רעכטן פאר די אפגעפארענע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

רעכטן פאר די אפגעפארענע

שליחה דורך מורינו הרב »

נקודה למחשבה.

מיר שטייען יעצט פאר א נייע מציאות וואס איז ביז היינט נישט געווען. אמאל, אויב איז איינער אפגעפארן, האט ער זיך אפגעלאזט פונעם היימישן עולם, אוועקגעגאנגען ווייסעכוואו און נישט געהאט קיין שייכות מיט וויליאמסבורג. עס קומען אבער פרישע צייטן, וואו די חברה האבן נישט קיין פראבלעם צו קוואקען בתוך מחנינו, זיצן דא און טיילן דעות און אך און וויי איז פאר איינער וואס שטייט זיי אין וועג.

כלפי מה דברים אמורים?
דערווייל זענען נאך יענע חברה קליין און נישט אויסגעקאכט. עס וועט אריבערגיין א צען פופצן יאר, וועלן זיי זיך הייבן די קעפ, זיך מאכן אייגענע עסקנים, שישקעס אין די הויכע פענסטער, די אפיס פונעם די עי און אלע אנדערע העכערע פענסטער וועלן זיך מוזן רעכענען מיט זיי, צוליב זייער פאוער און כח ביי די וואלן. בקיצור, זיי וועלן זיין א כח.

אויב אזוינס קומט פאר, וועט דאס זיין אן ערנסטן שטער פאר כלל-ישראל, מען וועט זיך מער נישט קענען צופירן די הענט ווי אמאל און מען וועט דארפן מורא האבן פאר די אייגענע שאטן.

וואס זאגט איר?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זאג אז דאס האבן שוין חז"ל פאראויסגעזאגט אויף די חבלי משיח צייטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וואס איך זאג?
גיי גראד, מאך זיכער אז ס'נישט דא אויף וואס דיך צו באשולדיגען
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט מעגליך.

איך קען דיר היינט אנקלאגן אין קאורט אויף וואס איך וויל, און דער ברית כרותה וועט ארבעטן וואונדערבאר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

טאקע א ריזן פראבלעם.....

נישט אנדערש ווי אין דעם ״שבכל דור ודור״ אנגעהויבן פון די מתייונים, און גע׳ענדיגט ביי די יעוועסקיס און נעאלאגן האט כלל ישרא׳ אלס פיל פיל מער געליטן פון יידן, ווי פון גויים.

אין אלע דורות די משומדים געוועהן די וואס האבן געהעצט און גערייצט דעם גוי און אנגעוויזן אויף די גמרות וואס טשעפענען די גויים, נעבעך

משרע״ה די רעי׳ מהימנא וויינט שוין אויף דעם דתן ואבירם ״אכן נודע הדבר״ און ווי רש״י הקדוש ברענגט פון חז״ל די ענין פון דלתורין, די דתן ואבירם׳ס פון אלע דורות שפאנען הערליך נאך בעקבי הסוס

אין כל חדש תחת השמש, אז מען וויל פארשטיין א מצב, נייעס, וכדומה דארף מען בלויז קענען א פיצקי היסטאריע און אלעס שיינט און שטראלט...היסטארי ריפיטס איטסעלף איז נישט קיין מליצה אדער משל עס איז פשוט דאס מציאות....

און קלוגע יידן ווייסן פשוט וויזוי אפצוטייטשן דעם מצב און פארשטיין אז מען געפינט זיך אין דעם און אז מען דארף עס באהאנדלן כפי הענין

וועם האט תמיד געבאדערט וואס אין דעם תלמוד שטייט...די פראנצויזן? די שפאנישע?

ווער האט אלס געארבייט קעגן דעם יידישן חינוך סיסטעם, וועם האט געשטערט אז יידישע מענטשן, קינדערלעך וועלן בלייבן אומוויסענד?

