטיג! א ראסיסט מעג מען נאר זיין קעגן חסידים, ספעציעל די מיט בארד און פיאות.
וואס איז מיט התגרות באומות?
שנייד נישט די תורה אויף העלפט, אויב איז דא ביי דיר א תורה, אדער עפעס שייכות מיט תורה, איז אויך דא פיל אנדערע מצוות, ווי ואהבת לרעך כמוך, הוי דן את כל האדם לכף זכות, לא תעמוד על דם רעך, לא תשנא את אחיך, לשון הרע, רכילות, הוצאת שם רע, און נאך פיל מצוות, ווען די אלע מצוות זענען נישט אקטועל צוליב די רייץ צו קענען זען א איד שמאכטן 'ביהיינד בארס' און זיך פרייען דערמיט, איז סתם א חוזק צו פרעדיגן ווועגן תורה בכלל און וועגן 'התגרות באומות' בפרט.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
פירסטעבעל קלעפ העלפט נישט מען האט אייביג געמאקעלט אין ממאקעלט ווייטער ביזען היינטיגען טאג
וועד הצניעות האט ספעשעל שלעגערס פאר דע צוועק (אמאל יחזקאל שמש היינט קעלנער ועוד)
במ"ל האט מער פין איינמאל געכאפט מכות אכזריות אפילו לעצטענעס ולא הועילו חכמים בתקנתם
נאך א זאך כהאלט אז איינמאל זי האט געוויזען דע וועג גייען איר נאכטין אסאך וואס האבען ביז היינט נישט געהאט די קארעדש
מאר מיי ווארד סגיין קימען אסאך אזאנע מעשיות אמת צו נישט אמתדיגע, וועבערמאן איז נאר די אנהייב
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל.......

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יענקל זאגסט אז עס זענען דא מיינונגס פארשידענהייטן אינערהאלב חרד׳ישע יידן אויך....קאן זיין....
אבער צווישן די נישט חרדישע, אפגעפארענע, אוכלי נבו״ט, מחללי שבת בפרהסי׳ איז דא קיין מיינונגס פארשידנהייט, אלע פה אחד האלטן קלאר אז נ״וו איז א אויסווארף און אז אינערהאלב סאטמאר, און וויליאמסבורג דרייען זיך מאסן מאנסטרישע מאלעסטערס אונטערן קארפעט, אין יעדע מקוה, אין אלע חדרים, ותחת כל עץ רענן.....
שטימט

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
אויס מענטש האט געשריבן:מיין מיינונג
פאר מאלעסטערס במחנינו גייט ארויס קומען א נייע היילונג
מכות רצח
ווער געט דיר די רעכט צו שלאגן א אידיש קינד? בזמן הבית האט אזא איד געצאלט א פופציגער פארן טאטן און גמרנו! וואס עפעס מכות? א אידיש קינד קומט נישט קיין מכות! נאך אן עדות אויך? מיט וואסערע באווייזן גייסטו עם געבן די מכות?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
קפנדריא האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:קפנדריא האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:זיי נישט קיין ראסיסט...
ריכטיג! א ראסיסט מעג מען נאר זיין קעגן חסידים, ספעציעל די מיט בארד און פיאות.
וואס איז מיט התגרות באומות?
שנייד נישט די תורה אויף העלפט, אויב איז דא ביי דיר א תורה, אדער עפעס שייכות מיט תורה, איז אויך דא פיל אנדערע מצוות, ווי ואהבת לרעך כמוך, הוי דן את כל האדם לכף זכות, לא תעמוד על דם רעך, לא תשנא את אחיך, לשון הרע, רכילות, הוצאת שם רע, און נאך פיל מצוות, ווען די אלע מצוות זענען נישט אקטועל צוליב די רייץ צו קענען זען א איד שמאכטן 'ביהיינד בארס' און זיך פרייען דערמיט, איז סתם א חוזק צו פרעדיגן ווועגן תורה בכלל און וועגן 'התגרות באומות' בפרט.
