SHWONTS האט געשריבן:איך האב געהערט פון עלטערע פון מיר, וואס געדיינקען נאך ווען ס'האט זיך געקאכט וועגן 'מורד הר הבית', אין יאהרין תש"מ-תשמ"ב, ווען גרויסער ירושלים פארשערס האבין געזאגט 'לא דובים ולא יער' ס'איז אויף דעם ארט קיין אידישע בית הקברות נישט געווען. איינער פון די באווסטע און בארימטע אגודת ישראל עסקנים אין יענע צייט וואס איז געווען זייער באגלויבט ביי הרב שך זצ"ל האט אראפגעבריינגט די טענה, ר' דוד שמידל מיינט געלט, ס'איז קיין בית הקברות נישט פאראן דארטן, אלעס נאר א בלבול ווייל אגודה איז אריינגעטראטין אין קאאליציע. און הרב שך האט עם געגלויבט, און אנטקעגין געשטאנען. אנדערע מאכערס האבין געדריקט אויף א פשרה, ביז דא גראבטמען פון דא גראבטמען נישט. ביז מען האט זיך אפגעשטימט אז מען וועט זוכין און באזוכין צו איז דא קברים און א בית הקברות אדער נישט. אתרא קדישא, די מיליטערישע חברה קדישא, און די ארכעאלאגין, אלע דריי צוזאמען האבין געקראצט און געגריבלט, ביז ס'איז אנדעקט געווארין קלאר - ס'איז יא א אידישע בית הקברות. ירושלימער רב דער מנחת יצחק זצ"ל האט זיך מיט זיינע אכציג פלוס יאהר מטריח געווען איבער שטיינער און ביינער, און ער ס'האט ערשיינט א בריעף מיט זיין האנט שריפט: 'בעיני ראיתי המקום מקום קברות ישראל'. ווען דער בריעף איז באוויזען געווארין פאר הרב שך זצ"ל איז יענער אגודיסטישער עסקן פארליגנט געווארין ביי איהם, ער האט עם מער נישט געטרויט, און אויפגעהערט זיך ניצן מיט די עסקנים פון אגודה. גערופין האט ער דעם רב פון רעננה און געעפענט די פרטיי ש"ס, און נאך וואס מען האט באזייטיקט זיין קאנדידאט, האט ער געעפענט דעם היינטיגן דגל.
ס'איז נישט די ערשטע מאהל, און ס'לאזט זיך גלויבין אז אויך נישט די לעצטע מאהל, וואס אינטערעסאנטע באשמוצין דעם גאון ר' דוד שמידל. אבער דער אמת וועט אויס שיינען ווי אויל איבער די וואסער, און די אלע שמוציגע צינגער וועלין פארשטומט ווערין.
עס איז דא אסאך מער פעלער ווי גדולי ישראל זענען ארויס קעגן אתרא ווי פארקערט
ספעציעל ביי די קדמונינו פרשה ווי די גאנצע בי''דץ , ווי אויך דער ברך משה וכו' האט זיך אנגענומען פאר קדמונינו
די זעלבע אין אירופה ווי אלע לאנדאנע רבנים ווי ר' אליקום שלעזינגער, רח''מ וואזנער זענען אלע פאר וועד להצלת ביי די פרשה פין שפאניע
אזוי איז דא נאך אסאך פעלער ווי א''ק האט געשריגן אז מ'רייסט אויס קברים אין די רבנים האבען געהאלטן אז זיי זענען היפאקריטן
ספעציעל יעצט ביי די פרשה אין בית שמש ווי כמעט די גאנצע בי''דץ נעמט זיך אן פאר הרב סלאנים
נישט נאר דאס, דער ראבד שרייט אז זיי זענען אחראי אויף די חפירות אין נשר