ווער האט אלס פארפירט קייגן שחיטה, ברית מילה,

און ווער האט זיך אין אונזער דור ס׳מערסטע געזארגט אויף די וואילזיין פון אונזערע קינדערלעך
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

איך מוז ענק זאגן, אלס איינער וואס טוט אין היסטאריע.
אין פוילן וואו עס האט אין יעדע גרויסע שטאט, געוואינט פרומע מיט פרייע, חסידים מתנגדים, ציונים מיט בונדיסטן און קאמוניסטן, מיט פארטייען וואס זענען געואקסן וואו שוואמען נאך א רעגן, האבן אלע געלעבט האנט ביי האנט, בשכינות אין די זעלבע הייזער און געגנטער.

גערעכט צווישן די מלחמות איז די מצב געווען געפערליך, אבער אלע מינע מענטשן האבן געלעבט בשלום ובשלווה, קיינער האט נישט געזוכט צו באגראבן איינער דאס צווייטן, מ'האט געלעבט א שטיל רואיג לעבן.
און אידישקייט אין פוילן על אף טויזענטע זענען געווארן אפגעפארן, האט געבליט מיט ישיבות חדרים און מוסדות, רבי'ס מיט ריזיגע חסידות'ן.

פארוואס האלטן ענק אז אין אמעריקע קען מען נישט לעבן אזוי, אונז האבן א פראבלעם פון קוקן אויף יענעם, יענער איז שלעכט יענער איז פריי. קוקטס נישט אויף יענעם, זאל ער וואינען וואו ער וויל, אז אונז וועלן אים נישט באדערן וועט ער אונז נישט באדערן. רוב נארמאלע מענטשן אריינגערעכנט אזעלכע וואס ווערן אפגעפארן, אויב זענען זיי גענוג קלוג, טראכטן נישט פון נעכטן מ'טראכט פון מארגן.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

מורינו הרב האט געשריבן:נקודה למחשבה.


אויב אזוינס קומט פאר, וועט דאס זיין אן ערנסטן שטער פאר כלל-ישראל, מען וועט זיך מער נישט קענען צופירן די הענט ווי אמאל און מען וועט דארפן מורא האבן פאר די אייגענע שאטן.

וואס זאגט איר?

צו וואס דארף מען זיך קענן צופירן די הענט, אויך מיר א נעסעסיטי,
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

********************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************************
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום sunbar, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

עוד מישהו האט געשריבן:איך מוז ענק זאגן, אלס איינער וואס טוט אין היסטאריע.
אין פוילן וואו עס האט אין יעדע גרויסע שטאט, געוואינט פרומע מיט פרייע, חסידים מתנגדים, ציונים מיט בונדיסטן און קאמוניסטן, מיט פארטייען וואס זענען געואקסן וואו שוואמען נאך א רעגן, האבן אלע געלעבט האנט ביי האנט, בשכינות אין די זעלבע הייזער און געגנטער.

גערעכט צווישן די מלחמות איז די מצב געווען געפערליך, אבער אלע מינע מענטשן האבן געלעבט בשלום ובשלווה, קיינער האט נישט געזוכט צו באגראבן איינער דאס צווייטן, מ'האט געלעבט א שטיל רואיג לעבן.
און אידישקייט אין פוילן על אף טויזענטע זענען געווארן אפגעפארן, האט געבליט מיט ישיבות חדרים און מוסדות, רבי'ס מיט ריזיגע חסידות'ן.

פארוואס האלטן ענק אז אין אמעריקע קען מען נישט לעבן אזוי, אונז האבן א פראבלעם פון קוקן אויף יענעם, יענער איז שלעכט יענער איז פריי. קוקטס נישט אויף יענעם, זאל ער וואינען וואו ער וויל, אז אונז וועלן אים נישט באדערן וועט ער אונז נישט באדערן. רוב נארמאלע מענטשן אריינגערעכנט אזעלכע וואס ווערן אפגעפארן, אויב זענען זיי גענוג קלוג, טראכטן נישט פון נעכטן מ'טראכט פון מארגן.