Two wrongs 'do' not make one right!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
בן תמליון האט געשריבן:אחרי ככלות הכל שטעלט זיך די פראגע צו האט דער פרשה סוף פסוק אויפגעטאן? צו האט עס פארבעסערט אונזער טראסט אינעם סעקולארן קאורט סיסטעם? צו וועט עס זיי ברענגען צו זייער ציל אז מיר זאלן באריכטן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פאברעכנס צו די אויטאריטעטן אנדערש ווי דעם אומבאלומפערטן וועג מיר האבן זיי באהאנדלט ביז היינט?
ווי דער חכם יאנקל האט שוין גע'ענטפערט, וועלן מאלעסטירטע קרבנות נאר זען חיזוק פון דעם מעשה און פארשטיין אז זיי האבן יא א וועג צו עפענען די מויל און גיין צו די אינסטאנצן, און אפילו אויב ס'איז נאר איר ווארט קעגן דאס ווארט פון דעם חשוב'ן מאנס וואס האט זי שוין צענדליגע מאל ערקלערט אז קיינער וועט זי נישט גלייבן, און אפילו אז קיין איין רב איז נישט אינטרעסירט צו הערן איר פיין, וועלן זיצן 12 פארטינקלטע מענטשן וואס האבן דעם גאנצן סיסטעם פארפאקט און דן זיין אין אירע ווערטער מיט דעם זעלבן חשיבות ווי די ווערטער פון איר מכלומר'שטע חשוב'ע פארגוואלדיגער.
אבער נאך א שאלה וואס בן תמליון פארפאסט צו פרעגן, איז וואס דער מערכה קעגן דאס מיידל דא וועט אויפטון אויף ווייטער.
אויף דעם טראכט אני הקטן אז לגבי די אינגע חברה מאכט דאס נישט אויס צופול. זיי פארשטייען נישט פונקטליך אין וואסארא פראבלעמען זיי לאזן זיך אריין און זיי וועלען שפרינגן צו די אינסטאנצן סיי ווען. אבער אויב ח"ו זאל זיך פאר מיר אדער פאר מיינער א תלמיד מאכן אן ענליכע פראבלעם, וואלט איך געקלערט שטארקע צדדים אראפצופארן קיין ווירג'יניע, קויפן א ביקס, און שיסן דעם פארגוואלטיגער אין בימ"ד פאר'ן אר"ק. אויב גיי איך אין געריכט אריין ווער איך א מוסר און אויסגעשפיגן פון כלל ישראל, און נאך מער, מיין טאכטער וועט פארעכענט ווערן א קורבה ביי אלע תמימות'דיגע וואוילע אידן. מיין לעבן וועט דאך דעריבער סייווי זיין חרוב און מער א גוטע טאג וועל איך נישט זען. מיין טאכטער בלייבט א קורבה פאר'ן לעבן ווייל דער מאנסטער איז א חשוב'ער איד. זאל ער פייגערען אין בעסמעדרעש און דערנאך זעץ מיר אריין אין כאטקע. תמות נפשי עם פלשתים.
זה דעתי העניה. וע"ז אמה"כ אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו און מיט רעכט אזוי ודו"ק.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
א תוצאה פונ'ם געריכט?
Yerachmiel Lopin @frumfollies
Unconfirmed rumor but plausible- UTA Satmar has given perv R. Avrohom Reichman written notice of dismissal #webermantrial
Unconfirmed rumor but plausible- UTA Satmar has given perv R. Avrohom Reichman written notice of dismissal #webermantrial
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בן תמליון'ס ווערטער זענען פארשטייט זיך פארכאפט אין די געפילן פון די מינוט. ווער ס'האט מיטגעהאלטן די פאליטיק אין סאטמאר קען די נוסח פון וויקטעמייזעשאן וואס איטיליכע צד האט גענוצט ווען זייער צד האט דערלייגט. מ'האט זיך געבארגט לשונות און הספידים און קללות אייינער פון צווייטן ווען אימער מ'האט געהאט אן אנטושונג. די ווינטער וועט דורכגיין און די געמיטער וועלן זיך בארואיגן.
מיט עטליכע נקודות בין איך יא מסכים, ווי למשל אז מיר זענען אין גלות און אז משיח דארף קומען, און אז אלע פעולות זענען זיכער נישט געגיינגען לאיבוד. דאס אליין אז אזויפיל אידן זענען זיך משתתף בצער פאר די משפחה ווען זיי קענען אפי' נישט איז א געוואלדיגע ענין.