אלס איינער וואס טוהט אין היסטאריע מוז איך דיר זאגן אז במחילת כבודו הייבט איר נישט אן צו וויסן בחייכון וביומיכון די מינימאלע היסטאריע פון פאר די קריג בכלל און פולין בפרט.

עס איז כמעט נישט געווען א שטאט,דארף, צו אפילו א פארשטיפטן גאט פארגעסענם לעכל וואס האט נישט געהאט לכל הפחות איין זאפטיגע מחלוקת מיט אלע פירושים און היבש מאל מער ווי איין מחלוקה, און דאס איז נאר צווישען פרומע אידען.

צווישען פרומע מיט פרייע, חסידים מתנגדים, ציונים מיט בונדיסטן און קאמוניסטן, מיט פארטייען ,זיי צווישען זיך און זיי אלע מיט די פרומע אידען יכלה הזמן והם לא יכלו צו רעדן פון די אלע מחלוקת וואס איז געווען.

זאת ועוד, אסאך האבן שוין געשריבן דערפון, אז אין אונגארן מיט די אלע מחלוקת האבן זיי דאך געהיטן אויפען כבוד הרבנות און דערפאר כאטשיק זיי זענן בעצם געווען גרעסערע פויערן ווי די פוילישע האבן זיי אויפגעשטעלט און איבערגעלאזט שיינע דורות.

משא"כ אין פולין איז כבוד הרבנות אין יענע תקופה געווען מושפל עד עפר, סיי דאס עניות און סיי אנדערע סיבות האבן גורם געווען אז איש את רעהו חיים בלעו, אין די אלע מחלוקת האט ליידער געקאסט גאר א טייערן פרייז, רוב פון פולישע/גאליצישע אידענטום אין די תקופה פון פארען קריג איז געווען ווייט פון ערליכע אידען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נקודה למחשבה. איך האף מוועט מיר נישט ארויסווארפן פון דא פאר זאגן אפיקורסות.

און אפשר זענען זיי גאר גערעכט, אפשר קומט זיך זיי טאקע רעכטן פונקט ווי פאר אלע יידושע קינדער? זענען זיי נישט אונזער ברודער און שוועסטער?

און אפשר אויב וועלן מיר לכתחילה זיך אויפפירען צו זיי ווי מענטשען וועלן זיי אויך גארנישט אזוי פיינט האבען אונזער געזעהלשאפט און ממילא וועלן מיר נישט ליידען פון זיי.
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום עליכם לעיקוואוד.
גראדע איך שריי תמיד פארקערט.
נאר זיי איז מען מקרב, אויף מיר קוקט קיינער זיך נישט אים.
Under influence
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:טאקע א ריזן פראבלעם.....

נישט אנדערש ווי אין דעם ״שבכל דור ודור״ אנגעהויבן פון די מתייונים, און גע׳ענדיגט ביי די יעוועסקיס און נעאלאגן האט כלל ישרא׳ אלס פיל פיל מער געליטן פון יידן, ווי פון גויים.

אין אלע דורות די משומדים געוועהן די וואס האבן געהעצט און גערייצט דעם גוי און אנגעוויזן אויף די גמרות וואס טשעפענען די גויים, נעבעך

משרע״ה די רעי׳ מהימנא וויינט שוין אויף דעם דתן ואבירם ״אכן נודע הדבר״ און ווי רש״י הקדוש ברענגט פון חז״ל די ענין פון דלתורין, די דתן ואבירם׳ס פון אלע דורות שפאנען הערליך נאך בעקבי הסוס

אין כל חדש תחת השמש, אז מען וויל פארשטיין א מצב, נייעס, וכדומה דארף מען בלויז קענען א פיצקי היסטאריע און אלעס שיינט און שטראלט...היסטארי ריפיטס איטסעלף איז נישט קיין מליצה אדער משל עס איז פשוט דאס מציאות....

און קלוגע יידן ווייסן פשוט וויזוי אפצוטייטשן דעם מצב און פארשטיין אז מען געפינט זיך אין דעם און אז מען דארף עס באהאנדלן כפי הענין

וועם האט תמיד געבאדערט וואס אין דעם תלמוד שטייט...די פראנצויזן? די שפאנישע?

ווער האט אלס געארבייט קעגן דעם יידישן חינוך סיסטעם, וועם האט געשטערט אז יידישע מענטשן, קינדערלעך וועלן בלייבן אומוויסענד?

ווער האט אלס פארפירט קייגן שחיטה, ברית מילה,

און ווער האט זיך אין אונזער דור ס׳מערסטע געזארגט אויף די וואילזיין פון אונזערע קינדערלעך


איינס :like צוויי :like און דריי :like
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

עוד מישהו האט געשריבן:איך מוז ענק זאגן, אלס איינער וואס טוט אין היסטאריע.
אין פוילן וואו עס האט אין יעדע גרויסע שטאט, געוואינט פרומע מיט פרייע, חסידים מתנגדים, ציונים מיט בונדיסטן און קאמוניסטן, מיט פארטייען וואס זענען געואקסן וואו שוואמען נאך א רעגן, האבן אלע געלעבט האנט ביי האנט, בשכינות אין די זעלבע הייזער און געגנטער.

גערעכט צווישן די מלחמות איז די מצב געווען געפערליך, אבער אלע מינע מענטשן האבן געלעבט בשלום ובשלווה, קיינער האט נישט געזוכט צו באגראבן איינער דאס צווייטן, מ'האט געלעבט א שטיל רואיג לעבן.
און אידישקייט אין פוילן על אף טויזענטע זענען געווארן אפגעפארן, האט געבליט מיט ישיבות חדרים און מוסדות, רבי'ס מיט ריזיגע חסידות'ן.

פארוואס האלטן ענק אז אין אמעריקע קען מען נישט לעבן אזוי, אונז האבן א פראבלעם פון קוקן אויף יענעם, יענער איז שלעכט יענער איז פריי. קוקטס נישט אויף יענעם, זאל ער וואינען וואו ער וויל, אז אונז וועלן אים נישט באדערן וועט ער אונז נישט באדערן. רוב נארמאלע מענטשן אריינגערעכנט אזעלכע וואס ווערן אפגעפארן, אויב זענען זיי גענוג קלוג, טראכטן נישט פון נעכטן מ'טראכט פון מארגן.


ווען דער תגובה זאל ווען געשריבן ווערן פאר דריי יאר צוריק וואלסטו גערעכט געווען, ליידער איז דער אשכול געעפנט געווארן אין א תקופה וואס די פורקי עול האלטן אבסאלוט נישט ביים וואוינען בשלום און זיין 'פיינע שכנים', חוץ זייער השפעה ברוחניות, זענען זיי געווארן די וואס האבן גענומען ברענען די פיס פאר ערליכע אידן, זיי זוכן נישט קיין שלום און קיין אחוה, זיי זוכן צו מאכן צרות, און ניין, איך רעד נישט דוקא ביי די וועבערמאן פרשה, ועל דא ודאי קא בכינא.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

לעיקוואד האט געשריבן:נקודה למחשבה. איך האף מוועט מיר נישט ארויסווארפן פון דא פאר זאגן אפיקורסות.

און אפשר זענען זיי גאר גערעכט, אפשר קומט זיך זיי טאקע רעכטן פונקט ווי פאר אלע יידושע קינדער? זענען זיי נישט אונזער ברודער און שוועסטער?

און אפשר אויב וועלן מיר לכתחילה זיך אויפפירען צו זיי ווי מענטשען וועלן זיי אויך גארנישט אזוי פיינט האבען אונזער געזעהלשאפט און ממילא וועלן מיר נישט ליידען פון זיי.


חלילה. דו זאגסט דווקא א גוטע נקודה. לאמיך אבער דערציילן א מעשה וואס כ'האב אמאל געהערט צי געלייענט. א חסידישער איד איז אמאל דורכגעגאנגען א דעמאנסטראציע פון צער-בעלי-חיים אקטיוויסטן. איינער פון די פראטעסטירערס האט אים אפגעשטעלט פרעגן פארוואס אלס פרומער איד טוט ער גארנישט. די תורה ווארנט דאך קעגן פייניגן באשעפענישן, האט יענער גע'טענה'ט. דער חסיד האט דעם אקטיוויסט געענטפערט אזוי. אמת, מען טאר נישט פייניגן קיין בעלי חיים. און אויב זעט מען א באשעפעניש אין פיין, דארף מען רופן 311 און זען אז די באשעפעניש זאל נישט געפייניגט ווערן. אבער אין א צייט ווען אזויפיל מענטשן איבער דער וועלט זענען אין פיין -- מענטשן שטארבן פאר הונגער און פון קרענק אין אפריקע -- מיין איך אז העלפן מענטשן קומט פריער פון העלפן בעלי חיים.

איז, יא. זיי זענען אונזערע ברידער. זיי זענען אידן, און זיי זענען אויך מענטשן -- פעלאו יומען ביאינגס. אבער אויב דארף מען אינוועסטירן ענערגיע, צייט און געלט, זענען דא וואס קומען פריער. אין אן עולם התיקון וואלט מען געדארפט יעדן העלפן. אויב אבער די רעסורסן זענען באגרעניצט און קלעקט נישט פאר אלעמען -- און מען מוז בע"כ געבן איינעם דין קדימה איבער אנדערע, דעמאלט איז אן אנדערע געשיכטע.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

איך ווייס נישט צי עס קומט דא אריין, אבער אין די לעצטע טעג האט איינער פון די חברה (א.ט.) אין אן אינטערוויו געענטפערט אויף די פראגע "פארוואס טאקע ווילן חסידים נישט גיין צו די אפיציעלע אויטאריטעטן באריכטן טשיילד מאלעסטער?" האט ער געענטפערט אזוי:
ערשטנס, זיי האלטן אז די סעקולערע וועלט פארשטייט זיי נישט (אקעי, נישט שלעכט). די צווייטע סיבה איז, האט ער צוגעלייגט מיט גרויס חכמה, זיי האבן פשוט מורא פון די גוים, ווייל - לייגט צו קאפ - זיי האלטן אז יעדער גוי וויל זיי פשוט הרג'ענען. אפילו איך אליין - זאגט דער צדיק'ל - האב אויך אייביג געמיינט אז יעדער גוי וויל מיך הרג'ענען...
איך געדענק נישט דעם גאנצן פונקטליכן לשון, אבער בערך דאס ווערטער איז געווען זיין קלוגע, קריטישע, שארפזיניגע, אויגן-עפענדיגע, צום-פינטלדיגע ענטפער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שרגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

לעיקוואד זיסער, דאס איז דאך פון די הויפט פראבלעמען, די פילע הויפענעס חיזוק און קירוב וואס כלל ישרא׳ האט זיי אנגעהויבן צו שענקן, דאס איז וואס איז בעוכרינו....

די כעוורע וואס מאיזה סיבה שהוא האבן זיי פורק געוועהן עול תורה, עול געזעלשאפטליכע אחריות׳ן עול מענטשליכע פליכטן כלפי זייער ארום, כלפי זייערע עלטערן, כלפי יעדן וואס איז זיי געשטאנען אין וועג אויסצופירן זייערע תאוות און רייץ האט די געזעלשאפט מעולם אויסגעשפיגן מחמת ״זיי זענען פשוטע אוממענטשן, אומאחריות׳דיגע פארשוינען וואס זייגן ארויס וויפיל זיי קענען און שטעלן גארנישט צוריק צו. נישט מען האט זיי בדוקא אויסגעשפיגן נאר זיי זענען געווארן אויסגעשפילט, פארדאמט, דורך זייערע נארישע געפיראכטץ....און זיי האבן זיך אפגעטראגן. די וואס האבן זיך פארפרוירן פון די קעלט פון די דרויסענדע גאס ווי קיינער האט זיך מיט זייער וואילזיין געקימערט האבן מיט שכל געדרוקט פון נויט אלס געטראפן די וועג צוריק

די וואס האבן געלעכצט נאך חיזוק האט געוויסט פון ווי עס צו קריגן-אין רוב פעלער....און נאכ׳ן זיך א טראפעלע זיך צושטעלן, מען האט אים אנגעהויבן זעהן אין בית מדרש, שב״ק אין פאליש, און אזוי ווייטער, האט ער צוביסלעך געקריגן דא און דארט א שמייכל, גוט ווארט, און אפילו א שידוך צומאל-פאסיג לויט זיין נייע סטאנדארד אין יידישקייט.....והדברים ארוכים

איז אין די לעצטע צענדליג יאר אנטשטאנען א מאסיווער טויש אין דעם ענין. איך בין נישט דא אויסן אויסצושמוסן, און טייטלען מיט די פינגער אויף די פונקטליכע סיבה און פון וואס די טויש האט זיך געשאפן, און עס איז מעגליך א תולדה פון אסאך פאקטארן, צווישן זיי ברסלב, ראטה, פסיכאלאגן, זייער קלוגע מענטשן, אדער סתם טיפשות. די טויש איז אזוי; יעדער שמויגער, תינוק בן יום וואס באשליסט צו זיין קיל און א באם, פארדינט פונעם גאאנצן ציבור הויפענעס מלא חיזוק, אן א שיעור ברייטע שמייכלען, געוואלדיגע זאפאסן מיט רוקן קלאפעס.....און דער שמויגער ברויך גארנישט טון אויף צוריק, ניטאמאל דאס מינימאלסטע

זאת ועוד, אז ער האט א שלעכטן טאג מיט א מיידל-פריינד און זי האט נישט צוריק געטעקסט אויף זיין זינלאזע אומעדוקירטע טעקסט, און ער נויטיגט זיך אין א גוט ווארט ווייסט דאס יונגעלע תיכף וויזוי צו קריגן זיין חיזוק דאזע.....נעמליך ער שפאצירט צו צום נענטסטן חתונה זאל, מאכט זיכער ער שטינקט גוט פון א הייסע פערפיום און שוין יאווען זיך אפאר גוטע יידן אים אויפצונעמען מיט א פאר ברייטע ארעמס, כ׳מיין סוף כל סוף האט ער דאך היינט אינדערפרי אין ס׳מדרש געגעבן א צוואנציגער פאר דעם אדער יענעם שוואכן כולל, ישיבה, שול ווי דער בחור פאלט אריין ווען ער דארף פון די מעשה , און יעצט האב איך דעם בחור ממש ביי די האנט, איך קאן דאך ראטעעווען דורות....ממש אלקים אנה לידי, און מגלגלין זכות על ידי זכאי....אויב איז ער פון די וואס האט שוין געליינט עפעס אן אויפגעקלערט ביכל פון יענעם אויסגערופענעם מחנך וואס איז מחזיר נשמות פון פגרים מתים, האט ער אפילו די קוראזש און דערלאנגט אים א האג און א קוש.....נעה ער איז נישט פונעם אלטן דור....ער איז עוסק אין קירוב איצט....שטייט דאך אין זוהר הקדוש אז אויף די בחורים שטייט די וועלט....און אזוי כאפט דער שייגעץ חיזוק און וואס ער ברויך

אפילו א סעודת שבת ביי הרב א. ר. און דערנאך שפייט ער אים אין פנים, און ווערט א אדוואקאט פאר קינדער פון כלל ישרא׳ און איז מדריך אויף איסורי ייחוד, כ׳מיין בסך הכל איז ער אביסל אנדערש, מער ברסלב סטייל, ער פארט דאך אויף אומאן, און האט חתונה מיט א צובראכן מיידל...טאקע מלא מצוות כרמון

רבותי, עס איז צייט זיי צו זאגן; ווילסטו זיין א נארמאלער מענטש, נאר ביזט צובראכן מחמת טויזענט סיבות זעמער דא פאר דיר, אבער אז נישט....גייט מען דיר נישט אנקוקן, נישט טראגן צום וואסער, נישט בכלל זיך קימערן, די פאלשע, נארישע חיזוק קאסט שוין א טייערן פרייז
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

איך אויך האט געשריבן:אלס איינער וואס טוהט אין היסטאריע מוז איך דיר זאגן אז במחילת כבודו הייבט איר נישט אן צו וויסן בחייכון וביומיכון די מינימאלע היסטאריע פון פאר די קריג בכלל און פולין בפרט.

עס איז כמעט נישט געווען א שטאט,דארף, צו אפילו א פארשטיפטן גאט פארגעסענם לעכל וואס האט נישט געהאט לכל הפחות איין זאפטיגע מחלוקת מיט אלע פירושים און היבש מאל מער ווי איין מחלוקה, און דאס איז נאר צווישען פרומע אידען.

צווישען פרומע מיט פרייע, חסידים מתנגדים, ציונים מיט בונדיסטן און קאמוניסטן, מיט פארטייען ,זיי צווישען זיך און זיי אלע מיט די פרומע אידען יכלה הזמן והם לא יכלו צו רעדן פון די אלע מחלוקת וואס איז געווען.

זאת ועוד, אסאך האבן שוין געשריבן דערפון, אז אין אונגארן מיט די אלע מחלוקת האבן זיי דאך געהיטן אויפען כבוד הרבנות און דערפאר כאטשיק זיי זענן בעצם געווען גרעסערע פויערן ווי די פוילישע האבן זיי אויפגעשטעלט און איבערגעלאזט שיינע דורות.

משא"כ אין פולין איז כבוד הרבנות אין יענע תקופה געווען מושפל עד עפר, סיי דאס עניות און סיי אנדערע סיבות האבן גורם געווען אז איש את רעהו חיים בלעו, אין די אלע מחלוקת האט ליידער געקאסט גאר א טייערן פרייז, רוב פון פולישע/גאליצישע אידענטום אין די תקופה פון פארען קריג איז געווען ווייט פון ערליכע אידען.


ווער האט געזאגט אז עס איז נישט געווען מחלוקת, וואו עס איז דא צוויי אידן זענען דא דריי דיעות.

איך האב נישט געשריבן וועגן קבוצות אדער פארטייען אלץ א כלל, קוק גוט וואס איך האב געשריבן, מענטשן האבן געלעבט בשכינות איינער מיטן צווייטן, וואס ברענגסטו דא אריין פארטייען. יעצט די אלע מחלוקת'ן קען איך זייער גוט, די פאקט אז מענטשן האבן שיעור אויפגעגעסן איינער דעם צווייטן, איז געווען אין די אלטע גרויס אונגארן, ריכטיג די רבנים האט מען מכבד געווען, אבער זייער אסאך מאל זענען זיי געווען די סיבה פארוואס די חסידים אדער די אשכנזים האבן זיך ארומגעשלאגן.

יעצט בנוגע די רבנים אין פוילן, די מצב איז טאקע געווען שלעכט, אבער אין עטליכע גרויסע שטעט זענען בכלל נישט געווען קיין שטאטס רב, ווארשע אדער לאדזש אדער ווילנע פאר א דוגמא, משא"כ אין אונגארן האט יעדע שטאט געהאט איין אדער צוויי הויפט רבנים.

יעצט צום פונקט, וואס איז געשען מיט די נעאלאגן פון אונגארן וואס האבן איבערגעלעבט די מלחמה? און וואס איז געשען מיט די פרייע פון פוילן וואס האבן איבערגעלעבט די מלחמה?

די אונגארישע נעאלאגן איז א חלק פון היסטאריע ריזיגע שיינע געביידעס וואס רוב פון זיי שטייען ליידיג, און זייערע קינדער זענען גויים גמורים נאכן זיך אויסמישן מיט די באפעלקערונג, און פארשטייט זיך העולה על כולנה די היסטארישע אפטיילונג.
איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט די פרייע פוילישע וואס האבן עמיגרירט קיין אמעריקע, מסתם די זעלבע וואו די נעאלאגן, אבער קוק אויף די פוילישע אין ארץ ישראל, פרום זענען זיי ליידער נישט, אבער זיי זענען שטאלצע אידן, וואס שעמען זיך נישט מיט זייער טראדיציע, האבן קיינמאל נישט געפילט אז מען דארף זיך באהאלטן.

יעצט צוריק צו דעם וואס פארטייען האבן זיך געשלאגן, ס'איז געווען בערך וואו היינט אין די ארץ ישראלדיגע פאליטיק, יעדער פרובירט איבערשרייען איינער דעם צווייטן.

יעצט פאר דו ענטפערסט מיר, גיי אריין אין א לייברערי, ליין אפאר אלטע אידישע צייטונגען, אויב שרייסטו ס'איז געווען מחלוקת וועסטו וויסן די נעמען פון די צייטונגען, ווייל יעדע פארטיי האט געהאט עטליכע צייטונגען. אז דו וועסט לייענען די צייטונגען, אפילו אויב די נייעס איז נישט אמת, איז דאס וואס מלייענט צווישן די שורות, צו פארשטיין וואס איז פארגעגאנגען אויפן גאס פונקט אזוי וויכטיג.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

סארי איך כאפ נישט דיין פוינט וואס דו ענטפערסט מיר, האסט געשריבן "אבער אלע מינע מענטשן האבן געלעבט בשלום ובשלווה, קיינער האט נישט געזוכט צו באגראבן איינער דאס צווייטן, מ'האט געלעבט א שטיל רואיג לעבן" האב איך דיר געענפערט אז דאס איז אזוי ווייט פונעם אמת כרחוק מזרח ממערב, יעצט קומטסטו זאגן אז נישט נאר אין פולין האט מען זיך געגעסן איינער דעם אנדערן נאר אין אונגארן אויך, פיין איך הער.

אין ווארשע און אן לאדזש זענן טאקע נישט געווען קיין הויפט רבנים אבער דאס קומט נישט מכוח עפעס א כח האחדות נאר אדרבא פונקט פארקערט,די צוויי לעצטע רבנים אין ווארשע האבן ביטער אפגשניטען, וועם די נישט חסידים האבן געוועלט האבן די חסידים געמאכט דעם טויט און פארקערט, אזש אז ר' דוב בער מייזליש האט מען איינגעזעצט און פארטריבן פון שטאט מיט בושות מכוח א מסירה און ר' יעקב געזונטהייט האט מען געמאכט דאס טויט ביז ער האט זיך געמוזט אפזאגן פון וואס ער איז קראנק געווארן און דערנאך אוועק.

לגבי וואס דו שרייבסט "אבער קוק אויף די פוילישע אין ארץ ישראל, פרום זענען זיי ליידער נישט, אבער זיי זענען שטאלצע אידן, וואס שעמען זיך נישט מיט זייער טראדיציע, האבן קיינמאל נישט געפילט אז מען דארף זיך באהאלטן" ,נאכאמאל דו הייבט נישט אן צו וויסען די מציאות הדברים ,די גרעסטע און וויסטע לוחמים אין די קיבוצים זענן געווען די פולישע אידן, די ראמענישע אדער אונגארישע פויערן כאטשיק זיי זענן אויך געווען ווייט פון אדישקייט האבן נאך פארמאגט א ווארים אידיש הארץ.

בעצם געהערט נישט דער שמועס אין דעם אשכול.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט